פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ברוכים הבאים און וועלקאם קיין מצרים

די וועלט - און ווי פארשטענדליך אויך די וועלטל - איז פיל מיט נייעס, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס, באריכטן, אנטוויקלונגען און נאך איבער די גאנצע וועלט.
עטליכע ווינקלען, טישלען, בימות און אשכולות, זענען אוועק געשטעלט געווארן צו סערווירן די געברויכן פונעם ברייטן ציבור און שטילן זייער דורשט פאר פרישע נייעס.

אצינד פרייען מיר זיך צו מעלדן איבער די גרינדונג פונעם פרעשע נייעס אשכול, וואס וועט אייך בעז"ה האלטן אינפארמירט מיט די לעצטערע פאלשע נייעס און אנטוויקלונגען איבער די וועלט, און וועט האפענטליך פארלייכטערן אייער געמיט און ארויפברענגען א שמייכל אויף אייער פנים.

איך לייג עס דא אין וועלטליכע נייעס ווייל עס צילט די נייעס ליינער באזע, וואס זיי וועלן פארשטיין און האפענטליך הנאה האבן פון די נייעס. אין אונטערהאלטונג וכדומה גייט עס מסתם נישט ציען קיין שטארקע אינטערעסע צוליב וואס רוב נושאים דרייען זיך ארום די נייעס.

ויה"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו, און איך זאל זוכה זיין ארויפצוברענגען שמייכלען אויף אידישע פענימער.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ביידען שטאלצירט מיט רעקארד אלץ לענגסט דינענדע געלעמטע קאטשקע אין היסטאריע

וואשינגטאן די סי - פרעזידענט ביידען האט אין אן אויפטריט צו די מידיע זיך אויפגעטון אז ער איז דער לענגסט דינענדער געלעמטע קאטשקע פרעזידענט אין היסטאריע.

ביידען האט זיך אויפגעטון אז אנדערש ווי טראדיציאנעלע פרעזידענטן וואס זענען בלויז פאררעכנט אלץ געלעמטע קאטשקעס פון נאך זייער נאכפאלגער ווערט ערוועלט, האט ער באוויזן צו זיין געלעמט פאר סאך א לענגערע צייט פעריאדע.

לויט ביידען איז נאך דא חילוקי דיעות צווישן זיין שטאב מיט אים פונקטליך ווען מען קען אנהייבן רעכענען די געלעמטע קאטשקע סטאטוס, לויט זיין שטאב איז עס זינט ער איז געווען אין סענאט 150 יאר צוריק, און לויט אים איז עס נאר זינט ער האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט, אבער יעדער איז מודה אז ער האט עס באוויזן פאר א לענגערע צייט פעריאדע פון סיי וועמען אין היסטאריע.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

טרויעריג: אוקריינע זיגט אין קריג נאך ביידען הערט אויף שלעפן מיט די הילף אין ליכט פונעם טראמפ זיג

קיעוו - א טרויעריגער מאמענט אין די וועלט'ס היסטאריע האט זיך אפגעשפילט אין קיעוו ווען פרעזידענט זעלענסקי האט אויפגעטרעטן מיט א היסטארישער זיג רעדע נאכן גענצליך באזיגן די רוסישע קרעפטן און צוריק אייננעמען אוקריינע'ס גאנצע טעריטאריע.

די זיג איז געקומען נאך וואס טראמפ האט געוואונען די פרעזידענט וואלן אין אמעריקע און פרעזידענט ביידען האט פארלוירן די מעגליכקייט פון ארום שלעפן מיט שיקן די נויטיגע הילף, אזוי ארום האט אוקריינע גראד באקומען די גאנצע הילף וואס זיי האבן געבעטן.

די מאמענט איז גאר א טרויעריגער פאר די גאנצע דעמאקראטישע וועלט, 'ווען מען קען נישט ארום שלעפן מיט הילף נאר מען געט גראד די גאנצע וואס מען דארף צו זיגן קען דאס פירן צו א שטארקע עסקעלאציע' האט א הויכראנגיגער באאמטער מסביר געווען.

