איי ווי עס בענקט זיך צו רבי שמעון!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

איי ווי עס בענקט זיך צו רבי שמעון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ב"ה


איי עס בענקט זיך צו רבי שמעון בר יוחאי!!!



עס בענקט זיך צו ל"ג בעומר אין מירון, אזוי ווי מיר האבן פארברענגט מיט אזא געוואלדיגע התרוממות אין די בחור'ישע יארן.


ארום אכצן מינוט נאך ניין היינט ל"ג בעומר צינאכטס, איך האב נאר וואס געענדיגט עסן נאכטמאל, האמיר גענומען די דראט-לאזע טעלעפאון אין די האנט אריין און מיר האבן געדרוקט די קנעפלעך פאר די נומערן צוויי איינס צוויי - פיר פיר פיר - עלעוו הונדערט. נאכן נישט אויסהערן די רעקלאמע האמיר געדרוקט אכט, דערנאך איינס און דערנאך נאכאמל איינס.


פלוצלינג האב איך מיך געטראפן אין גאר אן אנדערע וועלט, א וועלט פון אמאל, א וועלט פון די פארגאנגענהייט, אזוי האט עס געפילט. מיר זענען פונקט אנגעקומען צום לעבעדיגע העקעלע-ארויף ווען מען האט אנגעהויבן זונגען ואמרתם כה לחי רבי שמעון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי רבי שמעון צדיקאי! א טרערעלע האט אראפגעקייקלט אויף מיין באקן און דערנאך נאך איינס און נאך איינס. פארוואס בין איך נישט געפארן? איך בין געוון אזא נער! איך וואלט געדארפט פארן!!! ווי אזוי פארפאסט מען אזא הייליגקייט פאר אפאר נישטיגע טאלער???


אנגעהויבן האט זיך עס בעצם דעם פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס. מיר האבן געדאווענט אין א בית המדרש'ל אין די געגנט. פאר כגונא האט די רב פון די שול אנגעהויבן צו זינגען בר יוחאי נמשחת אשריך וכו' כמנהג בני ארץ ישראל אז די שבת פאר ל"ג בעומר זינגט מען עס אין שול פאר כגונא. אין מירון און אין צפת זינגט מען עס דאך א יעדע שבת, אבער די שבת פאר ל"ג בעומר פילט דאך גאנץ ארץ ישראל די קדושה פון רבי שמעון, נישט דוקא די שכנים, און פארדעם זינגט עס יעדער איינער. און דא אין מיין שול האט מען אויך געזינגען בר יוחאי (איך בין זיכער אז אין אסאך שול'ן בגולה פירט מען זיך אזוי). די עולם שטייט אויפן פלאץ און פארגלייזט זיך די אויגן און מיט עפעס א מין דביקות זינגט מען די הייליגע ווערטער און מען פרובירט זיך מקשר צו זיין מיט עפעס א כל שהוא צום הייליגע צדיק.


ביי מיר הייבט אן צו ציפן דאס הארץ, עס כאפט אן עפעס א בענקעניש עפעס שלא מעלמא הדין. שוין אכט יאר זינט דאס לעצטע מאל וואס מיר האבן געהאט די גרויסע זכי' צו פארברענגען דעם הייליגע טאג ל"ג בעומר מאוד נעלה במירון לכבוד רבי שמעון אדונינו בר יוחאי. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי איך האב מיך פארשפראכן פאר דרייצן יאר צוריק מוצאי ל"ג בעומר אז איך וועל קיין ל"ג בעומר אין מירון בל"נ קיינמאל פארפעלן!! און דא איז שוין פארלאפן אכט יאר זייט איך בין דארט געווען דאס לעצטע מאל! וויאזוי האט אזאנס געקענט פאסירן?


