די מקוה, און אירע פראבלעמען (#שלפים_4)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

די מקוה, און אירע פראבלעמען (#שלפים_4)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

זייטיגע נאטיץ
די הערליכע פי.די.עף דורך מיין חשובע ידיד נאמן ושותף הרב @זיידענע העמדל . הערליך שיין מיט גראפיק! א עקסטערע דאנק!!,
בסד - שלפים - פר וירא תשפה - יש משהו.pdf
(301.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 4 מאל
זיך צו פארבינדן מיט מיר, אדער צו באקומען די גליון פון נעקסטע וואך אין אימייל - שיקט א בליץ פאסט צו [email protected]

אל תדון את חבירך 'עד שתגיע למקומו'.
האנטעכער, זייפן, פרייטיג-נאנט-צום-זמן און אלעס ארום די מקוה.

געווען איז עס אין א קאלטע רעגנדיגע פרי מארגען – ווי די שטייגער דא אין לאנדאן, ווען איך בין אריין אין מיין לאקאלע מקוה צו כאפן א טונק און זיך צוגרייטן צום דאווענען. א מקוה אינדערפרי פארן דאווענען – איז בעצם א טעגלעכע ערשיינונג ביי רוב חסידישע היימישע יודן אין די גאנצע וועלט - אבער דאך איז עס א זאך וואס מ'קען אזויפיל רעדן איבערדעם, און אזויפיל אינטערעסאנטע קאמישע זאכן געשען טאג טעגלעך, איבער וואס מ'קען שרייבן אסאך.

איך פיר מיר צו גיין אין א קליינע מקוה, (נישט ווייל אזוי האבן זיך מיינע זיידעס געפירט, נאר פשוט וויל דאס איז די נענטסטע צו מיין הויז) וואס אויב קום איך גענוג פרי וועט ממש זיין מער ווייניגער ליידיג – א זאך וואס איך גלייך זייער שטארק.

און אזוי איז געווען טאקע יענע טאג, ס'געווען ממש ליידיג, מסתמא נאר 2-3 יודן חוץ פון מיר, און איך פראווע מיין עבודת המקוה כנהוג. נאך די גאנצע עבודה, איז דא א געוויסע ענין ביי פארשידענע יידן, אז מ'טריקנט זיך אפ, מיט א האנטוך.

