swoopo.com

וועבסייטס, דיעלס און קיופאנס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

gimpel

swoopo.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

האט איינער שוין אריינגעבאמט אין דעי וועב פעיטש?? swoopo.com

מציאות איז שוין א שוואך לשון, ביליגער ווי מציאות,
למשל א עפל לעפטאפ האט זיך פארקויפט פאר $14 יא איר הערט גוט,

אין אזוי נאך כהנה וכהנה,

אין דאס קומענדע געלעגנהייט וועל אי"ה מסביר זיין פארן עולם וויאזוי עס ארבט (טאמער עטס ווייסט נאכנישט)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אדרבה, אפשר קענסטו צעלייגן וויאזוי דאס ארבעט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך האב שוין געזעהן די וועבזייטל, איך בין א מעמבער דארט אויך.

מציאות, קען מען טרעפן דארט, אבער בעסער זוכט אויף א צווייט פלאץ.
איך גיי מסביר זיין פארוואס, און אזוי אויך מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט.
די עפל קאמפיוטער וואס האט זיך פארקויפט פאר 14 דאלער, האט באמת אפגעקאסט פארן קונה, לכה"פ א הונדערטער אויב נישט אסאך אסאך מער.
עס ארבעט אזוי, מען ווערט א מעמבער דארט און מען קויפט בידס, עס קומט אין פארשידענע פעקעדזשעס, פון 25, 50 , 100 און אזוי ווייטער, יעדע פראדוקט, וואס זיי לייגן ארויס צו פארקויפן, למשל א דעלל לעפטאפ, פאנגט זיך אן ביי 15 צענט!!!, יעצט גייט איר, און איר ביד דערויף, גייט די ביד ארויף מיט 15 צענט, און יעצט האלט עס ביי דרייסיג צענט, אבער די צייט ווען די בידדינג ענדיגט זיך, פאנגט זיך נאכאמאל אן, און עס פאנגט זיך נאכאמאל אן א קאונטדאון פון בערך 2-3 מינוט, און אין די צייט קען א צווייטער קומען, און בידן, און די פרייז, וועט ארויף גיין צו 45 צענט, און די קאונטדאון, ביז די סוף פון די בידדינג, פאנגט זיך נאכאמאל אן.
יעצט אזוי, סיי צו איר געווינט למעשה, סיי אויב נישט, אייער בידס האט איר אויסגענוצט, עס מיינט אז איר קענט אויסנוצן אייער גאנצע פעקעדזש פון 200 בידס, און גארנישט האבן געקויפט למעשה!!!
קומט אויס, אז ביז עס וועט אייך געלונגען צו קויפן דעם עפל קאמפיוטער פאר 14 דאלער, האט איר געספענדט אסאך מער צו קויפן בידס.

אפשר מארגן וועט מען מער באריכות מסביר זיין, אויב איינער פארשטייט נישט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
gimpel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

לדעתי איז דאס א וואנדערליכען אויסטרעף יעצט מיט די שווערע עקאנעמי, מענטשן וואס ווערן ווילט פאר מציאות,
אזאך וואס די רעגעלע price איז $1500 קענסטו עס קויפן אויף SWOOPO.COM פאר פאר איין דאלער,
ווערן מענטשן משוגע און קוקן נישט אויף די זייטיגע זאכן, אזווי MR. סאדע באטל שוין געשריבן, אז דער קאסטעמר קויפט טאקע א קאמפויטער פאר
$14 אבער אנצוקומען צו דעים פרייז האט ער געספענט ווייסך וויפל געלט,

ווי למשל דעי קאסטומער, משוגע איז נאך א שיינע לשון אויף אים,
גיב א קוק, עס איז א ביט אויף אן 16 THE APPLE IPOD NANO
די טאטעל פרייז איז 187$ ער האט געביט פאר 67$, און ער צאלט נאך SHIPPING FOR $9