דערווייל זינגט די עולם ווייטער מיט א געהויבנקייט בר יוחאי אור מופלא רום מעלה, יראת מלהביט כי רב לה, תעלומה ואין קורא לה, נמת עין לא תשוריך. ווי קענען מיר בכלל האבן די מינדעסטע מושג אין די גדלות פון די הייליגע תנא אלוקי? וואס פארשטיען מיר בכלל אין די גדלות פון זיין תורה? ווי האבן מיר בכלל א שייכות מיט אזא מלאך אלוקים? אבער וואונדער איבער וואונדער, עאפ"כ פילן מיר אלע, אונז פשוט'ע אידעלעך פילן עפעס א קשר צום צדיק וקדוש, מיר אלע פילן אז עס ציט און רעדט צו אונז!! אה! פאר דעם אליינס ווילט זיך ארויסלאזען אין א טאנץ.


גאנץ שבת און מוצאי שבת האב איך געבעטן די אייבישטער אז איך וויל זייער שטארק זיין ביים ציון הקדוש אויף ל"ג בעומר. איך האב געבעטן די באשעפער אז עס זאל מיר נזמן ווערן אן אלף'ל וואס האט זיך אויסגעפעלט אז איך זאל קענען פארן אהין אן צוריק צום ציון, אן קיין שום אנדערע הוצאות פון שלאפן אדער עסן. ווער דארף דען עסן אדער שלאפן אין מירון? מען וועט שין קענען גענוג עסן און שלאפן ווען מען קומט אהיים. אבער דערווייל איז די מוצאי שבת און זונטאג פאריבער און מיר האבן אנגענומען דאס נישט באקומען די געלט, אלץ א סימן אז מיר באלאנגן נישט דארט היי יאר.


היינט נאכמיטאג האב איך מיך געזעצט לערנען מיין שיעור קבוע משניות, און די שיעור האט זיך על פי השגחה פונקט גענדיגט מיט די משנה סוף מסכת יומא, אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים. אוי! דא האט זיך ווידער אנגעכאפט די בענקענישן קיין מירון. עס האט זיך אזוי געגלוסט צו די אלטע טעג ווען מען האט געפראוועט א פיר און צוואנציג שעה אין די גן עדן שלמטה אין מירון.


און דא זעמיר אהיים געקומען עפעס פארבייסן און דערנאך האט מען זיך פארבונדען צו די לייוו הוק-אפ און עס איז שוין נישט געווען איבער צו טראגן. עס איז גערינען טרערן פון מיינע אויגן בשעת איך האב געהערט די צענדליגע טויזנטער אידן אין מירון זינגען און טאנצען, "זכר צדיק לברכה, דין ריכא ובר ריכא, זכה רבים וזיכה, אדונינו בר יוחאי". מיט פארמאכטע אויגן האב איך מיך געזעהן צושטיפט און צוקוועטשט צווישן די מאסן טאנצעדיגע, מיט א פלאם פייער ארום און ארום, ווי מען לויבט און דאנקט די אייבישטער פארן אראפ שוקן אזא צדיק וועלכער האט מזכה געווען עולם ומלואו מיט אז ליכט, זיכה רבים וזכה, און פון די אנדערע זייט בעט מען זיך ביים באשעפער אז אין זכות פון די צדיק זאל מען טאקע זוכה זיין צו באמת נהנה זיין מאורו, מיט די געוואלדיגע מדריגות רמות. אזוי בין איך געזעצן אויפן פלאץ מיט פארמאכטע אויגן ביז נאך די צענדליגע חזרות פון תורתו מגן לנו וכו' אריין ציער אין די ירושלימ'ער ניגונים.