[פאר איך בין ממשיך מיט די מעשה, שפיר איך אז איך מיז קודם מקדים זיין א שטיקל אריינפיר, אז כדאי די מאדערנע עולם וואס ליינט דאס זאל כאפן וואס גייט פאר...
איז אזוי, איינער פון די שוועריקייטן פון די מקוה איז, די זאך וואס מאנכע רופן האנטוך. ס'איז א שורש וואס ברענגט גאר אסאך פראבלעמען אין די אלגעמיינע מקוה-וועלט.
ואלו הן: ערשטנס, מ'מעג נאר נעמען איין האנטוך, פאר א צווייטע העסטו מוזן צוצאלן 50 פעני. (איי, די וועשער שטופט מילא אריין 250 האנטעכער אין איין וואש-מאשין, סאו וואס א חילוק צו איינס האט יענקל גענוצט און איינס יוסל, צו ביידע איז געווען פון יענקל?) און די עיקר פראבלעם קלאפט אויס מער פאר די פעשליכע יודן (ובתוכם אני הגדול), ווען אסאך מאל קען די האנטוך פשוט נישט קאווערען אלעס.
נאך א פראבלעם איז דא, אז ביי גאר אסאך מקוואות זענען די האנטעכער געקויפט געווארן אויף אלי-עקספרעס ווען ס'איז געווען א פראמוישען 'קויפט 150 האנטעכער פאר 10 דאללער און באקומען נאך 75 פאר אומזיסט'... די האנטעכער זענען אסאך מאל באמת נישט ווערד גארנישט. (אזוי שרייבנדיג, פאלט מיר יא איין א שטיקל הסבר צו פארשטיין פארוואס די שמש בעט 50 פעני עקסטרע פאר א צווייטע האנטוך, פשוט, איינס, האט ער נישט קיין ברירה - מיז ער דאך צושטעלן בחינם, אבער פאר א צווייטע קען ער כאטש צוריקמאכן די געלט וואס ס'האט אים געקאסט.... א גוטע פשט, ניין?)
און אזוי ציעט זיך א לאנגע קייט פון פראבלעמען און עגמת־נפש, אבער גארנישט קומט נישט צו, צום עיקר, וואס דאס איז:
די אפקומעניש פון טרעפן א 100 פראצענטיג פארזיכערט ארט פאר דיין האנטוך, אז ווען די קומסט אים אפנעמען, זאל ער נאך הענגען דארט פון פריער.
צו לעזן די פראבלעם, איז דא אסאך סעלושענס, ווען יעדע נייע מקוה וואס בויעט זיך פרובירט אויפקומען מיט נייע פאטענטן, אבער מיט דעם אלעם, איז עס נאכאלס א טעגלעכע ערשיינונג אין יעדע מקוה אויפן וועלט אז א יוד טרעפט זיך האנטוך-לאז ווי א יתום.
ס'דא מקוואות, וואס אויף די הוק'ס האבן זיי געלייגט נאמבערס. פשי! א דזשיניעס! אבער פון ווי זאל איך געדענקן אויף וועלכע נאמבער איך האב אים געהאנגען פאר 10 מינוט צוריק? כ'מיין, פארוואס טראכסטו אז איך גיי געדענקען?
איז וועגן דעם, רוב אירע וואס פארלאזן זיך אויף די הענגערס, וועלן טאקע לייגן אויף א ספעציעלע נאמבער וואס ליגט גוט אין די ביינער. איינער וואס האט 6 קינדער, וועט לייגן ביי 6. איינער איז פונקט 27 יאר, וועט הענגען ביי 27. אנדערע ביי 18 אדער 36, און אזוי ווייטער. ס'איז א געדאנק, אבער נאכאלס נישט די מערסטע פארזיכערט.
אנדערע, וואס האלטן אז דיע נאמבערס זענען נאכאלס נישט גענוג גוט, און ס'איז נאך דא גרויסע טשענסעס אז די האנטוך זייערע זאלן ווערן געקידנעפט, וועלן לייגן זייער האנטוך, אדער ביי די ערטשע הוק אדער ביי די לעצטע. (וכולי האט ואולי, ווייל דארפסט דאך געדענקן וועלכע שורה האסט עס בכלל געלייגט....)
נאכדעם איז דא יודן, וואס זיי העלן נישט הענגען בכלל זייערע האנטוך אויף די הוק'ס, ס'איז צו א מקום חשוד, און צופיל האנטעכער זענען שוין יונגערהייט פריצייטיג פארשניטן געווארן פון דארט, נישט האבנדיג זוכה געווען צוריק אנצוקומען צו זייערע שורש, איז די יודן, מוזן טרעפן א אנדערע געדאנק פארן מקום מנוחת כבוד פאר זייער אזוי גערופענע האנטוך.
פאר דיע מענטשן איז נאך איבערגעבליבן איין אפציע, וואס דאס איז, עס אויפהענגען ביי די צוים וואס איז דא נעבן יעדע בור (וואס איז געצילט אז די יונגע בחורים וואס הייבן אן גיין אין מקוה און מיינען אז א מקוה איז א שווים-באסיין, זאלן אפילו נישט פאר א רגע טראכטן אריינצודייוון אין בור). און אפילו ביי דעם איז אויך דא אסאך וועגן וויאזוי צו דראפן די האנטוך, צו זיין פארזיכערט אז אלס איז אין בעסטע ארדענונג... פארשידענע קומען אויף מיט א טאקטיק ארומצודרייען זייערע האנטוך מיט א קניפ, אנדערע וועלן עס לייגן די נענטסטע צו די בור אז גלייך ווען זיי קומען ארויס זאלן זיי עס קענען גלייך כאפן, נאך פאר די שווארצע חברה קענען לייגן א יד אויף דעם.
איך בין פון די מענטשן וואס מ'האט דא דערמאנט צום לעצט, איך הענג מיין האנטוך אויפן צוים די נענטסטע צום בור.
פיין, כ'מיין איך האב שוין אביסל צופיל איבערגעטריבן, לאמיר גיין צום מעשה.]

