גיב אים אויך א שליסל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

גיב אים אויך א שליסל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

געוועהן אמאל א גרויסע מלך וואס ער איז אויף א לאנגע נסיעה געפארן,
ער האט געמוזט אוועק גיין פאר אסאך יארן.

איך וויל רעדן צו מיינע פרינצען האט ער געטוהן פארלאנגען,
פאר איך לאז זיך ארויס אויפן וועג דעם לאנגען.

מיינע טייערע פרינצען, איך גיי יעצט אוועק פארן אויף א לאנגע צייט,
איך גיי אוועק פארן זייער ווייט.

איך האב ענק אבער אלעמען באזארגט,
איך האב אייך אינזינען אפילו איך בין דארט.

איך האב ענק איבערגעלאזט מיינע קעניגליכע אוצרות אלע אנגעפילט,
מיט גאלד און זילבער און וואס נאך איר ווילט.

צו עסן צו טרינקען גאר אסאך,
און עטס זענטס אלע בעלי בתים אין מיינע אוצרות גלייך.

ער האט פאר יעדן קינד א שליסל געגעבן,
ער זאל קענען אריינגיין אין דעם אוצר אן קיינעם נישט צו פרעגן.

ער האט געזאגט די שומרים פאר איינעם מיט א שליסל זאלט עטס עפענען דעם דרך,
אז זיינע קינדער זאלן קענען האבן אלעס כיד המלך.

איז דער מלך אויף זיין נסיעה געפארן אבער זיינע קינדער האבן נישט געהאט קיין דאגות,
יעדער האט געהאט א שליסל צום אוצר אן קיין פראגעס.

אבער איין קינד צוליב מ'האט נישט געוויסט דעם סיבן,
פאר אים האט מען קיין שליסל נישט געגיבן.

ער פלעגט יעדן טאג קומען צום אוצר צום טיר און האקן און קלאפן מיט זיין גאנצע כח,
און וויינען און שרייען אזוי הויעך.

לאזט מיר אריין איך בין אויך דעם מלך'ס א קינד,
עפענט מיר אויף דעם טיר שנעל און געשווינד.

די שומרים האבן צוגעקוקט מיט אזא וואונדער,
קען נישט זיין אז ער איז טאקע איינע פון די מלך'ס קינדער.

עס קען נישט זיין ריכטיג עס קען נישט זיין אקוראט,
ווען ער וואלט געוועהן א פרינץ וואלט ער א שליסל געהאט.

איז דער קינד געלאפן צו זיינע ברידער און געוויינט מיט טרערן,
אבער זיי האבן אים אויך נישט געוואלט אויסהערן.

יעדער איינער איז געווען מיט זיך אליין פארנומען,
און מו הסתם איז דא א סיבה פארוואס דו האסט פון טאטען א שליסל נישט באקומען.

איז דער קינד געגאנגען אויפן גאס הונגעריג און דורשטעריג מיט גרויס נויט,
און אויפגעזוכט אין די מיסט א שטיקעלע הארטע ברויט.

די בגדים צופליקט שמוציג און צוריסן,
ווער דאס איז געווען האט מען מער שוין נישט געקענט וויסן.

און אזוי גייענדיג אויפן גאס האט ער פלוצלינג אפאר פויערן געטראפן,
און אזוי הונגעריג איז ער צו זיי צוגעלאפן.

איך בין אזוי הונגעריג איך בעט עטס זאלט זיך מרחם זיין,
בעט איך פון אייך נעמט מיר אריין.

די פויער האט געהאט רחמנות ער האט אים אריינגענומען צו זיך,
און אים אנגעטוהן פויערישע קליידער און פויערישע שיך.

אים געגעבן פויערשע עסן און פויערישע געטראנקן,
אויסגעלערנט די פויערישע שפראך מיט די פויערישע געזאנגען.

אזוי האט זיך געצויגן אזויפיל יאר,
ביז דער קינד האט שוין אויסגעזעהן ווי א פויער גאר.

זיך געוואלגערט אין די גאסן די גאנצע שמיץ,
מען האט גארנישט געקענט דערקענען אז ער איז גאר א פרינץ.

איין טאג האט מען געהערט אין גאס ווי עס שפילט שיינע הערליכע מוזיק,
דער מלך איז געקומען פון זיין נסיעה צוריק.

מען האט באדעקט די גאס מיט ביימער און בלומען,
ווייל דער מלך איז פון זיין נסעיה צוריק געקומען.

ער איז אדורך געפארן אויף זיין גאלדענע וואגן די גאסן פון זיין לאנד,
ווי א יעדער איינער איז צוגעלאפען אים צו קישן די האנט.

האט אים איינער אנגעכאפט ביידע האנט,
און דער מלך קוקט אים אן און ער זעהט אים אויס באקאנט.

און ער קוקט און ער זעהט אז דאס איז א פויער אצינד,
אבער ער גיבט זיך א כאפ און ער זאגט אוי וויי דו ביזט דאך מיין אייגן קינד.

וואס טוט זיך דא ווי קומט דיר אזא זאך,
וואס גייסטו מיט אזאנע קליידער פארוואס רעדסטו אזא גראבע שפראך.

האט דער קינד געזאגט אוי טאטע אזוי זעהט שוין אויס מיין לעבן,
זייט דעם וואס דו האסט אוועקגעפארן און פאר מיר קיין שליסל צו דיין אוצר נישט געגעבן.

און מיינע ברודער האבן פון מיר אינגאנצען פארגעסן,
מוז איך זיך דרייען אויף די גאסן צו זוכן וואס צו עסן.

דער מלך האט דאס געזעהן האט ער ביטער געוויינט,
נישט דאס נישט דאס מיין קינד האב איך געמיינט.

דאס וואס דו האסט נישט קיין שליסל קען נאר איך פארשטיין,
דאס איז א סוד נאר פאר מיר אליין.

אבער איך האב פארשטאנען אז דיינע ברודער וועלן,
מיינע אוצרת פאר דיר אויך צושטעלן.

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן האבן רחמנות אין דעת,
אז א מלך'ס א קינד לאזט מען נישט איבער אליין אויפן גאס.

מיין טייער קינד איך האב פאר דיר א אוצר אוועקגעלייגט,
און ער האט אים אויפגעהויבן די גאלד און זילבער געצייגט.

זאלסטו וויסן מיין קינד אז דו ביזט צו דעם אלעס כדי,
דו ביזט פונקט אזא יורש אזוי ווי זיי.

פארשטייט זיך ווען די אנדערע קינדער האבן דאס געזעהן,
האבן זיי זיך געכאפט אוי וויי ווי זענען מיר געווען.

זיי האבן געזעהן ווי ס'האט זיך אויסגעפירט די ענינים,
האבן זיי זיך געשעמט זייער טאטן אריין צו קוקן אין פנים.

דער משל איז דומה לנמשל

דער מלך איז דער מלך פון די גאנצע בריאה,
וואס ער איז אוועק געפארן אויף א לאנגע נסיעה.

אין א ווייטע ארט לאנג גאר,
א נסיעה שוין פון צוויי טויזענט יאר.

אבער פאר ער איז אין וועג אריין,
האט ער זיינע פרינצן נישט געלאזט אליין,

ער האט אינז געלאזט אוצרת אנגעפילט מיט אלע גוטע זאכן,
תורה צו לערנען און מצות צו מאכן.

אונז אויף צוהויבן, מיט שבתות און ימים טובים,
אז מיר זאלן קענען לעבן ווי בני מלכים.

פאר ער איז געגאנגען האט ער פאר יעדן קינד געגעבן א שליסל ער זאל קענען אריין גיין,
און פון זיינע גרויסע אוצרות קענען נהנה זיין.

יעדע נשמה באקומט א שליסל אויפן העכסטע באגריף,
די נשמה האט א שליסל א געזונטע גוף.

אויגן צו זעהן און פוס צו גיין,
א מויל צו רעדן און א קאפ צו פארשטיין.

און דער וואס האט די שליסל איז גליקליך פיל,
ווייל ער קען נעמען פונעם מלך'ס אוצר וויפיל ער וויל.

אבער אמאל עס מאכט זיך מיר פארשטייען נישט די חשבונות,
עס איז דא לעכטיגע נשמות אבער זיי האבן חסרונות.

און מען האט צו זיי דעם שליסעל נישט געבראכט,
און דער טויער פאר דעם אוצר איז פאר זיי צוגעמאכט.

און זיי קומען צום טיר מיט אזא געוויין,
פארוואס לאזט מען מיר נישט אריין.

די אוצר געהערט פונקט אזוי צו מיר,
פארוואס וויל מען נישט פאר מיר עפענען דעם טיר.

און ער מוז נעבעך ארויסגיין אויפן גאס פון הונגער און נויט,
און זוכן אין די מיסט א שטיקל הארטע ברויט.

גיין צו די גוים אין זייער סקול זיי זאלן זיין מרחם,
און אים אויסלערנען דעי אלע פויערישע זאכן.

אלע גויאישע השפעות וואס זענען אזוי טמא,
דאס גיסט מען אריין אין א הייליגע אידישע נשמה.

ער מוז נעמען פון זיי וואס ער קען נישט קריגן פון אינז,
ווייל מיר פארגעסן אז ער איז אויך א פרינץ.

אבער עס וועט אמאל קומען א צייט,
עס איז נישט ווייט.

ווען מען וועט הערן אין די גאס הערליכע מוזיק,
דער מלך וועט קומען פון זיין נסיעה צוריק.

ער וועט ארום גיין אויף די גאסן,
און צוזאם נעמען זיינע מאסן.

און פירן בשמחה מיט גרויס גליק,
ווען ער וועט זעהן זיינס א קינד.

אויסגעהונגערט און אויסגעדארשט,
ביי די פויערן איינגעשפארט.

וועט ער פרעגן מיט א טענה,
דו ביזט דאך א קינד מיינע.

און דו האסט דאך אזא רייכע אוצר געהאט,
איז פארוואס ביזטו אזוי אזוי און א זייט.

מען קען נישט קיין השגה האבן,
וויזוי ס'וועט אויסזעהן דאס קינד וועט דעם ביטערע אמת אויסזאגן.

מיינע ברידערס האבן פון מיר נישט געטראכט,
נאר ווייל איך האב א שליסל נישט געבראכט.

איז לאמיר פארויס מאכן די חשבונות,
מען זאל נישט דארפן שטיין יענעם טאג פארן טאטען מיט בושות און בזיונות.

מען זאל ווייזען אז דאס קינד דער נשמה איז פונקט ווי אונז,
און זאל ער לעבן אזוי ווי א פרינץ.

דער מלך וועט יענעם טאג אויסהיילן דאס קינד זיינע,
ער וועט יעדען אבר אויסהיילן סאיז נישט קיין שאלה.

ער וועט נעמען דעמאלטסט יעדע קראנקע אידיש קינד,
און מיט איין קיש אים מאכן אינגאנצען געזונט.

ער וועט האבן פוס צו טאנצן פאר משיח בשמחה טהורה,
א קאפ צו פארשטיין די טיפקייט פון אונזער הייליגע תורה.

א מויל צו זינגען מיט די שיינע מוזיק,
אויפן טאג וואס דער מלך וועט קומען צוריק.

ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

מוראדיג הערשי.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

הערליך!
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטארקע געדאנקן, הערליכע גראמען

(אייגנס? אדער געזען/געהערט?)
מענטש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 26, 2009 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש »

הערשי זייער עמאציאנעל

שכח
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערשי, איי עם ספיטשלעס, הערליך אראפ געלייגט, איז דאס אייגענס?

יישר כח.

(קרעמער האט אריין געהאקט מיט די זעלבע שאלה. כ'לאז מיינס אויך, זאלער וויסן אז איך האב אויך געוואלט וויסן.)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

הערשי.. דיס איז סאמטינג ספעציעל. זייער שיין מורעדיג.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין הערשי.

הערליך הערליך שיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 26, 2009 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mz1268 »

זייער שיין שכח. זאג נאר ביסט געווען דערביי?
א גאנץ יאר פרייליך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' הערשל, אז איר האט מיר מחי' געווען איז וואר
דער בוכ"ע זאל אייך העלפן אלע יאר

נאר אידיש נחת צו זען
ביי די קינדערלעך דיינע אזוי שעהן

שטענדיג בריות גופא ונהורא
שטייגן אין וואקסן אין די הייליגע תורה

בנים ובני בנים עוסקין בתורה
באהבה ויראה טהורה

פון קיין שום שלעכטס נישט וויסן
השפעות טובות זאלן אייביג פליסן.

א ריזן ישר כח
פון: משפחת פארשלאפן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

הערשי קניהויז האט געשריבן: ער וועט נעמען דעמאלטסט יעדע קראנקע אידיש קינד,
און מיט איין קיש אים מאכן אינגאנצען געזונט.

ער וועט האבן פוס צו טאנצן פאר משיח בשמחה טהורה,
א קאפ צו פארשטיין די טיפקייט פון אונזער הייליגע תורה.

א מויל צו זינגען מיט די שיינע מוזיק,
אויפן טאג וואס דער מלך וועט קומען צוריק.

ואף על פי שיתמהמה עם כל זה אחכה לו


שוין גוטע 10 מינוט וואס איך ליין איבער און איבער די הייליגע אותיות, ס'ווישן זיך די טרערן, יש"כ.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

WOW !!!!! WOW !!!!;l;p-
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ווייס נישט וויזוי מ'איז דא מגיב...