נישט נאר דער משוגענער האט זיך דא נישט געסעווט קיין $,
נאר ער האט נאך דא דערלייגט געלט, פארוואס? ווייל ביי B&H קענסטו קויפן די זעלבע זאך פאר
PLUS FREE SHIPPING $176

יעצט וועל איך אביסל טרייען מסביר זיין פארן עולם וויפל איך פארשטיי וויזווי ס"ארבעט,
איעדע ביט הייבט זיך אן בייי איין סענט, און ווען די קליקסט אויף צו בידן, קאסטוך עס 75 סענט, און עס גייט ארויף די פרייז צו נאך איין סענט,
אבער, ווען די בידס, איז עס נישט אזווי איבע וואס עס סטאפט זיך אין 1 שעה, נאר איעדעס מאל ווען די בידס, רוקט זיך מוט דערצייט
למשל, די ביד האלט יעצט 25 $ אין עס האט נאך 5 סעקענטס יעצט ווען די בידס רוקט זיך דער זייגער צוריק (אסאך מאל 20 און אסאך מאל 15 סעקענטס) אזוי אז א צווייטער זאל אויך קענען בידן נאכדעם,

יעצט וועסטו פרעגען אז א עפל לעפטאפ האט איינער געקויפט פאר 14 $ דערלליגען זיי דאך געלט???
ניין עס איז נישט אזוי ווייט (מיר האט מען אויס געלערנט אז מען טיילט נישט סתם אזוי אויף די גאס הונטערטעס)
נאר וויזוי דען, אזווי אויבן געשריבן אז א יעדעיס מאל וואס מען קוועטש דעים ביט באטטן קאסט עס 75 סענטס, אוין אזוי אויך, אז א ידעס מאל וואס די ביט רוקט זיך נאר ארויף מיט איין סענט

סא יעצט רעכן אויס, פאר איעדע ביט וואס האלט ביי 1 $ מאכן זיי פראפיט 75$ נישט קשא, ההאא??
יעצט רעכן ווייטער 75 מאל 14 = 1050 קומט אויס אז נישט דערלייגט האבן זיי, נאר ארויס מיט גראב רייוועך,

יעצט ווער נישט אזוי excited
רעד דיך נאכנישט אן אז די וועסט יעצט קענען מאכן א לעבען, קויפן א לעפטאפ פאר 20$ און פארקויפן פאר 500$
יא עס קענט דיר גוט געלונגען טאמער די האסט גוטע מזל,

איך בין איין טאג געזיצן שעות אין זיך אומקעקוט, מיין מסקנה איז אז טאמער איז עס נאר א
Single bid
דעמאלטס קענסטו זיין 90% א געווינער אבער טאמער איז עס אויך א BidButler
דעמאלטס איז אשאט איעדע פענו, קוק נישט אריין אין עס ווייל דעמאלטס האסטו 1% טשענס צו געוואנען

דא האסטו א טשארט וויאזוי עס קוקט אוס, (די בעסטע און קלארסטע וועג, גייי אויף זייער וועב זייטל קוק נאר אויף איין ביד פאר א פאר מינוט וועסטו זייער גוט פארשטיין עס ארבעט זייער סימפעל, אדער דערלייגט מען, אדער מאכט מען)


BID BIDDER TYPE


$39.00 Alialex Single bid
$38.99 Tdjesus BidButler
$38.98 Haraji33 Single bid
$38.97 Tdjesus BidButler
$38.96 Haraji33 Single bid
$38.95 Tdjesus BidButler
$38.94 Haraji33 Single bid
$38.93 Gadget11 Single bid
$38.92 Tdjesus BidButler
$38.91 Haraji33 Single bid
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך כאפ נישט, וואס איז א Single bid? און וואס איז א BidButler?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

זייער אינטערעסאנט צו זעהן. די נאמבערס גייען ארויף און אראפ. מיין שאלה איז נאר; וואו קען איך זעהן וויפיל מאל מען האט שוין גע'ביט פאר אן אייטעם?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

סתם_אזוי האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט צו זעהן. די נאמבערס גייען ארויף און אראפ. מיין שאלה איז נאר; וואו קען איך זעהן וויפיל מאל מען האט שוין גע'ביט פאר אן אייטעם?

דאס איז וואס איך וויל אויך וויסן
gimpel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

הערשי קניהויז האט געשריבן: איך כאפ נישט, וואס איז א Single bid? און וואס איז א BidButler?


א SINGEL BID מיינט אז די אליינס ביט אויף די אייטעם,און עס קאסט 75 סענט,
און א BIT BUTLER מיינט אז SWOOPO ביד פאר דיר, (למשל דארפסט גיין דאווענען און די ווילסט נישט פארפאסן אזא גוטע דיל)
קענסט עס אויפסעטן וויפל געלט ער זאל ספענדן פאר דיר, אבער א יעדעס מאל וואס די קאמפיוטער ביד פאר דיר קאסט דיר עס $1
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33587
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס גימפל, זאג נאר, ווי לאנג נעמט אז א אייטעם זאל ווערן פארקויפט?

א טאג, וואך...?...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
gimpel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: טענקס גימפל, זאג נאר, ווי לאנג נעמט אז א אייטעם זאל ווערן פארקויפט?

א טאג, וואך...?...



א יעדע אייטעם וואס זיי לייגן ארויס אויף סעיל גיבן זיי 24 שעה צייט, איז אזוי א HOT ITEM קען דורן זייער לאנג ביז וולאנג דער עולם געט אויף,(נישט מער ווי 30 צו 40 שעה)
אבער א regular ITEM קען ממש ביז 25 שעה זיין א געווינער

איך האב גלייגט אן אויג אויף די אייטעם
Haier 1.7 cu. ft. White Washer & Dryer Combo

איך האב געטראכט אז איך וועל נאך גענוג צייט אהיימצוגיין בא לאנטש און בידן און אפשר געוואינען אבער צו מיין אנטושינג האט זיך עס שוין געסטאפט 11 אינדערפרי, סא איך מיזן נאכאמאל טרייען מיין מזל, איך האף נאר אז איך זאל עס אויך קענען קויפן פאר די זעלבע פרייז ווי ער
http://www.swoopo.com/auction/haier-1-7 ... 66393.html
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33587
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענק יו ווערי מאטש גימפל..

וויזוי ווייסעך צו ס'איז ברענד נו, אדער יוז'ד?...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33587
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפס, נאך א קשי', טאמער זיי האבן ארויפגעלייגט א אייטעם נעכטן 12:00, פאר 24 שעה, און איך ביד היינט 11:59, ווי לאנג עקסטענדן זיי די אוקשען?...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
gimpel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: טענק יו ווערי מאטש גימפל..

וויזוי ווייסעך צו ס'איז ברענד נו, אדער יוז'ד?...


אינגערמאן, די וועב סייט געבט זייער קלארע אינפארמאציע פאר א יעדע קשיא

איעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן איז BRAND NEW, און זיי האבן אויך א 14 DAYS RETURN POLICY,

גלייב מיר אז ווען איך בין ווען א בר מזל וואלט דאס געווען מיין נאמבער 1 סטאר, יאך האב שוין געטרייט צו בידן אפאר מאל און נישט געהאט ANY LUCK,

איך גיב אבער נאבנישט אויף אזוי שנעל, למעשהאיז עס א גוטע וועב זייטל צו קויפן פאר ביליג און פארקויפן וויטער פאר מער $$$$$$
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך כאפ נישט דעם עצם טריק, פארוואס הייבט זיך די ביד נאכאמאל אן עגעין ענד עגעין ??
איך בין ממש סטאק מיט די גאנצע רעיון:cry:
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אוי גימפי גימפי, ווי לאנג נאך גייסטו ווארפן אידיש געלט אין מיסט קאסטן???

סוואפא, איז נישט קיין מציאות סייט, עס איז א סקעם סייט.
זיי זאגן דיר טאקע נישט קיין ליגנט, זיי זאגן דיר פונקטליך בעפאר וואס גייט געשעהן לכל פרטיה ודקדוקיה, אבער זיי רייטן אויף א מענטש'ס געפילישע שוואכקייטן.
סטייטש, איך האב שוין אינוועסטירט אין די פראדוקט, 15 בידס, און די פרייז האלט נאך ביי אונטער 3 טאלער, און איך זאל מיר אוועקשפאצירן דערפון? עס איז דאך שפאט ביליג, אבער קוק דיר אליינס אן, דו זאגסט אליינס, אז דו האסט נאך גארנישט געוואונען, אבער דערלייגט אסאך בידס דארטן האסטו יא, נו, כאפ דיר באצייטנס און גיי אוועק פון דארט, איידער דו וועסט באקומען די געפיל, פון די געמבלערס, איך האב שוין דערלייגט 1000 דאלער, איך מוז עס צוריקזעהן, און אנשטאט צו צוריקבאקומען די 1000, דערלייגן זיי נאך אסאך אסאך מער.

למסקנא, אויף די וועבזייטל סוואפא קען מען זאגן די מליצה פון די חכם מכל האדם, ווי שלמה המלך זאגט אין משלי, כי נפת תטפנה שפתי זרה, ואחריתה מרה כלענה.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

סאדע באטל אוי ביסטו 100 % גערעכט. איך וויל בעטן דעם גאנצן עולם נישט אויסצופרובירן די וועבסייט ווייל עטס וועטס נאר דערלייגן.
זיי מאכן מיליאנען.
סאיז געהעריג געמבלינג אדער נאך ערגער ווייל סאיז באהאלטן אונטער א שיינע מאסקע.
ווען איינער געווינט עפעס אויף א "פענני אוקשען" ווי אזוי זיי רופן עס. אויב האט עס געהאלטן ביי $100.00 ווען ער האט געווינען.
האט SWOPPO געמאכט דערויף $7,500.00 עטס קענסט גלייבן וואס דא טוט זיך. זיי מאכן 10 מאל די פרייז פון די פראדוקט!!!
ריכטיגע גנבים עפ"י תורה
היינט צופרי האט זיך גענדיגט א פענני אוקשען פאר א TV סקרין פאר איבער $500.00 וואס קאסט און סטאר בערך $2000.00
יעצט לאמיר מאכו א חשבון א ביד קאסט $0.75 און די פרייז גייט ארויף נאר מיט א פענני מיינט צו זאגן אויף יעדע פעני האבן זיי געמאכט $0.75
יעצט און $500.00 איז דא 50.000 פעניס
יעצא 50.000 X $0.75
= $37,500
נעם אראפ $1500.00 וואס קאסט זיי די אייטעם (פארגעס נישט יענער וואס האט געווינען דארף צאלו $500.00)
קומט אויס זיי האבן געמאכט פון איין אייטעם די אומגלויבליכע פרייז פון $36.000
אומגלויבליך!!!!!
[flash=][/flash]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16963
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייט ווען איז מאכן געלט א גניבה? דאס יא מיר ברויכן שטיין ווייט דערפון אבער נישט ווייל זיי מאכן געלט נאר ווייל עס איז א געמבלינג פראסעס.
gimpel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gimpel »

סוואפא, איז נישט קיין מציאות סייט, עס איז א סקעם סייט.
זיי זאגן דיר טאקע נישט קיין ליגנט, זיי זאגן דיר פונקטליך בעפאר וואס גייט געשעהן לכל פרטיה ודקדוקיה, אבער זיי רייטן אויף א מענטש'ס געפילישע שוואכקייטן.
סטייטש, איך האב שוין אינוועסטירט אין די פראדוקט, 15 בידס, און די פרייז האלט נאך ביי אונטער 3 טאלער, און איך זאל מיר אוועקשפאצירן דערפון? עס איז דאך שפאט ביליג, אבער קוק דיר אליינס אן, דו זאגסט אליינס, אז דו האסט נאך גארנישט געוואונען, אבער דערלייגט אסאך בידס דארטן האסטו יא, נו, כאפ דיר באצייטנס און גיי אוועק פון דארט, איידער דו וועסט באקומען די געפיל, פון די געמבלערס, איך האב שוין דערלייגט 1000 דאלער, איך מוז עס צוריקזעהן, און אנשטאט צו צוריקבאקומען די 1000, דערלייגן זיי נאך אסאך אסאך מער.

