מאיר האט געשריבן: א ציור נפלא מאת הרה"ג ר' שמואל קרויס זצ"ל
[קרעדיט ידידינו היקר "זיידעניו"]
איז דאס בעמח''ס שפתי חן ?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חוקר האט געשריבן:משמש שרייבט
קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות
ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?
עס איז דא א ליבאוויטשער ווארט אז דער חיליק צווישן קבלה און חסידת איז אז קבלה מאכט פון א אלקות ארציות און חסידת מאכט ארציות אלקות
בן בוזי האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן: עס איז דא א שיעור (אויף טעיפ) פון ר' משה וואלפסאן פ' בשלח, דארטן איז ער מבאר באריכות אלע מדות אויף זייער א פשוט'ן אופן, און גאר פראקטיש,
איך אביסל ציטירן לויטן מיין זכרון, (כ'האב געהערט דעם טיעפ פאר 10 יאר צוריק)
איינער האט דא געפרעגט איבער "תפארת - יעקב" דעם באדייט איז אזוי:
ווען איינער מאלט א שיינע בילד א בוים א הויז מיט וואסער, איז דער בילד שיין, מ'קען אבער נישט אנצייגן וואס ס'איז שיין, דער בוים אליין איז נישט אלעס, אפי' דער בוים זעלבסט איז דער ברוינע יסוד נישט בשלימות אן די גרינע בלעטער פון אויבן,
די זעלבע איז ביי מדת תפארת וואס איז טייטשט שיין, תפארת איז ממוזג פון חסד און גבורה, חסד איז עקסטרעם חסד, און גבורה איז דאס פארקערטע, אבער תפארת איז א קאמבענאציע פון די צוויי איז דאס תפארת שיין, ווייל ס'איז א שלימות, דאס איז געוועהן מדתו של יעקב אבינו,
מ'קען נאך פיל מאריך זיין ווען די צייט וועט ערלויבן,
.
אין ספר חסד לאברהם פונעם מלאך איז מבואר אין די הקדמה פארקערט אז הוד בפני עצמו איז שיין, משא"כ תפארת איז ווען מענטשן זאגן אויף עפעס אז ס'שיין, עיי"ש,
כולל יונגערמאן האט געשריבן: די זיבן טאג פון די וואך זענען קעגן די ז' מדות, פרייטאג איז קעגן מדת היסוד דאס איז געווען די ענין פון חסידים מיט די תיקוני ליל שישי, און שובבי''ם ביותר,
דוד משמש האט געשריבן:זיס האט געשריבן: דוכט זיך אז עס האט נישט אזוי ווייט מיט קבלה, אלע חסידי'שע ספרים זענען פארנומען דערמיט.
קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות
ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?
דוד משמש האט געשריבן: נאר א ידיעה כללית ווער ס' קען מיר זאגען די חילוק פון ספירות הקדושים און מידות
למשל "חסד" ווען איז דאס פון די ז' מידות - און ווען איז דאס א ספירה
און בכלל וואס איז די טייטש פון די ווארט ספירה
badatz האט געשריבן: ב''ה
כואב הלב לראות אברכים שנתגדלו בישיבות חסידיות איך שאפילו לא מגששים באפילה .
באתי בזה רק להציע .----ישנו ספר קטן בשם מפתחי חכמת האמת-לר'שאול בוימאן הי''ד עם הסכמה מר' שימעלע זעליכעווער והרה''צ מלעווערטאוו
בקיצור נמרץ ביאור השתלשלות העולמות .וכן ספר נפלא בשם שער השמים מר' יעקב הילל בקיצור הספה''ק עץ-חיים .וכן ספר תורת הניסתר מר' מעכיל
שטרן עם הסכמה מר' פישל אייזענבאך .הספרים הללו הם מבוא לידעות כלליות .ואם לומדים ומעיינים בהם בכובד ראש ובמתינות יכולים להבין קצת
את היסודות שספרי החסידות מדברים מהם .והי' זה שכרי