הערשי, דיינע ווארימע געפיהלן, זעה איך יעצט נישט צום ערשטן מאל, דיין פענע, איז זייער רייך, וואס איז שייך צו זאגן?..

הערשי, טענק יו.. זייער שיין..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

הערשי
ס'מוראדי'ג, טרערן רינען מיר...:oops:

געב מיר א טאן, א ניגון ווי אזוי מען זינגט עס, אויף וועלכע ניגון זענען די ווערטער.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמעיזינג.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

קרעמער, איכהער, דאס משל האב איך אמאל געהערט פון א בעל דרשן.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ווארד2007 האט געשריבן: הערשי
ס'מוראדי'ג, טרערן רינען מיר...:oops:

געב מיר א טאן, א ניגון ווי אזוי מען זינגט עס, אויף וועלכע ניגון זענען די ווערטער.

נו דערצייל שוין.:roll:
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

יישר כח, זייער שיין, הארציג
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'בין מורא'דיג נתפעל, יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

הערשי, איך האב נישט די ווערטער אין מויל... א יישר כח!
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע:אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

הערשי געוואלדיג
kyle maynard

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyle maynard »

WOW
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיטן רשות פונעם מחבר האשכול שטעל איך דא אריין אונזער ברייוול אויסטויש:

דאס האט מיר ר' הערשל געשיקט פרייטאג נאכמיטאג:

הערשי קניהויז האט געשריבן: http://www.ivelt.com/forum/index.php?f=3&t=7542

איך האב דאס אפגעשריבען צו שיקן נאר פאר דיר,
נאכדעם וואס דיין ארטיקל האט טרערן ארויבגעשלעפט פון מיר

אבער יעצט קלער איך אז אנדערע קענען אויך דערפון הנאה האבן,
האב איך עס אין קרעטשמע געטוהן אריין געטראגן.

דער אייבישטער זאל אייך געבן,
געזונט פרנסה נחת און א זיס לעכטיג לעבן.

א גוט שבת!


און דאס האב איך אים געענטפערט:

farshlufen האט געשריבן: ר' הערשל וואס האט איר מיט מיר געטאן
פרייטאג נאכמיטאג מאך דעם וואס איך בין "פארשלאפן" א פאר שעה'ן

וועק איך מיך אויף צום קלאנג פון מיין טעלעפאן
אן "הודעה פרטית" זע איך האב איך באקומען דעם עפטערנון

פון עפעס שליסלעך טוט ער שמועסן
וואס דאס איז טו איך נישט וויסן

איך קלער צו מיר מן הסתם יענער אגב חורפי' טעה
און מיך געשיקט אן הודעה

ער מיינט לעולם א צווייטן
מיט מיר האט ער זיך געטאן פארבייטן

אחרי שובי, איך קלער
צו קוקן וואס איז מיר א שטער

איך שפאציר אריין אין פריוואטן קעסטל
עפן אויף דאס ערשטע דאס אויבערשטע פון מעסטל

א לינק צו אן ארטיקל זע איך
מיין געמיט ווערט מער ווייעך

טייערע ווערטער קעגן מיינע אויגן
טאנצן און שפרינגען אנטקעגן

ווערטער וואס זענען מחיה מבשר ועד נפש
שלעפט ארויף א מענטש מטיט ורפש

א טיפער משל א שיינער
מאכט צוגיין אפילו אייזן אין שטיינער

א גאנצן שבת איך האב נישט קענט זיין מיין דעת מסיח
דער משל עס רעדט דאך לכל גשם ורוח

ז אלסטו שטענדיג זיין זוכה דערצו
ר וב נחת פון דיינע צאצאים נאך ווי
ע ד עולם נאר פון גוטס וויסן
א ייביג השפעות טובות נאר זאלן פליסן
ח יי אריכא ומזוני
י עדן זמן ועונה
א לעבן מיט פרייד
ו ועגענער מיט רוחניות צו דער זייט
ק יין ירושלים זאלן מיר אלע גיין בקרוב
י בנה המקדש דעם באשעפערס הויף
י שועה ורפואות פארן גאנצן כלל
מ שמי מעל
א מן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'גייט צו בעסערונג.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

הערשי, דו האסט א געוואלדיג כח אין פאעזיע.

זייער זייער שיין. ממש ס'רירט אין די טיפסטע סטורנעס.

אויך פאר פארשלאפן מוז איך זאגן, דיינע גראמען זיינען ריזיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”