אמעריקע האט רעאגירט דורך שיקן א בארואיגונגס מעסידש פאר רוסלאנד אז א קליינע אטאקע אויף אמעריקאנער אינטערעסן וועט נישט אויסגעטייטשט ווערן אלץ עסקעלאציע פון זייער זייט.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

אומלעגאלע אימיגראנטן פראטעסטירן קעגן די אפשטעל פון זייערע בענעפיטן, דראען צו אויפהערן שטימען פאר די דעמאקראטן

מאנהעטן - א גרויסע פראטעסט איז פארגעקומען אין מאנהעטן קעגן איבער די אפיס פונעם מעיאר עריק עדעמס נאך וואס ער האט געמאלדן די באלדיגע אפשטעל פון אומזיסטע עסן וואוטשער קארטלעך פאר אומלעגאלע אימיגראנטן.

די אימיגראנטן האבן געהאלטן שילדן 'מיר וועלן זיך נישט לאזן' און 'איר קענט נישט אוועק נעמען אונזערע רעכטן', עס האבן זיך מיטגעשטעלט פראטעסטירן אינאיינעם מיט די אימיגראנטן אלערליי מינים ממינים שונים אין ניו יארק וועלכע האבן אויסגעדרוקט מיטלייד מיט די נעבעכדיגע אימיגראנטן.

אין א סטעיטמענט ארויס געגעבן דורך די פאראיין פאר אומלעגאלע אימיגראנטן אין ניו יארק - א נאן פראפיט קארפאראציע, האבן די אימיגראנטן געדראעט אז אויב גייט מען נישט זאפארט באנייען די בענעפיטן וועלן זיי זיך אפלאזן פון די דעמאקראטישע פארטיי און מער נישט שטימען פאר דעמאקראטן.

א ווארטזאגער פארן מעיאר האט אנטזאגט צו קאמענטירן איבער זייערע פארלאנגען.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

דעמאקראטן ווארענען אז גאז פרייזן אונטער טראמפ קענען דערמאנען אמעריקאנער פון די קאוויד עפאכע

הויכראנגיגע דעמאקראטישע שישקעס זענען ארויס געקומען מיט א רוף צו אמעריקאנער זיך אנצוזאמלען מיט גאזאלין פאר די קומענדיגע פאר יאר סיידן זיי ווילן זיך טרעפן מיט קאשמארן פון די קאראנא עפאכע.

אין א סטעיטמענט ארויס געגעבן דורך די פארטיי פירערשאפט ווארענען זיי אז טראמפ'ס פאליסיס קענען צוברענגען די גאזאלין פרייזן צו פאלן צו די קאוויד עפאכע שטאפלען, און דאן וועלן אמעריקאנער וואס קוקן אויף די פרייזן ביים פאמפ זיך דערמאנען פון די טרויעריגע קאוויד עפאכע און דאס וועט זיי פאראורזאכן קאשמארן.

צום שלוס האבן זיי פארעפנטליכט א ליסטע מיט עצות וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעם, צווישן זיי מער נישט פארן מיט קיין קארס, פארמערן די באנוץ פון ביציקלעך, נישט קוקן אויף די פרייזן ביים פאמפ, אדער העכערן שטייערן.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

כינעזער געריכט לייגט ארויף דריי הונדערט קווינטיליאן יוען שטראף אויף אמעריקע פארן נאכמאכן זייער נייע פליגער דעזיין

בעיזשינג - א כינעזער ריכטער האט ארויף געשטעלט אן אסטראנאמישע שטראף פון דריי הונדערט קווינטיליאן יוען אויף די אמעריקאנער רעגירונג פארן גנב'ען און נאכמאכן די דעזיין פון זייער שפאגל נייע העכסט געהיימע פיפטע גענעראציע J-35 קאמפס פליגער.

די כינעזער רעגירונגס געפירטע גלאבעל טיימס צייטונג האט ציטירט פון א הויכראנגיגער כינעזער מיליטערישער באאמטער אז די שטראף איז סימבאליש, און איז געצילט צו שיקן א שארפע מעסידש צו וואשינגטאן אויפצוהערן מיט די סיסטעמאטישע גניבות פון כינעזער מיליטערישע און עקענאמישע סודות.

די פיפל'ס דעילי רעגירונגס געפירטע צייטונג האט באשולדיגט אז אמעריקע האט גערויבט די דעזיין פונעם כינעזער דשעט און זיך באנוצט דערמיט פאר זייער אייגענער ווערסיע פונעם J-35 וואס די אמעריקאנער האבן אנגערופן מיט זייער אן ענליכער נאמען - F-35.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

יאפאן אין אנגסט נאך צפון קארעא מעלדט אז זי וועט אויספראבירן נייע באואינג פליגער אין ריכטונג פון יאפאן

טאקיא - די יאפאנעזישע רעגירונג האט גאר שארף פראטעסטירט קעגן א געפלאנטע טעסט דורך די צפון קארעא רעזשים אויף א שפאגל נייע באואינג פליגער וואס זי האט זיך איינגעהאנדלט.

'עס איז גענצליך אומאקצעפטירבאר און שטעלט אויס די 122 מיליאן יאפאנעזער איינוואוינער אין גאר א שארפע סכנה' האט א הויכראנגיגער באאמטער אין די יאפאנעזער רעגירונג געזאגט.

די יאפאנעזער מיליטער האט שארף געדראעט אז אין פאל צפון פירט למעשה אדורך די טעסט וועט קומען גאר א שארפע קעגן רעאקציע דורך יאפאן, 'איר זאלט נישט זאגן אז מיר האבן אייך נישט געווארנט' ליינט זיך די אפיציעלע סטעיטמענט פון די מיליטער.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

סיטי קאנסול שטימט צו האלטן בעדפארד עוועניו פארשפארט פערמענאנט

וויליאמסבורג - די ניו יארק סיטי קאנסול האט געשטימט צו האלטן בעדפארד עוועניו פארמאכט פערמענאנט נאך די גרויסע סוקסעס ביים מאראטאן אנהויב וואך.

קאנסול מעמבער לינקאלן רעסטלער האט זיך אויסגעדרוקט אז די פארשפארטע גאסן האבן געהאט סאך א שטערקערע אימפאקט ווי געראכטן, עס האט געהעכערט די צאל פרויען און אנדערע מינאריטעטן אויף בעדפארד עוו. מיט 148% און האט שטארק פארמינערט פאלושען.

עסקנים געבן איבער אז זיי גייען עס ניטאמאל פראבירן צו באקעמפן ווייל מיט די נייע באשיצטע בייק ליניעס איז בעדפארד סייווי פארשלאסן פאר די פארקער.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

טראמפ אטוירני דשענעראל מעלדט אומפארטייאישע אויספארשונג אויף אלע דעמאקראטן

דער צוקונפטיגער אטוירני דשענעראל אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז די יוסטיץ דעפארטמענט וועט עפענען אן אומפארטייאישע אויספארשונג אויף אלע זייערע פאליטישע קעגנער.

אין א סטעיטמענט וואס די טראנזישאן טיעם האט ארויסגעגעבן דערקלערן זיי אז די אויספארשונגען גייען געפירט ווערן גענצליך אומפארטייאיש, און וועלן זיך אויסשפילן אויף אלע שטאפלען פון די רעגירונג מיט סטעיט און פעדעראלע קלאגעס.

א ווארטזאגער פארן טיעם האט דערקלערט אז אויפברענגען צווייפלען אין די אומפארטייאישקייט פון די אויספארשונגען גראבט אונטער דעמאקראטיע, און האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז די וואס געווינען סייווי ווידערוויילונג וועט מען מעגליך ארויס ציען די קלאגעס קעגן זיי.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ביידען זאגט ער וועט אויספירן זיין וויזיע פארן לאנד אין פיר יאר ארום נאכן זיך צוריק קערן צום פרעזידענטשאפט

וואשינגטאן - פרעזידענט ביידען האט אויפגעטרעטן פאר א גרופע רעפארטער און שטייף דערקלערט אז ער וועט פארזעצן צו קעמפן פארן לאנד און פאר די ווירדן וועלכע ער האלט טייער.