בשעת וואס עס טראפט שווערע דיקע טראפנס פון מיין אויפגעמאכטע קנאבל בארד, ווענד איך מיינע טריט צו מיין האנטוך, און ס'ווערט מיר דורכזיכטיג פאר מיינע אויגן.

ההאנטוך איננו.

איינער האט פשוט קאלטבלוטיג אפגעיאפעצט מיט מיין אויסגעבענקטע האנטוך, און איך האב מיר געטראפן אין גאר א אומאנגענעמע סיטואציע. איך האב געהאט א ברירה פון אויך טון דאס וואס יענער האט געטון, נעמען א צווייטנס האנטוך, אבער איך האב געוואלט זיין וואויל און נישט פארדרייען די יוצרות.. ווייל אויב נעם איך אויך א צווייטנס, וועט די צווייטע נעמען א דריטנס, און אזוי ווייטער, און במשך די גאנצע טאג ווען הערשן א כאאס אין מקוה, ווייל יעדע העט מוזן נעמען די האנטוך פון די פריערדיגע, און איך האב שוין געזען פאר מיינע אויגן ווי די גאנצע מקוה פארט אויף האנטעכער, און איך האב נישט געוואלט אנזייען חורבנות אין די גאנצע שטאט אלס תוצאה פון די האנטוך-מלחמה, און איך האב אויך נישט געוואלט אז די לעצטע מענטש וואס קומט אין מקוה זאל בלייבן אן א האנטוך לויט די חשבון.

למעשה, האט מען פארשאפט א צווייטע האנטוך, און בשעת זיך טריקענען, זענען מיינע מחשבות געלאפן גאר ווייט.

קודם האב איך גלייב אנגעהויבן טראכטן אז אזא מעשה פארדינט דאך א געהעריגע ארטיקל, און די שאלה איז נאר וועלכע קעפל העט מען געבן פאר דעם (און איך העל מוזן מודה זיין אז איך האב געטראכט וועלכע קעפל וואלט ווען @ר' יחזקאל געגעבן לו יצוייר די מעשה געשעט ביי אים... צו 'א אפענע בריוו צום קינדנעפער', נע, דאס איז צו שוואך.... ער וואלט זיכער אויפגעקומען מיט עפעס בעסער....)

איך טראכט מיך אזוי ווייטער, אז מ'מוז נעמען ערענסטע שריט צו דעם, און אפשר אנהייבן א מערכה און א אויפוואכונג אין די וועלט "#נוץ_דיין_אייגענע_האנטוך" אדער אזא מין געדאנק.

אבער בעיקר בין איך געווען ביזי צו טראכטן, ווער האט בכלל גענומען מיין האנטוך?! וואס איז די חוצפה?! מסתמא עפעס א קליין בחור'ל וואס האט נעכטן געמאכט זיין ערשטע באזוך דא, און ער מיינט אז מ'קען נעמען וועלכע האנטוך מ'וויל... אדער אפשר יא איינער וואס האט געמיינט אז ----

אינמיטן זיין אזוי פארזינקען אין מיינע מחשבות, קום איך אן צו מיין פלאץ, און איך באמערקט ווי אויפן הענגער הענגט מיין האנטוך טריקענעהייט, און שמייכלט צו מיר מיט א העפליכקייט.

אין כאן לא גניבה, ולא גזילה, ולא קינדנעפינג, ולא מערכה, ולא ארטיקלען.

האסט פשוט פארגעסן צו נעמען דיין האנטוך און עס אויפהענגען אויפן צוים!!!

דעמאלסט האב איך פארשטאנען וואס איז פשט אין די ווערטער, 'אל תדון את חבירך 'עד שתגיע למקומו''. ווילאנג די קומסט נישט אן צו דיין פלאץ זיי קיינעם נישט דן, ווייל קען זיין דיין האנטוך ווארט אויף דיר דארט. (בדרך מליצה - פארשטייט זיך).

******

אז מ'רעדט פון מקוואות, האב איך לעצטנס אויפגעכאפט א אינטערעסאנטע מין זאך. ס'נאכנישט געווען קיינער אויפן וועלט וואס איז אמאל געגאנגען רואיגערהייט ווי א נארמאלע מענטש אין מקוה! און איך וועל מסביר זיין, אייביג ווען עס קומט צו א מקוה נוצט מען די אויסדריקן 'ער"ש, די טאטע 'לויפט' אין מקוה', אדער 'איך בין געווען אין צאנז אין דארט 'געכאפט' א מקוה'. און נאך אזעלכע אויסדריקן. פארוואס קען מען נישט גיין נארמאל? פארוואס דארף מען לויפן?? פארוואס קען מען נישט זיך טובל'ען און גארנישט 'כאפן'? סתם אזוי איז נישט שיין צו כאפן א מקוה! ס'קומען נאך יודן נאך דיר, לאז עפעס איבער פאר זיי! (און מ'קען מיינען וואס מ'כאפט שוין... אביסל האר און שופן פון אנדערע יודן?......)

******

און גראדע דערמאן איך זיך א ווארט וואס איך האב געהערט בשם ר' לאנגזאם. אז אין די 9 טעג איז ער געווען אין מקוה, און ס'האט אים געפעלט א האר! צו טרעפן א גאנצע בארד.....

******

פרייטיג בין איך געגאנגען אין מקוה שוין נאך 3 אזייגער, ווען ביי אונז אין לאנדאן איז שבת געווען 4:05... ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן איז די מקוה געווען אנגעפאקט, עס איז געווען מער מענטשן ווי זייף באטלעך וואס ליגן אויף די שעלפס... די בור האט אויסגעקוקט אזויווי א קינדערישע פארציע זופ וואס פארמאגט מער זופ-מאנדלעך ווי זופ... ערגעץ וואו אינמיטן מחמת רוב דחקות, הער איך טאקע ווי איינער רופט זיך אן צו זיין חבר, 'יענקל, אז די טרעפסט נישט איינער פון דיינע קליידער, זאלסטו וויסן אז עס ליגט ביי מיר....'
און לכאורה שטעלט זיך די פראגע, וואס עפעס קומט יעדער איינער די לעצטע מינוט? חצות איז שוין 11:45, וואס עפעס נאך 3'ער דערמאנט זיך יעדער איינער צו קומען?
איי וועסטו וועלן זאגן אז פארדעם איז אויך אנגעפאקט? לעצטע וואך בין איך געווען אין מקוה ארום 3'ער צייט, און ווען איך בין אריין איז עס ממש געווען ליידיג, און נאר הערשט ווען איך בין שוין געווען צוריק צו מיין פלאץ האט די עולם אנגעהויבן אריינשטראמען. וואס איז פשט? פארוואס קומט יעדע הערשט אזוי שפעט? און ס'נאכמער, יעדע איינער ווייסט אז יעדע איינער קומט שפעט, און ס'גייט זיין פיל. שטרענגט אייך אביסעלע אן און לאזט פאר די אלע שפעטקומער'ס האבן א רוהיגע מקוה!
ערענסט גערעדט, אפשר איז דא טאקע די וועג פאר די גבאי המקוואות איבער די גאנצע וועלט - וויאזוי צו לייזן אפאר איבריגע דאללער.
א מקוה קארטל וואס ארבעט ביז פרייטיג 1 אזייגער, העט קאסטן טאקע די געהעריגע פרייז. ביז 2'ער? ארויף מיט 5 דאללער. ביז 3'ער? נאך 10 פונט טייערער.
און א קארטל אריינצוגיין ביזן זמן העט קאסטן די פרייז פון א נישטיגע 45 דאללער!
עה, עכטיג איז עס גניבה צו טון אזא זאך, אבער די געדאנק מיין איך איז ס'נישט שלעכט.

