פארוואס דארף איך דיין לייק? - איך האב נישט קיין טשיקען פאקס!
איך קום מיר אהיים איין קאלטע ווינטער נאכט נאך א שווערע טאג פון ארבעט. איך וואק אריין אין דייניג רום, איך שליידער ארויף מיין רעקל אויפן בענקל (כאטש איך ווייס אז מיין ווייב האט פיינט ווען איך טוה עס...) און איך גיי אריין אין קיטשען מיך צו מאכן א טיי. איך האב גראדע ליב די פלעווארד טיי, אנדערע זאגן עס טעיסט ווי הייסע פאנטש, אבער שוין. אריינגייענדיג אין די קיטשען ווער איך שאקירט זעהענדיג ווי מיין פערצן יעריגע בחור'ל זיצט אויף א בענקל, און ער וויינט ביטערליך. פון זיינע זיסע אומשולדיגע אויגען גיסען זיך הייסע טרערן ארויף אויף זיינע הייליגע בעקעלעך. ער בוכה'ט ווי א בעבי. איך געדענק נישט זעהן אזא זאך. כ'מיין, מיין חיים צבי איז אביסעל א סענסעטיווע נשמה'לע, און ער קען צומאהל ווערן טרויעריג, אבער אזעלכע בכיות איז עפעס וואס איך האב נאכנישט געזעהן.
איך שאר מיך צו צו איהם, איך בין נאכנישט זיכער אויב ער האט מיר באמערקט. איך זעץ מיך אראפ לעבן איהם, און איך כאפ אן איינע פון זיינע הענט מיט א פאטערליכע ליבשאפט. חיים צבי הייבט אויף זיינע אויגען, און ווי נאר ער האט מיר באמערקט, האט זיין געוויין זיך פילפאכיג פארשטערקערט. "וואס איז געשעהן" פרעג איך איהם מיט ליבע. אבער קיין ענטפער. אנשטאט דעם ווערט זיין געוויין נאר פארשטערקערט. איך ווארט צוויי מינוט ביז ער בארואיגט זיך און קומט עטוואס צו זיך, איך געב א דריק אויף זיינע הענט, און איך חזר איבער מיין שאלה מיט מער א ווייעכע טאן: "חיים צבי טייערע, וואס גייט פאר, זאג מיר". ער הייבט אויף זיינע רויטע אויגעליך, ער נעמט א טיפע אטעם און פראבירט ארויסצוזאגן א ווארט, אבער די פלייץ פון טרערען שטיקען איהם ווידער.
נאך אזא צעהן מינוט פון שטילקייט, נעמט ער ענדליך די קאראזש, און הייבט אן צו רעדן שטילערהייט. "טאטע, איינער האט מיך פארשעמט היינט אין חדר". און דא ווערט ער ווידער איבערגעהאקט מיט א קול בוכים. איך פיל ווי מיין הארץ ווערט איינגעשרינקען פון ווייטאג. פארוואס זאל איינער אזאנס טאן? וואס האט מיין בחור'ל שלעכט געטוהן אז איינער זאל איהם אזוי ביטערליך פארשעמען. "וואס האט יענער געזאגט"? פראביר איך צו פירען ווייטער דעם שמועס. אבער חיים צבי איז שטיל. עס איז קענטליך אז ער קען זיך ברענגען ארויסצוזאגן די טשעפע וואס ער באקומען. איך פראביר אין מיינע מחשבות צו טראכטען וואס האט איהם שוין איינער געקענט זאגן אז ער זאל ווערן אזוי צובראכען, שעפעלע, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר. הלוואי איך קען דיר העלפען. "אפשר ווילסטו זאגן פאר טאטי וואס יענער האט דיר געזאגט, אפשר קען איך דיר העלפען".
ענדליך חיים צבי נעמט די קאראזש. איך זעה אז עס קומט איהם אן זייער שווער. ער פראבירט איינמאהל, אבער עס גייט נישט. ער פראבירט נאכאמאהל, און ער שטיקט זיך ווייטער. ביז ענדליך איז מצליח צו קומען צום ווארט. און דא רייסט זיך ארויס פון זיין שטימע מיט א וויינעדיגע קול:
"ער האט געזאגט אז איך האב טשיקען פאקס..."
---
פארשטייט זיך אז דעם קאמיש - טרויערדיגען געשיכטע האט קיינמאהל נישט פאסירט... און עס קען קיינמאהל נישט פאסירען, און איר פארשטייט אליינס פארוואס. קיין איין נארמאלע מענטש וועט נישט ווערן באליידיגט ווען איינער זאגט איהם אז ער האט טשיקען פאקס. עס איז נישט במציאות. פארוואס? ווייל איך האב נישט קיין טשיקען פאקס. עס איז ביי מיר אזוי קלאר אז איך האב נישט קיין טשיקען פאקס אז איך קען נישט באליידיגט ווערן פון אזא טשעפע. עס קלעבט פשוט נישט. עס איז סתם נאריש גערעדט.