ביידען האט פארשפראכן זיך צוריק צו קערן צום פרעזידענט אמט אין פיר יאר ארום, און ווידערהאלט אז ער האלט נישט אז זיין עלטער זאל זיין סיי וועלכע אפהאלט צו ווערן ווידערוויילט זאגנדיג 'די וואס האבן געשטימט פאר מיר אין 2020 וועלן ווייטער שטימען פאר מיר אין 2028'.

אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז ער וועט גאר גוט אויסנעמען ביי וויילער, 'וויילער האבן זייער ליב אלץ פרעזידענט איינער וואס געט א רואיגע איינדרוק, ספעציעל איינער וואס באגייט זיך גוט מיט קינדער' האט א רעפארטער פאר MSNBC געזאגט.

די ביידען פאמיליע האט דערווייל נישט קאמענטירט אויב זיי פלאנירן מיטצוברענגען זייער הינטל צום ווייסן הויז ביים צוריקקער.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

טויזנטער רוסישע טרופן צעמישט נאך פוטין באפעלט אפצושטעלן קריג נאך 24 שעה, וועלכע קריג? פרעגן זיי מיט וואונדער

מאסקווע - א שטארקע צעמישעניש האט באנומען די רוסישע גענעראלן און מיליטערישע באאמטע נאך א ספעציעלע דעקרעט צוגעשיקט דורך פוטין האט באפוילן אפצושטעלן די אנגייענדע קריג מיט אוקריינע נאך אין די 24 שעה פון טראמפ'ס געווינס.

באאמטע אינעם קרעמלין האבן זיך געריבן די גאמבע פראבירנדיג צו כאפן פון וועלכע קריג ער רעדט, און די מיליטערישע באאמטע זענען געכאפט געווארן אין שאק פון די מעגליכקייט אז רוסלאנד איז יעצט אין קריג מיט אוקריינע.

א קרעמלין ווארטזאגער האט געזאגט אז די מיליטער ווייסט נישט פון קיין שום מלחמה מיט אוקריינע, און האט אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז פוטין באציט זיך צו א סייבער מלחמה אדער אנדערע טעכנאלאגישע קריג.

ביים אנגעפרעגט ווערן צי רוסישע טרופן גייען זיך ארויס ציען פון אוקריינע האט לעווראוו געזאגט אז אבסעלוט נישט, און אז די גאר סוקסעספולע ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע וועט ווייטער אנגיין מיט גרויס ערפאלג.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

DOT זאגט זי וועט צוריק רוקן פלאנירטע ראוד רענאוואציעס צוליב בעפארשטייענדע קאן עדיסאן ארבעט

בארא פארק - די ניו יארק סיטי DOT האט געמאלדן אז זי וועט צוריק רוקן די דאטום פון די פלאנירטע איבערפלאסטערונג פון די גאסן נאך וואס קאן עדיסאן האט זיי איינגעמאלדן איבער בעפארשטייענדע ארבעט צו פארריכטן איינריכטונגען אונטער די ראודס.

א ווארטזאגער פאר די דעפארטמענט זאגן אז קאן עדיסאן האט זיי איינגעמאלדן אז זי פלאנירט צו פארריכטן קריטישע איינריכטונגען אונטער די גאסן אנהויב זומער, און דערפאר וועט די DOT איבערפלאסטערן די גאסן סוף ווינטער כדי די ראודס זאלן שוין זיין גענצליך איבערגעפלאסטערט נאך איידער קאן עדיסאן הויבט אן די גראב ארבעט.

"טראץ קאן עדיסאן'ס פארשלעפטע סקעדשול און די מעגליכקייט אז זיי וועלן למעשה נישט אנהויבן די ארבעט ביז נאכן זומער וועלן מיר צוריק רוקן די איבערפלאסטערונג ארבעט צו ווינטער כדי צו זיין זיכער" זאגט א ווארטזאגערין פאר די דעפארטמענט. "אויב וועלן מיר עס נישט צוריק רוקן איז דא א מעגליכקייט אז קאן עדיסאן זאל ענדיגן די גראב ארבעט נאך איידער מיר ענדיגן איבערפלאסטערן, און דאס איז א זאך וואס מיר ווילן צוריק האלטן פאר יעדע פרייז" האט זי צוגעלייגט.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

אריזאנא באאמטע אנטוישט אז זיי קענען נישט האלטן גאנץ אמעריקע געשפאנט פאר לאנגע וואכן

מאריקאפע - באאמטע אין מאריקאפע קאונטי אין אריזאנע האבן אויסגעדרוקט שארפע פרוסטראציע אז טראץ זייערע שווערע באמיאונגען איז זיי נישט געלונגען צו האלטן גאנץ אמעריקע געשפאנט פאר לאנגע וואכן איבער ווער עס האט געוואונען די פרעזידענט וואלן אין לאנד.

"מיר האבן אינוועסטריט שווערע געלטער צו אויפנעמען און טרענירן ארבעטערס וואס ציילן שטייט כדי עס זאל נעמען לאנגע וואכן" זאגט דער דירעקטאר פונעם לאקאלער באורד אוו עלעקשאנס.

באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס מעגליכע אפציעס צו פארזיכערן אז דאס פאסירט מער נישט אין די צוקונפט. א לאקאלע גרופע האט שוין אריין געגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט אפצוהאלטן סטעיטס פון פארעפנטליכן וואל רעזולטאטן ביז אלע סטעיטס האבן געענדיגט ציילן.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

מאנטרעאלע אטאריטעטן באטראכטן אויסצוברייטערן די לויזע קאר גניבות צו אנדערע אינדוסטריען נאך סוקסעספולע פראבע פעריאדע

קוויבעק - באאמטע אין מאנטריאל האבן אויפגעברענגט די מעגליכקייט אויסצוברייטערן די סוקסעספולע קאר גניבות אינדוסטריע צו אנדערע אינדוסטריען נאך די מאסיווע סוקסעס וואס די אינדוסטריע האט צוגעזען די לעצטע יאר.

נאך א פילאט פראגראם ביי וועלכע די אטאריטעטן האבן צוגעלאזט קאר גניבות אומגעשטערט האט די אינדוסטריע געזען א מאסיווע אויפשטייג, און עס האלט שוין כמעט ביי די שטאפלען פון דרום אפריקע, די באאמטע זאגן אז זיי זענען זייער צופרידן פון די ריכטונג וואו זאכן פארן, און זיי באטראכטן אויסצוברייטערן די זעלבע פאליסיס צו אנדערע אינדוסטריען.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

זארג איבער שנעלערע רעאקציע צייט דורך מאמבאשא פייער דעפארטמענט נאכן אנולירן די פייער פייפער

קרית יואל - נישט אידישע איינוואוינער אין די ארומיגע געגנטער אין קרית יואל האבן אויסגעדרוקט אויפברויז אויף די נייע איינפיר פון א שטילערע פייער פייפער צוליב זארג אז עס קען פארשנעלערן די רעאקציע צייט פון די פייערלעשער.

די פייער דעפארטמענט האט באשלאסן איינצוטוישן די אלטמאדישע פייפערס וואס פארטייבן די איינוואוינער ביי יעדע עמערדשענסי רוף מיט א נייערע טעכנאלאגישע פייפער, אבער איינוואוינער זענען באזארגט אז דאס קען מעגליך פארשנעלערן די צייט וואס עס געדויערט פאר די פייער לעשער אנצוקומען צום סצענע און וועט פאלן אלץ לאסט אויף די געטרייע עמערדשענסי אגענטורן.

א ווארטזאגער פאר די פייער דעפארטמענט האט אוועק געמאכט די זארגן זאגנדיג אז די זיכערהייט און באקוועמליכקייט פון די פייערלעשער איז זייער העכסטע פריאריטעט, און זיי וועלן נישט לאזן נייע טעכנאלאגיע שטיין אין זייער וועג.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ביידען שטאלצירט מיט שטייגנדע סטאק מארקעט און גענידערטע אינטערעסט ראטעס

וואשינגטאן - קוים א טאג נאך די וואלן איז פרעזידענט ביידען ארויס געקומען שטאלצירן איבער די שטייגנדע סטאק מארקעט און פאזיטיווע צייכענעס וואס מען זעט אין די ביזנעס וועלט.