איך גיב אזוי א קוק אויפן זייגער און איך זעה אז עס איז צוואנציג צו צען. איך כאפ מיך אז אט יעצט גייט מען אנצונדען די הדלקה אין די ברעסלאווער שטיבל. איך כאפ אן מיין געזונדל און איך טו זיי שנעל אן די דזשעקעטס און מען לויפט אריבער צום ברעסלאווער שטיבל. אפשר דארט וועט מען זוכה זיין צו שפירן א מעין דמעין פון מירון. אונז זענען אנגעקומען אהין ממש ווען מען האט אנגעצונדען די הדלקה. די מנגן האט אנעהויבן צו זינגען בר יוחאי און די עולם האט אנגעהויבן צו טאנצן און שפרינגען. עס איז טאקע נישט געווען קיין מירון, נישט אפילו קיין מעין דמעין. איז דען מעגליך צו פילן אין די פינסטערע אמעריקא א מעין דמעין פון די קדושה פון רבי שמעון? יא, אין די הייליגע טאג פון ל"ג בעומר קען מען פילן א מעין דמעין, ווי אימער איבער די וועלט מען געפונט זיך. איך האב אנגעמערקט אז פונקט ווי ביי רבי שמעון איז דא אויך ביי די ברעסלאווער שטיבל געטאנצן צוזאמען אידן פון אלע מיני קרייזן און קהלות, יונג און אלט, אלע מיט אן ערענסקייט לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


רבי שמעון איז נישט געווען קיין חסיד'ישע רבי, אויך נישט קיין ליטווישע ראש ישיבה אדער רב. רבי שמעון איז נישט געווען קיין ספר'דישע חכם, אויך נישט קיין תימנ'ער מארי. רבי שמעון איז געווען די רבי פון אלע אידישע קינדער, אלע קינדער פון די באשעפער. ווער עס איז א קינד פון באשעפער, נישט קיין חילוק זיין בעקראונד, נישט קיין חילוק זיין מצב, איז א מחותן ביי די חתונה, ביי די הילולא פון רבי שמעון. און אזוי האט זיך טאקע געפילט דארט ביי די געהויבענע ריקודים אין די ברעסלאווער שטיבל. איי לכל ישראל האיר, בסוד תורה הבהיר, פאר אלע אלע אלע אידן האט רבי שמעון אריינגעלאכטן די הייליגע שיין!

אויף איין זייט האב איך באמערקט ווי עס טאנצען מיט עפעס א ספעציעלע שמחה אפאר ארץ ישראל'דיגע משולחים וועלכער זענען מחמת סיבות ידועות לה' נתגלגל געווארן צו זיין אין חו"ל אום ל"ג בעומר צוזאמצוקלייבן נדבות. די אידן ווייסן דאך טאקע וואס ל"ג בעומר איז. זיי זענען אויפגעברענגט געווארן פון אלץ קליין קינד מיט רבי שמעון. און זיי זענען טאקע געטאנצען מיט אן עקסטרע התלהבות אשריכם אשריכם אשריכם ישראל! אבער פון די אנדערע זייט האט מען אויך געקענט אנזעהן זייער צער און ווייטאג אז זיי קענען זיך נישט באטייליגן ביי די עצם חתונה ווי אלע יארן.


שפעטער, גייענדיג צו מעריב און צו צוויי וואכנאכטס קע"ה אין דריי אנדערע עקן פון די שטאט, האמיר מיטגעהאלטן די שפיל אין אפאר אנדערע ערטער. ביי איין פלאץ האט א שטיין געקענט צוגיין פון הערן אן ארץ ישראל איד זינגען מיט א געוואלדיגע השתפכות אוי הייליגע באשעפער מיר האבן דיר זייער ליב, אוי הייליגע באשעעפעער מיר האבן דיר אזוי ליב!!! פון ווי נעמט א איד אזא גבורה צו ארויסשרייען זיין ליבשאפט צום באשעפער טראץ דעם וואס ער דארף זיך יאר איין און יאר אויס אוועקרייסן פון זיינע טייערע קינדערלעך און נעמען די וואנדער שטעקן אין די האנט צו גיין קלייבן נדבות? פון וואו נעמט מען אזא כח? פון די הייליגע גיבור ואיש מלחמה, בדעת תורה תמימה ,מלא מדע וחכמה, אדונינו בר יוחאי!!!


עס פילט ממש ווי נעכטן, ווען מיר זענען געווען דאס ערשטע מאל אין מירון אין די גרויסע הייליגע טאג ל"ג בעומר.


געוען איז עס ווען איך בין נאך געווען א יונג בחור'ל פון פוצען יאר אלט. מיינע חברים אין ישיבה האבן פון פסח געהאלטן אין איין רעדן מיט א אויסטערלישע השתוקקות פון ל"ג בעומר. זיי האבן עס שוין מיטגעלעבט איינס אדער מער מאל. זיי האבן געהאלטן אין איין איבער חזר'ן די זעלבע פראזע: "ווער עס איז נישט דארט געווען קען זיך עס נישט פארשטעלן". איך האב געטראכט צו מיר (די זעלבע וואס אסאך פון אייך טראכטן יעצט), וואס הייסט מען קען זיך עס נישט פארשטעלן? איך קען מיך יא פארשטעלן! עס איז זייער א גרויסע התעוררות און שמחה. אבער רבותי, יענע ל"ג בעומר האבן איך מיך אויסגעלערנט אז זיי זענען געווען גערעכט. די גרעסטע פאנטאזירער אין די ווילדסטע חלום קען ער זיך נישט פארשטעלן די געפילן און די התרוממות דקדושה!! איך בין שוין געווען כמה פעמים דורכן יאר אין מירון פאר דעם, סיי אויף א שבת, סיי ליל שישי, און סיי סתם א טאג. אבער די מירון פון א גאנץ יאר איז נישט די זעלבע ווי די מירון פון די צוויי וואכן ארום ל"ג בעומר, סיי בגשמיות און כל שכן וק"ו ברוחניות.


יענע יאר איז ל"ג בעומר געפאלן אום מוצאי שבת און זונטאג. אין אזא יאר קומען צענדליגע טויזנטע אידן קיין מירון שוין אויף שבת ערב ל"ג בעומר, ווייל מען וויל זיין ביי די הדלקה מוצאי שבת. מענטשן רעזירווירן דירות און בעטן שוין פון א יאר פריער. מיין טאטע זז"ג איז געקומען צו פארן קיין א"י אויף ל"ג בעומר יענע יאר, און איז אויך שוין געווען אויף שבת אין מירון. איך האב איך געבעטן צו איך קען קומען אויף שבת מיט אים קיין מירון. ער האט מיר געענטפערט אז קוים מיט צרות האט ער געקענט טרעפן א בעט פאר זיך פאר זייער טייער געלט, ער קען אודאי נישט טרעפן אן ארט פאר מיר איינצושטיין. שוין, איך האב שלום געמאכט מיט די מצב. נאך אלעם וואס האב איך דען פארשטאנען צו מירון און צי רבי שמעון, איך האב דאך עס קיינמאל נאך נישט מיטגעלעבט.


ערב שבת צו חצות האט מיר אנגעכאפט א געוואלדיגע תשוקה צו זיין אין מירון אויף שבת. איך ווייס אליינס נישט פון וואו די תשוקה איז געקומען, אפשר איז עס געקומען פון דעם וואס אין ישיבה האט מען אין די פארגאנעגענע צוויי וואכן געלערנט ספרים אלץ הכנה צום הייליגע טאג, אדער פון די אלע שמועסן וואס מען האט געהערט אין ישיבה אלץ הכנה. עכ"פ ביזן היינטיגע טאג דאנק איך די באשעפער פארן אריין געבן אין מיר דער געוואלדיגע תשוקה און חשק צו זיין ביי רבי שמעון אין דער געהויבענע שבת.


