ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
הרב טריסקער: אפשר ביסטו אויך מברר צו די משניות איז יא א נייע פירוש, און נישט ווי ס'משמע מיט די דרך אמונה, דרך אגב ס'אינטערסאנט אז זיי זאלן עס איבערדריקן ווייל עס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן עטליכע יאר צוריק מיט די הסכמה פון כ"ק אדמו"ר מ'קאמרנא הגה"ק ר' נתנאל ספרין שליט"א צוזאמען מיט נאך אפאר קונטריסים כ'מיין אז די ספר צוזאמען הייסט אמרי קודש, געדרוקט געווארן דורך הרה"ג ר' חיים יעקב ספרין שליט"א מו"ל פון כמה ספרי קאמרנא בתכלית היופי, אויב אזוי קען זיין אז דאס איז אויך עפעס חדשות, חוץ אויב עס איז מיט א פירוש פון הגאון המקובל ר' מתתי' זצ"ל כדרך די אנדרע ספרים פון מכון אור פני יצחק האט לעצטנס געדרוקט פון איהם, אבער ווי ס'שיינט דערווייל אויס קלאר איז די פי' אויף תהילים און משלי א זיכערע חידוש, איז דאס א דירעקטע פי' אויף די צוויי ספרים פון נ"ך אדער עס איז דא א פירוש אויף גאנץ נ"ך ? ביטע קלאר אויס ! יישר כח.

שטעלט זיך מיר ארויס נאכן כאפן א שמועס מיט דער מו"ל אז דא האנדלט מען נישט פון קיין כת"י (אזויווי ער האט גע'טענה'עט פאר א יאר צוריק, גיי ווייס פארוואס...), ער מאכט פשוט א ליקוט פון אלע תורות לבית קאמארנא אויף משניות, תהילים און משלי, און דעריבער קומט דאס נאכאמאל ארויס ווייל דאס איז שוין א ליקוט פון תורות פון אלע אנדערע צדיקים לבית קאמארנא אויף איין פלאץ.
וואס יא? דאסמאל האב איך געפרעגט כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א אליין צו ס'נאך פארהאן אומגעדריקטע כתבים פונעם היכל הברכה, האט ער מיר געזאגט אז איין כת"י איז נאך דא וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געדריקט, דאס איז א שולחן הטהור מהדורא תניינא, דאס איז תיקונים והוספות אויפן שולחן הטהור וואס דער היכל הברכה האט געשריבן נאך אינמיטן שרייבנדיג די מהדורא קמא. די מהדורא תניינא איז נאר ביז אינמיטן הלכות תפילין, און די כת"י דערפון געפינט זיך בבית גנזיו פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וואס גרייט דאס צו דאס ארויסצוגעבן בקרוב.
לעצטנס געזעהן אין "דער איד" ברענגען זיי פון זייערע ארכיוון א בריוו פון הרה"ק רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ"ל ווי ער איז מוחה נמרצות קעגן דער וואס האט ארויסגעגעבן דעם "שולחן הטהור" פונעם קאמארנער זי"ע, ער שרייבט דארט אז מקובל לו אז מען האט דאס נישט געוואלט ארויסגעבן.
איינער ווייסט מער פרטים דערוועגן? ווייל ווי עס קוקט מיר אויס האבן שוין אפילו די קאמארנע משפחה אנגענומען דעים שולחן הטהור און מסכים געווען דאס צו דריקן, וויבאלד זיי ברענגען נאך דערפון וכו'
פונקט באגעגנט היינט א אינטערסאנטע סיפור, אז אמאל ווען הרה"ק ר' שמואל קאמאדער זי"ע - די דאראג'ע רב איז געווען אין צאנז אויף שבועות, האט זיך דער צאנז'ער רב זי"ע גענומען רעדן אינמיטן די קרעפל פשעטל אויפ'ן קאמארנ'ער זי"ע (כידוע אז ער האט געהאט געוויסע טענות אויף אים), און די דאראג'ע רב האט זיך אזוי געוואונדערט, גלייך האט די צאנז'ער רב מפסיק געווען און זיך אנגערופן צו אים "ר' שמואל, גלייבט מיר אז איך האב ליב יעדן איד אהבת נפש". דהיינו אז ער האט זיך געהאט זיינע הויכע ענינים, אבער ח"ו נישט געמיינט זיך צו קריגן כפשוטו.
עוג מלך הבשן האט געשריבן:
מיינסט מסתמא דא פרשה פונ׳ם עופות טמאות (ס׳איז א קאמארנ׳ער אשכול דא!) וואס כידוע האט דער צאנז׳ער רב נישט געוואלט זיין פונ׳ם אוסרים (עי׳ קונטרס המצורף לחידושי רבי ישעי׳ שור, ושו״ת דב״ח י״ד ח״ב סימן מ״ח) דאכט זיך מיר די שאלה איז נתעורר געווארן בשנת תרכ״ו, נאר אן אינטערסאנטע עפיסאד געפינט מען אז בשנת תר״ח האט די הייליגע צאנז׳ער רב געגעבן פאר׳ן הייליגע קאמארנ׳ער מעות קדימה (פרענומעראנטען) פאר זיין ספר ׳נדבת פי׳..
אזעליכע רייכע פרענומעראנטן...
