ספר עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן
איך וויל דאס דרוקן בלא נדר דא אין ארץ ישראל, און דערווייל האט הנאה פון דעם ספר.
אין דעם אריגינעלן ספר איך האב אונטן הערות, מסביר צו זיין די הארבע ווערטער, אבער דא מסתמא אלעמען פארשטייען גוט אויכער ליטערארישער יידיש. און איך ווייס נישט אויך אויב מען קען אריינלייגן א טעקסט מיט הערות אונטן אין דער וועבזייט.
די צייט אין וועלכער מיר לעבן יעצט איז אן אומגעוויינטלעכע. איבערהויפט בנוגע צו דעם יידישן מצב, זעען מיר אזעלכע זאכן, וואס קיינער האט זיך נישט פאָרגעשטעלט.
די פּאַסירונגען קומען מיט אזא שנעלקייט, און זיינען אזוי אויסערגעווייטלעך און איבערראַשטע, דאס (= אז) מען בלייבט ווי צעטומעלט, נישט פאַשטייענדיק וואס איז דא געווארן פּלוצלינג. "והייתי משוגע ממראה עיניך" (פרשת תבא) דו וועסט ווערן ווי א משוגע, פון דעם וואס דיינע אויגן וועלן זען.
אבער אז מען זוכט אין דער תורה, ווערט אלץ קלאר און פאַרשטענדלעך. אלע פּאַסירונגען פון דער יידישער געשיכטע, אין פאַרגאַנגענהייט און אין קעגנוואַרט, זיינען פאָרגעקומען און קומען פאָר, אקוראט ווי זיי זיינען פאָראויסגעזאגט געווארן אין תורה שבכתב ושבעל פה.
יעדער ווארט פון דער תורה איז רעאל, דאס איז די גרעסטע רעאליטעט אין דער וועלט. מיט טויזנטער יארן צוריק האט מען אונז פאָראויסגעזאגט "והפיצך ה' בכל העמים מקצה הארץ ועד קצה הארץ" (פרשת תבא) דער אויבערשטער וועט דיר צעשטרײַען צווישן אלע פעלקער פון איין עק וועלט ביז צום אנדערן עק וועלט, איז דאס געווארן א פאַקט.
אויב עס זיינען ביז יעצט געווען פארווארפענע ווינקלען אין דער וועלט וואו עס זיינען קיין יידן נאך נישט געווען, ווערען זיי יעצט דארטן אהינגעטריבן, עס מוז נתקיים ווערן בוכשטעבלעך בכל העמים, צווישן אלע פעלקער.
"והיית עשוק ( = פּאָגראָמירט) ורצוץ (= רצוץ משפט = בארויבט פון רעכט), זעען מיר יעצט מדינות וואו מען פּאָגראָמירט יידן און נאכער ווערן יידן געמישפט אז זיי האבן געמאכט א פּאָגראָם אויף גויים.
כדי צו פאַרשטיין דעם זין פון די יעצטיגע יידישע פּאַסירונגען, זאל מען זוכן אין פסוקים או מאמרים וועגן עיקבתא דמשיחא, פאַרגלייכענדיק די לעבעדיקע פאַקטן מיט אלעס וואס איז דארטן פאָראויסגעזאגט געווארן, וועט מען זען אין דער תורה ווי אין א קלארן שפיגל די פּאַסירונגען אין זייערע סיבות, אלעס וואס איז דארט פאָראויסגעזאגט, איז געווארן א פאַקט, און אלע פאַקטן זיינען דארט פאָראויסגעזאגט געווארן.
לאמיר אָנפאַנגען צו לייענען אין דער תורה: