תענית ופתרון חלומות
היינט אינדערפרי האב איך מיר אויפגעוועקט מיט א שרעקעוודיגער חלום, עס האט מיר געשוויצט אלע ביינער דערפון, איך בין געווארן זייער באזארגט, האב איך אריינגעקוקט אין 'עמדין סידור' האב איך געזעהן אז דאס זענען פון די זאכן וואס מתענה אליהם אפילו בשבת, בין איך געווארן נאכמער באזארגט, למעשה היינט קען איך שוין טאקע נישט פאסטן, אבער וואס איז מיט מארגן? האט שוין איינער אמאל געפאסט א תענית חלום? צו קען מען זיך אויסלייזן אויף א אנדער וועג?
בכלל בין איך אויך נייגעריג צו וויסן צו דער 'ספר פתרון חלומות' לרבינו עמדין (ליקוט חז"ל) איז נאך אקטועל היינטיגע צייטן און מדארף זיך בכלל וויסנדיג מאכן, צו איז עס נאר פאר העכערע מענטשן ווי מנהיגי הדור וואס ווי באקאנט פלעגט רבינו זי"ע זייער אפט פאסטן ת"ח?

'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות)
.