מען זעהט, למשל, אין אלטשטאט צוזאמן די פיהר איידימעס פון הנגיד ר' שמעון ברונענטיף מחסידי זידיטשוב, ביניהם ר' יונה אשכנזי אב"ד פרשעווארסק וגיסו הנגיד ר' פישל אבערדאם: https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 6#p1893606
הערב חל יומא דהילוליא קדישא של הרה"ק המפורסם בכל קצוי ארץ שר בית הזוהר רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זצוק"ל
הרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל אמר לאביו של רבינו כאשר בישר את בשורת הישועה שהוא עומד ליפקד בבנים : הנשמה שלו יהיה גדול מאוד אין לשער, והרבה שנים יש שלא היה בזה העולם נשמה גדולה כזו !!
אודות נשמתו הגדולה היה רבינו מגלה בכבודו ובעצמו שיש בנשמתו חלק מנשמת של האר"י ז"ל וגם חלק מנשמת הבעל שם טוב, וגם איזה ניצוץ מנשמת התנא רב !!
הרה"ק מקאמארנא זכה למדריגות גדולות ונפלאות כפי שהוא בעצמו כתב : בגיל שנתיים השגתי מראות נפלאות והשגתי רוח הקודש, ודברתי דברי נביאות וצפיתי מסוף העולם ועד סופו ממש !! ובמקום אחר הוא כתב : בעת לימודו היה התנאים והאמוראים בעלי שמועה עומד כנגדו ממש והיה זוכה לראותם עין בעין !!
כוחו של הרה"ק מקאמארנא היה גדול עד למאד היה מפורסם למגיד העתידות, למופת הדור שאין כדוגמתו, לקדוש עליון גבוה מעל גבוה כחד מקמאי
פונקט באגעגנט היינט א אינטערסאנטע סיפור, אז אמאל ווען הרה"ק ר' שמואל קאמאדער זי"ע - די דאראג'ע רב איז געווען אין צאנז אויף שבועות, האט זיך דער צאנז'ער רב זי"ע גענומען רעדן אינמיטן די קרעפל פשעטל אויפ'ן קאמארנ'ער זי"ע (כידוע אז ער האט געהאט געוויסע טענות אויף אים), און די דאראג'ע רב האט זיך אזוי געוואונדערט, גלייך האט די צאנז'ער רב מפסיק געווען און זיך אנגערופן צו אים "ר' שמואל, גלייבט מיר אז איך האב ליב יעדן איד אהבת נפש". דהיינו אז ער האט זיך געהאט זיינע הויכע ענינים, אבער ח"ו נישט געמיינט זיך צו קריגן כפשוטו.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
שמעתי שפעם בעת שהי' באמצע הדפסת החומש היכל הברכה צוה מרן רביה"ק הד"ח מצאנז זי"ע לאחד מחסידיו שימסור בשמו להרה"ק מקאמארנע שלא יוציאו לאור, והרה"ק מגארליץ זי"ע שאל מהחסיד האם בדעתו לקיים השליחות, והלה ענהו אם הרב צוה בוודאי אקיים, ענה לו הרה"ק מגארליץ שיראה מקודם להסתדר עם החברה קדישא...
והרה"ק מטאהש זי"ע סיפר שאחר פטירת רביה"ק נסע בנו הרה"ק מהרא"צ מקאמארנע זי"ע לצאנז על ש"ק, ואז אמר לו מרן הדברי חיים זי"ע תאמין לי שהייתי לאביך א הארץ פריינד,
געווען איינער ביי זיין הייליגן סדר, ער האט אים געווארנט נישט צו פארציילן וואס ער האט אלס זוכה געווען צו זעהן, אחוץ אז ביי די ברכת אכילת מצה איז ער געווען רואה ואינו נראה. זי"ע
מובטחני שכל מי שיהיה חומש שלנו בביתו ינצל מכל רע ומכל פגע רע ומחליים ומחסרון ויהי ביתו מלא ברכת ד' וכל טוב והצלחה ועושר וחיים ארוכים לו ולבניו... בבני חיי ומזונא וחסדים ורחמים והכרעת הכף לזכות ולחיים ארוכים". איך זוך דעם גאנצען נוסח ביטע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים[email protected] זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidalהאט געשריבן:↑זונטאג פעברואר 18, 2024 10:49 am

IMG_0060.JPG (53.22 KiB) געזען 134 מאל
לאור די תשובה איןשו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
עלינוהאט געשריבן:↑זונטאג פעברואר 18, 2024 11:17 am
dovidalהאט געשריבן:↑זונטאג פעברואר 18, 2024 10:49 am
מובטחני שכל מי שיהיה חומש שלנו בביתו ינצל מכל רע ומכל פגע רע ומחליים ומחסרון ויהי ביתו מלא ברכת ד' וכל טוב והצלחה ועושר וחיים ארוכים לו ולבניו... בבני חיי ומזונא וחסדים ורחמים והכרעת הכף לזכות ולחיים ארוכים". איך זוך דעם גאנצען נוסח ביטע
IMG_0060.JPG
יישר אפשר קענט איר ברענגין די גאנצע אביסעל קלארער סליחה על הטירחא
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים[email protected] זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidalהאט געשריבן:↑זונטאג פעברואר 18, 2024 11:52 am