ביידען האט געפאכעט מיט טשארטס וועלכע צייגן די שטייגנדע סטאק מארקעט און דערקלערט מיט פאטאס אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון זיינע גוטע פאליסיס, און ער האט פאראויס געשאצט אז די עקענאמיע דארף צו פארן אויף ארויף פאר נאך א גוטע פיר יאר צוליב זיינע פאליסיס, סיידן אויב טראמפ וועט באווייזן חרוב צו לייגן זיין סוקסעס און דעמאלט איז דא א מעגליכקייט אז די עקענאמיע זאל פארן בארג אראפ.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ניו יארק סיטי נידערט די ספיד לימיט צו 20 מפש, האפט אנצוקומען צו פארן ריקווערטס ביז 28'


מאנהעטן - די סיטי קאנסול האט געשטימט אראפ צו רוקן די ספיד לימיט אויף די שטאטישע גאסן צו 20 מ.פ.ש. אין א טריט אינעם דירעקציע פון גענצליך פארשטייטערן די אלגעמיינע שנעלקייט מיט וואס קארס פארן אינעם סיטי.

די קאנסול ספיקער האט אין אן עמאציאנאלע רעדע דערקלערט אז דאס איז נאך א שטאפל אינעם גוטן ריכטונג, און אז זי האפט ביז '28 למספ' זאל די ספיד לימיט האלטן ביי דעם אז מען זאל דארפן פארן ריקווערטס.

א שטודיע דורך 'מאוקאשעס פאר נאמבערס' צייגט אז סאך ווייניגער עקסידענטן האבן פאסירט דורכאויס די לעצטע צען יאר דורך קארס וואס זענען געפארן ריקווערטס ווי דורך קארס וואס פארן אויף פאראויס, ווי אויך צייגט די דאטא אז קארס וואס פארן צוריק צו וועגס פארן אין אלגעמיין שטייטער ווי די וואס פארן פאראויס.

אן אויספרעג דורך די ניו יארק טיימס צייגט אז פילע עקספערטן האלטן אז פארן ריקווערטס שטעלט צו סאך מער זיכערהייט פאר פיסגייער, 'רוב קארס קומען אויסגעשטאט מיט בעק אפ קאמערעס און אנדערע טעכנאלאגישע מיטלען ביים פארן ריקווערטס' האט א ווארטזאגער פאר קאנגרעספרוי קארטעז געזאגט.

געזעצגעבער צייגן אן אז אפילו אן די קאמערעס איז יעדע קאר געזעצליך פארפליכטעט צו האבן בעק אפ שפיגלעך, וואס מאכט אז פארן ריקווערטס זאל זיין סאך א זיכערערע אפציע.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

דעמאקראטן ווארענען איבער א טראסקנדע עקענאמיע, שטייגנדע אינפלאציע, און כאאס מיט מלחמות ארום די וועלט איינמאל טראמפ ווערט איינגעשוואוירן

אין א פרישע מעסידש צום אמעריקאנער פאלק האבן די פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי געווארנט אז איינמאל טראמפ ווערט איינגעשוואוירן זאלן זיך אמעריקאנער גרייטן צו פיר יאר פון נאכאנאנדע מלחמות איבער די גאנצע וועלט, שטייגנדע אינפלאציע, גאז פרייזן ביזן הימל און נאך פילע שענדליכע קאנסקווענצן.

'דאנאלד טראמפ וועט אריין פירן די לאנד אין כאאס, אראפ פירן די עקענאמיע אין דער ערד, און זיינע פאליסיס וועלן צוברענגען צו שטייגענדע אומדערטרעגליכע אינפלאציע' ליינט זיך די דאקומענט וואס די פארטיי האט ארויס געגעבן.

עקאנאמיסטן ווארענען אז טראמפ'ס נאכאנאנדע מלחמות וועלן אפקאסטן ביליאנען פאר די אמעריקאנער רעגירונג, און קענען פאטענציעל צולייגן מיליאנען דאלארן צום נאציאנאלן חוב און פארגרעסערן דעם דעפיציט.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
זאלצמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

פארוואס איז ליכטמאן דורכגעפאלן?

