דיונים ועיונים בפרשת בהר

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

דיונים ועיונים בפרשת בהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

עס איז מיר שוין שווער יאהרען א דיוק אויף די פרשה.

פרשת בהר פאנגט זיף אהן מיט דינים פון שמיטה און דערנאך איז די פרשה פון יובל.
ביי ביידע שרייבט די תורה די דינים פון איסור עבודת קרקע.

דערנאך האקט די תורה איבער מיט א פרשה פון דינים פון פארקויפען א פעלד. דאס ווייניגסטע וואס מקען פארקויפען איז פאר צוויי יאהר.
ווען יובל קומט גייט עס צירוק צי די בעלים, וכו'

דערנאך קומט די תורה צירוק צי שמיטה און יובל מיט די פרשה פון וכי תאמרו מה נאכל.

לכאורה, ווען די תורה האט געפארטיגט מיט די דינים פון שמיטה און יובל אז מעטאהר נישט באארבעטען די פעלדער,
וואלט די תורה געדארפט גלייך אויפען פלאטץ זאגען, וכי תאמרו מה נאכל וכו'...וצויתי את ברכתי...

פארוואס האט מען איבער געהאקט מיט די פרשה פון מוכר שדה

אויב איינער האט א תירוץ וועל איך אוהם זיין זייער דאנקבאר.
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36550
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה, מכירת שדה איז דאך א חלק פון הלכות יובל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יא. אבער 'וכי תאמרי מה נאכל' איז א דירעקט תוצאה פון 'לא תזרעו ולא תקצרו', איבער דעם פרעג איך, אז גלייך נאך די פסוקים פון איסור זריעה און קצירה וואלט געדארפט שטיין וכי תאמרו, און דערנאך מכירת שדה.

און אויך, ווען די תורה שטעלט שוין אריין די פסוקים פון וכי תאמרו מה נאכל, האט ער נאך נישט געענדיגט מיט הלכות יובל.
גלייך נאך די פסוקים פון וצויתי את ברכתי און וזרעתם את השנה השמינת ואכלתם ישן וכו' , קומט די תורה צירוק צי מכירת שדה און ער זאגט והארץ לא תמכר לצמתת.

די סדר פון די פסוקים איז אזוי.

ושבתה הארץ....שש שנים תזרע שדך...ובשנה השביעית שבת שבתון..שדך לא תזרע וכרמך לא תזמר...וספרת לך שבע שבתות שנים...וקידשתם את שנת החמשים שנה...יובל הוא שנת החמשים שנה תהיה לכם לא תזרעו ולא תקצרו...ולא תבצרו...כי יובל הוא...מן השדה תאכלו את תבואתה...

די תורה גייט יעצט צו מכירת שדה

וכי תמכרו ממכר לעמיתך...במספר שנים אחר היובל תקנה מאת עמיתך...לפי רב השנים תרבה מקנתו ולפי מעט השנים תמעיט
מקנתו...

די תורה איז יעצט מפסיק פון מכירת שדה
ונתנה הארץ פריה ואכלתם לשבע...וכי תאמרו מה נאכל...וצויתי את ברכתי...וזרעתם את השנה השמינית ואכלתם מן התבואה ישן...

די תורה קומט יעצט צירוק צי מכירת שדה
והארץ לא תמכר לצמתת...וכל ארץ אחזתכם גאלה תתנו לארץ..


מיין דיוק איז:
וואס איז די סיבה פון שטעלען די פסוקים און מיטען דער ענין פון מכירת שדה,
און אויב עס האט יא א שייכות, און עס באלאנגט יא דארט, וואלט איך געוואלט פארשטיין פארוואס
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

היינט נאכט נאך מעריב האט מיר א יוד געוויזען א חת"ם סופר, וויא ער באמערקט א ביסעל אן ענדליכע קשיא, און דער חת"ם סופר לערענט פשט אז די טענה פון וכי תאמרו מה נאכל, איז די טענה פון דעם קונה, וואס די תורה זאגט במספר שני תבואות, און לפי רוב השנים, קומט דער קונה, און טענה'ט אז הן לא נזרע וכו' און מעהאט נישט געגעסען פון דעם פעלד און שמיטה יאהר, איז וואלט לכאורה דער שמיטה יאהר נישט געדארפט אריינגערעכענט ווערען און דעם לפי רוב השנים ווייל עס איז נישט און דעם מספר שני תבואות,
אויף דעם זאגט די תורה אז ניין, מעקען נישט אזוי טענה'ען און מערעכענט יא, ווייל וצויתי את ברכתי וכו' און מעוועט האבען צי עסען פון דער פעלד גופא.

לויט דעם איז שוין זייער גיט וואס די פסוקים שטייען און מיטען דער פרשה פון מכירת שדה, און עס האט טאקע א שייכות די פרשה.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”