******

און אז מ'האט שוין דערמאנט די זייף באטלעך אויף די שעלפס, איז אויך טאקע כדאי צו רעדן דערפון. קודם כל, וואסארא מין געדאנק איז דאס? אויף דעם וועט געזאגט 'ס'א געדאנק, אבער נישט קיין גוטע'... די גאנצע זאך לכאורה פארוואס דאס ווערט געמאכט איז נאר כדאי גרינגער צו מאכן פאר די מענטשהייט. אנשטאט יעדע איד זאל נעבעך דארפן שלעפן יעדע טאג די פלעשלעך זייף, וואס וועגט נעבעך אזויפיל – האט מען געבויעט אדער געלייגט שעלפס וואס דארט קען מען עס איבערלאזן.
אבער זוכן יעדן טאג פאר אזא 3 מינוט דיין פלעשל - איז עפעס אסאך גרינגער??
די ווייסט אז די עצם טראכטן פון זיך דערמאנען ווי מ'האט עס נעכטן געלייגט דאס אליין קען געדויערן מער ווי א מינוט?
פארוואס מיינסטו אז זוכן א פלעשל 'העד אין שאלדערס' פון צווישן 60 אנדערע – איז גרינגער פון ברענגן יעדן טאג דיינס?
אויך איז עס אזא גאנצע יאכנעריי, קענסט דאך געוואר ווערן פונקטליך וועלכע זייף יענע נוצט... קענסט קלאר וויסן ווער האט אסאך שופן אויף זיין בארד, און ווער האט הארטע הויט אויף זיין פיס.... פעך...
סתם אזוי א שאלה, אויב איך וויל האבן זייף מעג איך נעמען פון איינעם'ס פלעשל?
איך טאקע, נעם יעדן טאג אביסעלע זייף אין א סנעק-בעק גענוג פאר דעם היינטיגן מקוה און פערטיג.
איך רעד מיך נישט אפ, איך רעדט מיך אויס.

***

ווי האט מיר יענער אמאל געפרעגט? וואס איז שווערער? אריינגיין אין א קאלטע בור, אדער ארויסגיין פון א הייסע בור??

****
חיזוק פונעם פרשה
געטריפלטע נסיונות

די מעשה העקידה קען יעדער, אפשר אפילו מער ווי אנדערע פרשיות פון די תורה, היות מ'זאגט עס יעדן טאג פארן דאווענען (דער וואס זאגט עס...), און נישט פאר סתם - כדאי מ'זאל זיין גרייט יעדן טאג צו באשטיין די נסיונות דארף מען האבן א שטיקעלע חיזוק יעדן טאג פון אונזער אבות הקדושים. (אויך איז דא שפעטער די טייערע תפילה וואס מ'בעט 'כמו שכבש וכו'.

אבער נישט פון דעם העט מען יעצט רעדן. לאמיר זיך באציען צו 2 קליינע חלקים פון אט די מעשה, וואס פון קעם רעדט מען נישט אזויפיל, טראץ וואס איינס פון דעם שטייט קלאר אין די תורה, דאך וועט עס געליינט און פארציילט שנעל אן אריינצוטראכטן צו טיף דערין.

אויפן וועג צום עקידה - איז באוויסט די מדרש און די מעשה, אז די יצר הרע האט זיך פארשטעלט ווי א וואסער וכו' און נישט געוואלט אדורכלאזן אברהם אבינו, אבער, אברהם האט זיך נישט געלאזט, אריין ביז די לעצטע אטעם און הערשט דעמאלסט האט ער מצליח געווען צו מבטל זיין די יצר הרע.

נאך א מעשה – וואס דאס שטייט שוין קלאר אין תורה, אברהם אבינו קומט אהיים פון די גאנצע מעשה, און ווערט געוואר אז שרה אמנו, פרחה נשמתה. און ווי רש"י זאגט נעקסטע וואך אז דאס איז געווען ווען זי האט געהערט אז מ'גייט שחט'ן יצחקן.
אוועק. נפטר. ת.נ.צ.ב.ה. אפילו זיך נישט געקענט געזעגענען. גארנישט. פלוצלינג.

האמיר דא 2 מעשיות, איינס בעפאר די נסיון, און איינס נאך די נסיון.

אבער ביידע פון די 2 זענען אויך געווען נסיונות.

אברהם אבינו, וואלט געקענט טענה'ן, רבש"ע! איך גיי! איך גיי שוין יא! איך גיי דאך מקריב זיין מיין זוהן! איך טו באשטיין די נסיון פון שחט'ן מיין אייגן קינד, בלויז ווייל די האסט מיר געבעטן! כאטש מאך עס גרינג! זאל כאטש די וועג גיין גרינג! פארוואס קומט מיר אונטער די וואסער מיט אלע שוועריקייטן?!
אבער, אברהם אבינו, שווייגט. גארנישט. א וואסער?? נו נו, אריין אין וואסער!!

אברהם אבינו קומט אהיים, שרה? שרה?! נעבעך אוועק.
רבש"ע! פארוואס בין איך געגאנגען?! פארוועם בין איך געגאנגען?! אלעס נאר פאר דיר! אלעס צו טון דיין רצון, טראץ וואס דאס איז גארנישט געווען גרינג. איז פארוואס אזא פאטש?! פארוואס אזא פראסק, אזא טראגעדיע?!
אבער, אברהם אבינו, שווייגט. גארנישט. א לוויה. א הספד. א קליינע בכיה – ווייל זי איז דאך עניוועיס געווען אלט.

טייערע ליבע ברודער!

אסאך מאל א מענטש האט א ניסיון, און ער שטארקט זיך שוין יא, ער איז זיך שוין יא מתגבר אויף די עצם נסיון אליין.
אבער אסאך מאל קומט א נסיון פאר דעם און נאכדעם, וואס דאס מאכט עס נאך שווערער.
לאמיר געבן א משל, איינער האט געהאט גאר א שווערע נסיון צו געבן א היפש פאר עפעס א נעבעכדיגע יוד, ס'איז ממש נישט געווען אין געגענט, ער איז געווען אזוי מיד. דאך האט ער זיך מתגבר געווען און יא געטון די גרויסע מצוה.
אויפן וועג אהין האט ער געהערט אז פונקט האט איינע פון זיינע חברים דעסיידעט צו מאכן א בארביקיו און וועגן דעם האט ער עס פארפאסט, און עס שטערט אים גאר שטארק. (אנטשולדיג אויף אזא גשמיות'דיגע משל, אבער דאס איז מיר יעצט אריינגעקומען און קאפ...)
און אויפן וועג אהיים האט ער געהאט א עקסידענט.

בעצם וואלט ער געקענט זיין מלא טענות ח"וו. איך טו שוין יא א מצוה?! איך האב זיך שוין יא מתגבר געווען און געטון רצון השם! איז פארוואס אזא פראסק?! פארוואס דארף איך פארפאסן אזויפיל וועגן די מצוה?! פארוואס דארף דאס געשען צו מיר? איך טו דאך שוין יא א מצוה?!

מעשה אבות סימן לבנים. שווייג. גארנישט.

די באשעפער ווייסט וואס ער טוט.

איך האף אז מ'האט געכאפט די געדאנק.

א גוט שבת!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: די מקוה, און אירע פראבלעמען (#שלפים_4)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 3:35 pm

איך האב שוין געזען פאר מיינע אויגן ווי די גאנצע מקוה פארט אויף האנטעכער

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 3:35 pm

איך רעד מיך נישט אפ, איך רעדט מיך אויס.
גוט
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 3:35 pm

איך האף אז מ'האט געכאפט די געדאנק.
געכאפט!!!


@יש משהו דו שרייבסט צוקער זיס! פליסיג!! און הערליך!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”