דשאבע: אוי וואו זיס די רבי פלעגט זיך אינטער זינגען, אשרי אוזן שמע את זאת, עס האט אויסגעקוקט וואו די רבי ווייסט ניטאמאל אז דער עולם האלט שוין פעסט אינמיטען די הויכע פאל, די רבי האט זיך געזונגען זיינוגע, מיט אזא זיס קול אוי נאסטאלגיע.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
א שיין בילד ווען מרן הברך משה זצ"ל איז בדיחא דעתיה ביי א שמחת שבע ברכות בבית כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א בשעת ווען ש"ב ר' יעקב מיללער הי"ו מיארמע איז משמח.
ווערט געזעהן אונטערען רבי'ן ז"ל, דער דעמאלטסדיגער הויז-בחור ר' בנימין ווייס הי"ו און ר' משה פר"מ הי"ו דער גבאי, זיצענדיג אויף די אינטערשטע רייע פון די אויבן-אן דערקענט מען ר' יחיאל יצחק סג"ל גליק שליט"א מנהל התאחה"ר.
ר' שמחה האט עס שוין געלייגט אין דיבאבוב'ער אשכל, און מען האט דארט ערווענט אז עס איז לכאורה ביי א שבע ברכות פון אן אייניקל פון די מהר"ש מבאבוב זצ"ל. די ברך משה מסאטמאר פלעגט אלס ערשטע קאזין זיך אלעמאל משתתף זיין ביי שבע ברכות'ן און טאנצען מצוה טאנץ. ואת המהר"ש מבאבוב עונה כנגדו ביי זיינע שמחות. מען זעהט פון אונטען חדב"נ הרה"צ רבי חים יהושע מסאטמאר מאנסי שליט"א.
איך זעה ר' חיים משה דוב ווייסמאן שליט"א נכד הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק, מגי"ש בישיבה קטנה דסאטמאר-וומ"ס (ערשטער לינקס) דערנאך ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן הי"ו (הויז בחור), מרן רביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל, ר' עזריאל גליק משב"ק, דער בחור רעכטס פון ר' עזריאל זעהט אפשר אויס ווי איינער פון ר' שמואל הכהן פר"מ משב"ק'ס קינדער.