שטעלט זיך די שאלה, ווי ווערט א מענטש יא באליידיגט. וואס קענט איר זאגן פאר איינעם אז יענער זאל באמת געטשעפעט ווערן עד עמקי נשמתו. דאס איז אויב איר זאגט איהם אז ער איז נישט עפעס וואס ער האפט אז ער איז יא. עפעס וואס ער אליין איז נישט זיכער ביי זיך אויב האט ער דאס טאקע, און ער פראבירט מיט אלע זיינע כוחות זיך אליינ'ס צו איבערצייגען אז ער האט עס טאקע, און ווען זאגסט איהם אז ער האט עס נישט צופאלט זיין גאנצע חלום און ער טרעפט זיך מיט זייער א ביטערע ריאלעטעט, מיט וואס ער איז זייער נישט באקוועם.
"דו ביסט דאך אזוי נאריש". דאס איז א ליין וואס רוב פון אונז וועלן נעמען מיט גרויס ווייטאג, אויב ווערט עס געזאגט מיט אמת. פארוואס, ווייל יעדע מענטש וויל זייער שטארק זיין קלוג, און דער מענטש קען נישט אפמאכן ביי זיך אויב איז ער טאקע קלוג אדער ער נארט זיך נאר. ער ווייסט פשוט נישט. ממילא איז ער כסדר אנגעהאנגען אין אנדערע אז זיי זאלן צו איהם באשטעטיגען איין מאהל און נאכאמאהל אז ער איז טאקע קלוג. און ווען איינער זאגט איהם אז ער איז בכלל נישט אזוי קלוג, וועט עס איהם זייער וויי טאן. ווייל ער איז אליינס נישט זיכער אין דעם דערפאר מוז ער אנקומען צו אנדערע אז זיי זאלן איהם עס באשטעטיגען פאר איהם. וואלט ער געוואוסט פונקטליך ווי ער שטייט, וואלט איהם נישט אנגעגאנגען קיין כי הוא זה וואס אנדערע זאגן וועגן איהם. פונקט ווי ער דארף נישט קיינעמ'ס באשטעטעגונג אז ער האט נישט קיין טשיקען פאקס... די גאנצע פראבלעם הייבט זיך אן ווען דער מענטש איז נישט זיכער מיט זיך, און ער קען זיך נישט גענונג גוט צו וויסען וואס ער איז באמת יא און וואס ער איז באמת נישט. דארט איז די פוינט ווי ער דארף אנדערע זאלן איהם עס באשטעטיגען. און דארט איז דער פוינט ווי ער ווערט באליידיגט און וויי געטאן. און וואס וויינגער א מענטש איז זיכער מיט זיך, אלס מער וועט ער זיין אויסגעשטעלט צו ווערן געטשעפעט און וויי געטוהן דורך אנדערע.
די ארבעט פון א מענטש איז זיך אליין גוט צו קענען, און ווערן רואיג און צופרידען מיט וואס ער איז, און מיט די כשרונות און מעלות וואס די אייבערשטער האט איהם געשאנקען. און יא... אנערקענען אז ער מוז נישט האבן יעדע מעלה וואס זיין חבר אין ביסמעדרעש האט... און ווען א מענטש קומט אן צום נקודה פון זיך אליין גוט קענען, הייבט ער אן לעבן א רואיגע און אנגענעמע לעבן אן ווערן נשפע פון וואס יעדער ארום איהם האלט און טראכט וועגן איהם.
און דאס איז די סיבה פארוואס איך דארף אזוי שטארק דיין לייק... פליז זאג מיך אז איך בין קלוג, פליז זאג מיך אז איך בין גוט. און וואס מער מענטשען זאגן מיר עס, אלס בעסער גיי איך פילען... ווייל איך בין אזוי נישט זיכער ווער איך בין און וואס איך בין... וואלט ביי מיר ווען געווען קלאר ווער איך בין אזוי קלאר ווי איך ווייס אז איך האב נישט קיין טשיקען פאקס וואלט איך דיין לייק נישט געדארפט... און... און... יאפ.. האסט צוגעטראפען... איך וואלט נישט אוועקגעגעבן א האלבע שעה פון מיין טאג צו שרייבען דעם ארטיקעל...
פארשטייסט?
יעצט פליז געב א לייק...

לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער