פארלוירענע נשמה'לעך. אייביגע נחמה'לעך.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

פארלוירענע נשמה'לעך. אייביגע נחמה'לעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ביי מיר איז שוין נאכט, אבער ביי ענק אין אמעריקע איז נאך געהעריג טאג, מאמע רחל'ס יארצייט, האב איך יעצט פארשריבן דיע גראמעלעך, וואס איך בין מקדיש פאר די אלע פארלוירענע נשמה'לעך, זאלן זיך בקרוב צוריק קערן. ושבו בנים לגבולם.

***

נשמה'לעך פארלוירענע,
חסידיש געבוירענע,
אין תאוות דערטרונקען,
אין שמוץ זינקען,

אבער דאך זענען זיי - הייליגע נשמה'לעך.

אויפגעוואקסן אין א שטוב,
ווי מ'האט אים ליב,
עלטערן ערליכע,
מיט א חינוך א הערליכע,

און ליידער זענען זיי - פארלוירענע נשמה'לעך.

די וועלט אפן פאר זיי-איז,
אראפ מיטן בארד און פיאות,
א הפקר'דיגע לעבן זיי ווילן,
נישט קיין שבת און נישט קיין תפילין.

אבער דאך זענען זיי - הייליגע נשמה'לעך.

אין חדר געלערנט פלייסיג,
אין ישיבה - תורה געווען משיג,
געווען פון די תלמידים די שטערקסטע,
היינט פארזינקען אינעם ערגסטע.

ליידער זענען זיי - פארלוירענע נשמה'לעך.

מיט נסיונות זיך געטון מוטשען,
אנגעהויבן צו גליטשן,
אין ישיבה מער נישט זיין טייל-איז,
היינט ליידער א אוכל נבילות.

אבער דאך זענען זיי - הייליגע נשמה'לעך.

אין זיין שטוב א שטארקע השגחה,
פונעם טאטן די שענסטע הדרכה,
געקאכט נאר בקדושה וטהרה,
פרובירט אז זיין שטוב זאל זיין א מערה.

ליידער זענען זיי - פארלוירענע נשמה'לעך.

נישט אויסגעהערט דעם טאטן,
אנטלאפן צו דער ווייטן,
אנשטאט מ'זאל אים א שידוך זוכן,
טוט ער נאך מער פארקריכן.

אבער דאך זענען זיי - הייליגע נשמה'לעך.

געווען אזוי אפגעהיטן,
געמאכט אבער פאלשע טריטן,
ער דרייט זיך מיט שקצים ושקצות,
די תורה - דאס אנשטאטס-איז.

ליידער זענען זיי - פארלוירענע נשמה'לעך.

***

טייערע נשמה'לעך!

אויף ענקער אויגעלעך מ'דערקענט,
טיף אין הארץ עס ברענט,
ענק ווילן זיך צוריקקערן,
טראץ די וועג צוריק - איז א שווערן.

ברענגט אונז שוין - אייביגע נחמה'לעך.

עטס ווייסט דאך אליין,
אז הבל היופי ושקר החן,
אלעס איז הבל הבלים,
ברידערלעך, וועקטס ענק אויף פון חלום!

שטארקט'ס ענק - איבער די שווערע מלחמה'לעך.

אביסל יראה פארן בורא,
נאר א טראפ לימוד תורה,
פאר ענקער עלטערן א שמחה רבה-איז,
היט'ס אפילו נאר איינמאל דעם שבת.

ברענגט אונז שוין - אייביגע נחמה'לעך.

מיר געבן נישט אויף, אויף ענק קיינמאל,
מיר זענען אלע א טייל פון כלל ישראל,
הייבטס אן א נייע ערליכע לעבן,
אונז בעטן ענק, טוט'ס אויך קיינמאל נישט אויפגעבן!

שטארקט'ס ענק - איבער די שווערע מלחמה'לעך.

***

אונזערע מאמע אינדערהיים,
ניין זי וויל נישט, מאנה להנחם,
זי טוט זיך פאר אונז אנשטרענגען,
ביז השם וועט אונז שוין אהיימברענגען.

און נאך די אלע מלחמה'לעך, וועט זיין - פאר אונז נשמה'לעך, די גרעסטע און שטערקסטע נחמה'לעך!!!
לעצט פארראכטן דורך יש משהו אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: פארלוירענע נשמה'לעך. אייביגע נחמה'לעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

זייער שיין און אמת
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: פארלוירענע נשמה'לעך. אייביגע נחמה'לעך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

העעערליך!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”