אין א לענגערע אינטערוויו וואס עלען ליכטמאן האט געגעבן פאר KNA דעטאלירט ער פארשידענע מעגליכע אורזאכן וואס קענען האבן געפירט צו זיין היי יעריגע דורכפאל, זאגנדיג צווישן אנדערע אז די 'געהיימניספולע שליסל' [שפעקולאציעס אז ער מיינט דערמיט די דיעפ סטעיט] איז דאסמאל געווען רויט, אבער ער האט עס פארזען.

ווי ער זאגט, האלט ער אז די הויפט גרייז וואס ער האט געמאכט איז געווען דאס רעכענען די דעמאקראטן אלס אינקאמבענטס, בעת באמת איז עס טראמפ געווען, נאכן געווינען פיר יאר צוריק בעפאר עס איז גע'גנב'עט געווארן פון אים.

"די פאלק קענסטו פארנארן, אבער די שליסלעך ארבעטן נאר מיטן ווארהייט" זאגט ליכטמאן א פרוסטרירטער.

---
פיינע נייעס הרב צפרדי.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

די ביסט צוקער
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4684
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 11:01 pm
פארוואס איז ליכטמאן דורכגעפאלן?

אין א לענגערע אינטערוויו וואס עלען ליכטמאן האט געגעבן פאר KNA דעטאלירט ער פארשידענע מעגליכע אורזאכן וואס קענען האבן געפירט צו זיין היי יעריגע דורכפאל, זאגנדיג צווישן אנדערע אז די 'געהיימניספולע שליסל' [שפעקולאציעס אז ער מיינט דערמיט די דיעפ סטעיט] איז דאסמאל געווען רויט, אבער ער האט עס פארזען.

ווי ער זאגט, האלט ער אז די הויפט גרייז וואס ער האט געמאכט איז געווען דאס רעכענען די דעמאקראטן אלס אינקאמבענטס, בעת באמת איז עס טראמפ געווען, נאכן געווינען פיר יאר צוריק בעפאר עס איז גע'גנב'עט געווארן פון אים.

"די פאלק קענסטו פארנארן, אבער די שליסלעך ארבעטן נאר מיטן ווארהייט" זאגט ליכטמאן א פרוסטרירטער.

---
פיינע נייעס הרב צפרדי.


אט אזוי!

שכח פאר די פידבעק און הוספות, עס געט די שטויסקראפט אויף ווייטער
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

maybeeynot האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 11:34 pm
די ביסט צוקער
א דאנק, אייער פידבעק איז ווי גאזאלין אויף ווייטער
אפגעגאלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 11:36 pm
שכח
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »


רעגירונג וועט אראפ נעמען זייטיגע פארלאנגען פאר ביזנעסער וואס קומען נאך די וויכטיגערע פריאריטעטן

אלבאני - א נייע געזעץ אדורכגעפירט אין אלבאני וועט ערלויבן די רעגירונג צו פארקוקן אויף אומוויכטיגע פאליסיס און פארלאנגען פון רעגירונג קאנטראקטערס ווילאנג זיי קומען נאך די עיקר ציל פון די רעגירונג'ס פריאריטעטן.

לויט די נייע געזעץ וועט די רעגירונג קענען פארקוקן אויף די אומוויכטיגע חלקים פונעם קאנטראקט, צ.ב.ש. אויב די פירמע קען פאקטיש אויספירן די ארבעט, אויב זיי מאכן א דויערהאפטיגע ארבעט, אויב זיי געבן א ראציאנאלע פרייז, א.ד.ג., און אנשטאט וועט די רעגירונג קענען פאקוסירן אויף די וויכטיגע חלקים, צ.ב.ש. וויפיל פרויען זענען איינגעשטעלט אין די פירמע, צו די ארבעטער זענען אלע אנגעשלאסן אין א יוניאן, און אויב די פירמע געט פריאריטעט פאר שבעה מינים ארבעטער.

"היינט איז א גרויסע טאג פאר ניו יארק" האט א ווארטזאגער פאר די סטעיט לעגוסלאטאר געזאגט, "מיר מוזן ווייטער פארזעצן אונזער קאמף צו פארזיכערן א בעסערע, מער טאלערירנדע, און מער דייווערס ניו יארק" האט זי צוגעלייגט.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
king
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

צוקער זיס דער געהענגל.

כן ירבה וכן יפרץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”