ווי אויבן ערווענט איז ר׳ משה ארי׳ ב״ר יהושע פריינד געבוירן שנת תקפ״ז, אגב פונ׳ם מצבה איז משמע אז ער איז געבוירן י״ז אדר.
די סברא זאגט אז זיין פרוי, מרת חנה מלכה, איז געווען אומגעפער די זעלבער יארגאנג ווי עם.
חנה מלכה׳ס מוטער, מרת הינדא איז געבוירן שנת תקל״א.
ד.ה. זי האט געבוירן איר טאכטער חנה מלכה, ווען זי איז געווען אומגעפער 56 יאר אלט, כ׳מיין אז דאס איז ביים גרעניץ, אדער שוין נאך, פון שלא ע״פ דרך הטבע. יא מען קען קוועטשן, זי איז געווען 5 יאר יונגער, אבער די שאלה איז - איז עס טאקע אזוי געוועזן?
שנית, אויף חנה מלכה׳ס פאטער, שרייבט מען ״הסתופף בצל הרה״ק מהר״ש מבעלז.
אויב זיין פרוי הינדא איז געבוירן תקל״א, איז ער ע״פ סברא געווען די זעלבע עלטער, דהיינו ער איז געווען א גוטע 15 צו 18 יאר ״עלטער״ פונ׳ם בעלזער רב! כ׳ווייס נישט ווער ער איז נפטר געווארן, אבער כ׳מיין אז עפ שטומט נישט דא. ביז קיין בעלז האט ער געמוזט פארן, דער בעלזער רב׳ס פרסום איז לכאורה געווען אין די תקופה ווען ער האט שוין נישט געלעבט, ס׳איז בחייו געווען דער רבי פון לובלין, ראפשיץ, קאזניץ - ביז... בעלז???