גארנישט האט געשריבן:
"באגראבן צום לעבן" "און די לעצטע מינוט" "איבער בערג און ימען" "דער ווינדערליכער כלל טוער" "נצח קדושים" "דער טאטע האט געהייסן לויפן" "איך וועל זיי איבערלען" "איך האב זיי איבערגעלעבט" "צאנז" "פארשפעטיגט די שיף" "חורבן אייראפע" "חורבן אונגארן" נו לייגט צו
ימי שאול בכתובים - ר' שאול הוטטערער אביר יעקב - ר' יעקב כהנא [ואביו ר' יוסף אריה ע"ה] דער פינפטלינג צוזאמענטרעף - מרת חייטשא פוקס (ווייסבלום), יענטי זילבערבערג (אייכענשטיין) כוס היגונים - שלמה גוטטער א פייער און אין וואסער - חיים שלמה קעניגסבערג דער טאטע הייסט לויפן... - ר' פנחס ישעי' קארנבלי גייען פאראוס - פעסקא פרידמאן ממחשכים הושיענו - ר' ישעיהו הכהן גליק - יאנקלאוויטש געוועהן אמאל א דערפל - ר' יוסף דוב לאנדא פון קרעסטור קיין אמעריקא מראש צורים - משפחת לאנדא - ע"י ר' יונה לאנדא
זכרון עולמים, ירושלים תש"ז, ע"י ר' רפאל שטערן רה"ק אונגוואר

רבי רפאל איז געווען א חסידישער יוד פון די סטראפקאווער חסידים דער ספר הנ"ל איז מלא וגדוש
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים[email protected] זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
להבין שמועות האט געשריבן:
פון א באקאנטער מיסיס יאקאב ווייס איך נישט, אבער יעצט שטעל איך צוזאם אפשר איז דער באקאנטער בדחן מענדל יאקאב פון בני ברק א זוהן פון די מיסיס יאקאב?? [כ'ווייס אז ער קומט פון אנטווערפען]
איך האב אביסל געליינט דעם בוך איך וועל זיי איבערלעבן,
כהאב עס געהאט אין חדר פון א חבר מיינער, מיין טאטע וואלט מן הסתם מיר עס נישט געלאזט ליינען, אבער כהאב עס געטון אלס שוגג אן פרעגן רשות - טאקע צוליב דעם...
איך האב נישט דורכגעליינט די גנאצע זאך, אבער די בלידער האב איך יא געקוקט מער ווי איין מאל און עס האט מיר צושוידערט ווי משוגע!! כפלעג חלומען בהקיץ פאר א לאנגע צייט נאכדעם,
פופציגער האט געשריבן:

קאן זיין איר זענט גערעכט, מען האט גערעדט וועלכע פון די צוויי ברענגען שטערקער ארויס די רשעות און אכזריות פון די נאציס, איז מיין שאצונג אז קארנבלי ברענגט דאס מער ארויס, און די סיבה דערצו איז ווי אויבענדערמאנט. זאגסט אבער א גוטע סברא 'פארוואס' ר' חיים שלמה רעדט נישט כמעט פון די חלק.
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
להודיע האט געשריבן:
די חילוק איז אז קארנבלי איז געועון אין דעם גיהנום פאר בערך א יאר, פרידמאן איז דארט געווען פינף יאר.
פונקט לעצטנס איבערגעליינט דעם בוך.
ביזט גערעכט אז פר"מ איז געווען פינף יאר אין קריג, אבער מער ווייניגער איז ער געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן און כמעט נישט געווען פארשפארט אונטער זייערע הענט, זיך ארויסגעדרייעט מיט אלע מיני טריקס און דריידלעך (אגב, איך האב איהם נישט געקענט, אבער איינער וואס קען זיינע קינדער קען זיך גרינג פארשטעלן וויאזוי זיין קאפ האט געארבעט אין יענע צייטן...), בקיצור, ער איז נישט אפגעזיצן אין א לאגער אין געזעהן אידישע קינדער גייען אויס פאר זיינע אויגן טאג טעגליך, אדער ווי מען נעמט זיי אין א שורה און מען שיסט זיי אויס, די טויטן מארש וכו' וכו'. משא"כ קארנבלי האט דאס אלעס געזעהן, טאקע נאר פאר א יאהר, אבער דער יאהר איז געווען אנגעפילט מיט די מעשיות.
bailout האט געשריבן:
איינס פון די זאכן וואס האט שטארק ארויסגעברענגט די אייגנארטיגקייט פון די בוך איז די פאקט אז ער איז געווען א פוילישער און ער איז געווען אונטער די דייטשן 5 יאר, און ער איז לעבן געבליבן, משא''כ די אונגארישע אידן זענען נישט געווען אזוי לאנג, און פון די פוילישע איז כמעט נישט געבליבן, און נאך ווייניגער שומרי תורה ומצות, ממילא ביים היימישן עולם איז עס געווען שטארק אויפגעפיקט.
אזוי ליגט מיר אין זכרון, אפשר בין איך זיך טועה.
פארשלאפן האט אריינגעהאקט, כ'שטים צו כ'געדענק נישט עפעס מורא'דיג שרעקעדיג.
יגרסהדותא האט געשריבן:
איך דענק נאר אז אמאל האט ר' יודל [רז"ב, מנהל בית האופה ומחנה רב טוב] דערמאנט אין לאנטש רום וועגן א שרעקליכן ביכל "דאס קול פון בלוט". ער האט אפי' דערציילט פון דארט א מעשה אז [נישט ליינען ווייטער נאר אויב אייער פאטער רופט אריין..] די דייטשן האבן אמאל צוגעבינדן איין פיס צו איין בוים, און ס'צווייטע צו א צווייטע, און דערנאך אויסגעריסן איין בוים און נעבעך צוטיילט דעם איד און צווייען פון אינטן ארויף השם ינקום דמם במהרה.