דער ביכל איך וועל זיי איבערלעבן איז שוין ווירקליך דא צו באקומען אין אלע געשעפטן, איךמיין אז די שוידערליכע פיקטשערס פון וואס דער עולם רעדט דא איז צענזערורט געווארן.
[/quote
תסלחו . כ'בין נאך נישט באקאנט פונק' וויזוי צו ציטירן אבער אין באציהונג צו וואס דער יעניגער האט באהויפטעט אז:
דער ביכל איך וועל זיי איבערלעבן איז שוין ווירקליך דא צו באקומען אין אלע געשעפטן, איךמיין אז די שוידערליכע פיקטשערס פון וואס דער עולם רעדט דא איז צענזערורט געווארן.
יא ס'איז באמת א ביכל איינס איין דער וועלט . פונדעסטוועגן איך האב אמאהל געהערט צוויי קרימענישן דערויף מיט אן אנדער ניגון . דהיינו
אז עס לייגט צו ברייט אראפ דעם געדאנק פון די פארטיזאנען . א בחינה פון כוחי ועוצם . וואס אלע גדולים זענען דעקעגן געוועהן . און מען האט טאקע מער שאדן געטוהן ווי אפגעראטעוועט . גאנץ ווארשע איז ארויף אין פלאמען . שינית: זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן אז געוויסע בילדער זענען צו אומאיידל פאר קינדער. און אויף ביידע איז לכא' א שאד די שפייעכץ , צוליב וואס מי יבין את אשר קרה אין יענע טעג אין יענע אומשטענדן . און די ברוטאלע מערדערייען זענען אפילו די פיצלעך פון וויגעלע מחיוב צו וויסן . לא תשכח....