למסקנא, אויף די וועבזייטל סוואפא קען מען זאגן די מליצה פון די חכם מכל האדם, ווי שלמה המלך זאגט אין משלי, כי נפת תטפנה שפתי זרה, ואחריתה מרה כלענה.[/quote]




למשה מר. סאדא באטל אוך האב געספענט דארטען געלט און ב"ה אויך געווינען א גוטן דיל,

ביסט 1000 % גערעכט אז דאס איז א שטיק געמבלינג אז נישט און AC , איז אויפן וועב סייט

אבער איך עס ארויס געשריבן אויבן זייער קלאר מען קען גוט דערלייגען טאמער קענסט דיך נישט גוט אויס (אזווי איך אראפ געברענגט א סעמפל פון די IPOD NANO)

און טאקע וועגן דעי קארץ קעפיקע קאסטומערס קענען זיי עס געבן פאר אזוי ביליג
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

יאנאש און שו"ע שטייט אז ווערט ווער עס געמבלעט איז באגלייבט פאר עדות ווייל ער איז א גזלן.
זייט ווען טאר מען נישט שפילן קארטן? זייט ווען הייסט מאכן געלט גניבה? הא יאנאש זייט ווען?

יעצט גימפל די זאגסט די קענסט דיר גוט אויס נא לאמיר הערן וויאזוי קען מען געווינען? לאמיר הערן וואס איז דא זיך אויסצו קענען? איך וויל באמת וויסן אפשר קען מען טאקע עפעס קויפן דארט?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16963
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נישט ווילד פליז, איך טענה דען אז געמבלען איז נישט קיין אסמכתא? דו האסט געשריבן אז עס איז גניבה האב איך געשריבן אז עס איז געמבלינג, דעטס איט.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

גימפי, אויב איינער גייט אין אטלאנטיק סיטי, און ער מאכט 5000 דאלער אין א נאכט, מעג ער גיין צורעדן אנדערע זאלן אהינגיין?

אויב די שטות איז דיר געלונגען און דו האסט מצליח געווען צו קויפן עפעס דארט פאר ביליג, מיינט עס נאך נישט אז דו זאלסט אראפמאלן די סייט, מיט שיינע קאלירן,
עס קען נאך איינער אריינפאלן דארט און דערלייגן אסאך געלט.
חכמים הזהרו בדבריכם...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

דא קען מען זען א Review אויף 3 סייטס פון פעני אוקשענס
סאיז דא נאך 2 חוץ דעם
ZOOZLE.COM
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גימפל, אפשר פארציילסטו עפעס איבער דיין גוטע דיעל וואס דו האסט געמאכט דארט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: swoopo.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

איך ברענג דא ארויף א אשכול פון 15 יאר צירוק , סאיז בעסקלי אן ערך פון פופצן דורות אויב נישט מער , סאיז א נייע וועלט און איין ווארט
איך האב אריינגעבאמסט און דע אשכול , און סהאט מיר געגבן א חאפ , געמאכט א שטיקל זיך אקציע , און געזען אז עס איז געגאנגען שלאפן מיט אלע דורכגיפאלנע געדאנקען צוזאמען איינער ווייסט פארוואס?
טאמער האבן זיי געמאכט אזוי שיין געלט , וואס קען זיין די סיבה , אביעסלי האבן זיי נישט געמאכט קיין געלט , אבער פארוואס?

חוץ פון געמבלן אויסקוק וואס נאך איז די פראבלעם ,
בקיצור ווער קען זיך אויס מיט דעם
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .

האלא וויפל אזייגער איז? יוא...ס'שפעט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אנליין שאפינג”