איך בין באלד ארויף געלאפן אין מיין שטוב, און צוזאמגעפאקט א זעקל מיט אביסל וועש און מיין תפילין. איך בין שנעל געגאנגען אין מקוה און איך האבן מיך געשטעלט ביי די טיר פון די מקוה און געפרעגט א יעדע יוצא ונכנס אויב זיי פארן אפשר קיין מירון. מיין ישיבה איז געווען אויסער די שטאטף ממילא האב איך קיין אוטאבוס נישט געקענט כאפען. ענדליך נאך א שעה מיט א האלב זאגט מיר א איד אז זיין פאטער פארט אין צוויי מינוט, און ער זוכט גראדע איינער וואס זאל מיטפארן מיט אים און האלטן די ספר תורה וואס ער נעמט מיט אהין. איך בין פלינק אהין געלאפן און ויסעו.


קיין מירון זעמיר אנגעקומען בערך א דריי פערטל שעה פאר שבת. איר וועט מיר אודאי נישט גלייבן ווען איל וועל אייך זאגן אז די גאנצע וועג ארויפפארנדיג די הר מירון האט מען געקענט פילן בחוש די געוואלדיגע קדושה ווי עס ווערט שטערקער און שטערקער. איר מוזט מיר נישט גלייבן, אבער אויב איר זענט דארט געווען אמאל ווייסט איר אודאי פון וואס איך רעד.


איך בין אריין צו מיין טאטע'ס אכסניא און שלום געגעבן. מיין טאטע האט גראדע הנאה געהאט אז איך האב געהאט די שכל צו קומען טראץ וואס קיין געלעגער האב איך דערווייל נישט געהאט. אבער ווער דארף דען שלאפן אין מירון??? איך בין ארום געגאנגען מיט מיין טאטע צו אלע ארומיגע הייזער אין די דערפל זוכן א ווינקעל וואו איך זאל קענען אנשפארן מיין קאפ דורך די נאכט אבער אן ערפאלג. ממש פארן זמן האב איך געטראפן די איד וואס האט מיר ארויסגעדרייווט קיין מירון און ער האט מיר געזאגט אז ער וועט ארויס נעמען די באטערי פון זיין קאר און איך קען שלאפן אין די קאר. (איך בין נישט געווען די איינציגסטע וואס האט דאס געטון, פרייטאג צונאכטס האב איך געזעהן אז צענדליגע קארס האבן געדינט אלץ שלאף צימערן.)


וויאזוי הייבט מען אן צו שילדערן אזא געהויבענע שבת? עס איז נישטא די ווערטער! איך וועל נאכאמאל און נאכאמאל איבער חזר'ן די אויבן דערמאנטע ווערטער, "ווער עס האט עס נישט אליינס מיטגעלעבט קען עס זיך נישט פארשטעלן". אבער כדי איר זאלט אביסל פארשטיין מיין היינטיגע ווייטאג וועל איך ווייטער דערציילן א מיעוט דמיעוט פון דעם שבת קדש און פון די נאכפאלגענדע יום הקדוש והנורא.


טויזענטער אידן האבן זיך אריין געשטופט אינעם מערה, אין די חצרות ארום און ארום, און אויפן דאך און מען האט געדאווענט קבלת שבת. דא האט געדאווענט א ירושלימ'ער מנין, נעבן דעם א ספרדי'שע, אויפן דריטע זייט איז געווען א מזרחי'שע און א קארליבאך מנין. חסידים האבן געדאווענט אין דעם ווינקעל, וויזניצער און די צווייטע ווינקעל, רבי אהרה'לעך אויפן דאך, קארלינער פון הונטען, באיאנער פון פארנט. אלע ליכטיגע ווארימע תפלות האבן זיך צוזאמענגעפלאכטן און ארויף געגאנען ווי א שלהבת עולה מעלי'. די דביקות'דיגע טענץ פון בר יוחאי ביים דאווענען. און די איבעריגע יו"ט'דיגע שירים נאכן דאווענען איז נאר געווען טועמי' פאר די קומענדיגע יום טוב.


די סעודה וועלכער איך האב געגעסן מיט א גרויסע קבוצה חסדים, וואס אין צווישן זיי האבן זיך געטראפן געהויבענע אויסגעארבייטע אידן איז געווען איין שטיק שירה וזמרה מתובל מיט חסידישע שמועסן פון די ערליכע חסידים, אלץ ארום און ארום דעם קשר צו די הייליגע תנא אלוקי. באלד נאכן סעודה בין איך ארויף צום מערה. אויפן וועג האב איך אפגעשטאט אביסל צו די טישן פון די קארלינער רבי און די באיאנער רבי. איך האב אנגעפרעגט ביי איינע פון די חסידים, וואו שלאפן די הונדערטער חסידים? אוואו האט מען זיי פלאצירט? די ענטפער איז געווען אז מען האט אויסגעליידיגט אפאר שטאלן פון תרנגולים און מען האט אראפ געלייגט מאטראצען פאר די עולם צו שלאפן. עס איז מיר בכלל נישט געווען א וואונדער און מאדנע, ווייל ווער דארף דען שלאפן ביי רבי שמעון?


פון דארט בין איך געגאנגען צום מערה ווי איך האב פארברענגט מיט מעביר סדרה זיין, לערנען חומש רש"י און אויסזאגן האלב תהילים ביז בערך דריי אזייגער פארטאגס. דאס אלעס האב איך געמוזט טון שטייערדיגערהייט, ווייל די בענק זענען שוין געווען פארנומען מיט אידן וואס האבן עס גענוצט אלס א געלעגער. יא יא! איר הערט גוט. הונדערטער אידן קומען צו רבי שמעון מיט א זעקל, אן די מינדעסטע אהנונג וואו זיי גייען שלאפן! מען לייגט זיך אין די מערה, אדער אויף די ערד אין די חצר וכדומה.


זעקסע בין איך שוין געווען אויף צוליב די שווערע היץ וואס האט געהערשט אינדערויסן. נאך א שנעלע מקוה בין איך אריין צו די מערה און ממשיך געווען בלימוד ותהילים ביז האלב נאך צען ווען אונזער מנין האט זיך געשטעלט (דירעקט געטון צוליב מאנגעל אין פלאץ). מיינט נישט אז איך בין די גרויסע מתמיד און ערליכע תהלים זאגער, בכלל נישט! נאר אין אזא געהויבענע שבת אין אזא הייליג מקום קען מען עפעס אנדערש נישט טון. מען ווערט נישט מיעד פון זאגן תהילים נאך אמאל און נאך אמאל.


שבת נאכמיטאג האב איך איבערגע'חזר'ט וואס איך האב געטון פרייטאג צונאכטס און שבת אנדערפרי. שלאפן איז נישט געווען מעגליך אין די געפערליכע היצן. מנחה ושלש סעודות האמיר שוין געדאווענט אין דאס בית המדרש אין די דערפל. מעריב האמיר געדאווענט ביים זמן אין די מערה.


די הדלקה האט מען ערשט אנגעצונדען בערך א דריי פערטל שעה נאכן זמן כדי די תושבי צפת זאלן נאך קענען אנקומען באצייטענס.


דערווייל באלד נאך מעריב האט הרב שטערן שליט"א - מירונ'ער רב געטאנצען בר יוחאי און די אנדערע שירים אינעווייניג אינעם מערה, כמנהגו אלע יארן באלד נאך מעריב. מען האט שוין דעמאלטס געקענט אנטאפען די קדושה און די ערענסטקייט אין די מערה מיט די הענט. די דאך פונעם מערה איז געווען מלא על גדותיו, איך האב מיך ארויף געשטיפט אויבן אויפן דאך, אבער איך האב שוין נישט געקענט אנקומען נאנט גענוג צו קענען זען די הדלקה. אבער פילן האב איך יא געקענט. מען האט גוט געקענט פילן ווי די עולם צינדט זיך אן מיט א הייליגע ברען און די פייער ווערט שטערקער און שטערקער פון מינוט צו מינוט, ביז די ריזונ'ער מנגן (וויאזוי האט ער נאר געהייסן? דאכצעך ער לעבט שוין נישט) האט אנגעהויבן לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי . . . . און די גאנצע עולם ווי איין שטיק האט זיך געהויבן אין די לופטן ארויך און אראפ ווי עס וואלט געווען איינער פון אויבן וואס שלעפט זיי ארויף און אראפ, איי פתחו לי שערי צדק אבא בם אודה קה, פתחו לי שערי צדק אבא בם אודה קה, איי זה השער לשם צדיקים יבואו בו, זה השער לשם צדיקים יבואו בו. . . . . און די הערצער עפענען זיך מער און מער מיט א מורא'ידע געבעט צום טאטע אין הימל, בשעת ווען פון די אויגן פון אלעמען פליסן טייכן טרערן, אנא השם הושיעא נא אנא ה' הושיעה נא, בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


אוי, ווי נעמט מען אזעלכע נעכט? נהור האי לילא כיממא, עס האט געלאכטן און געשיינט ממש!! עס פילט זיך ווי אין מיטן טאג. קיינער פילט נישט קיין מידעקייט אדער אויסגעמוטשעטקייט. עס שטייען טויזענטער צוזאמגעפרעסט ווי סארדינען ביים ציון הקדוש און מען איז דורכגעווייקט פון שווייס און טרערן פון קאפ ביז פוס, אבער קיינער פילט עס נישט. אלע דאווענען מיט עפעס א מין כוונה וואס מען האט נישט ערגעץ אנדערש. וואו נאך עפענט זיך די מעינות הדמעות אזוי ווי אין מירון אום ל"ג בעומר?


די וועלט זאגט אז אויף ל"ג בעומר אז אינעווייניג אין די מערה פילט ווי יום כיפור ביי נעילה. אבער רבותי, הלואי זאל אונזער נעילה ביום כיפור זיין האלב אזוי התעוררות'דיג ווי ל"ג בעומר ביים ציון הקדוש. די וועלט זאגט אז אינדערויסן אין די חצר פון רבי שמעון פילט ווי שמחת תורה. הלואי זאל אונזער שמחת תורה זיין האלב אזוי פרייליך און דערהויבן ווי דארט.


עס איז ממש נישט צו פארשטיין! שטעלט אייך פאר ווען איר שטייט ווען אין א בית המדרש צושטופט און צוקוועטשט, אנדערע מענטשנס שווייס רינט ארויף אויף אייך פון אלע זייטן, און דאס איז איבער אייער אייגענע שווייס. די קולות און בכיות זענען עד לב השמים, די לופט איז הייס און טרוקן, א יעדע פאר מינוט שרייט מען הצלה פון א צווייטע ווינקעל, וואלט איר דען געקענט פאר איין מינוט קאנצעטרירן און האבן עפעס א כוונה? אבער דא ביי רבי שמעון פילט מען גארנישט, מען זעט גארנישט, מען הערט גארנישט, א יעדער איינער איז אין זייער אייגענע וועלט. א יעדער איינער גיסט אויס זייער פריוואטע פעקל כאילו ער וואלט דארט געווען איינער אליינס. ווען די הצלה שטופן זיך אדורך רוקט מען זיך אביסל אין די זייט (א נס לכשלעצמה) אבער די תפילות שטעלן זיך נישט אפ פאר קיין רגע. די זעלבע ספר תהילים וואס נעמט א גאנץ יאר צווישען א שעה מיט א האלה און צוויי שעה אויסצוזאגן, נעמט היינט צווישן דריי און פינף שעה אויסצוזאגן.


שוין, עס איז בערך האלב נאך צוויי פארטאגס, מען האט געענדיגט אויסזאגן תהילים. יעצט גייט מען ארויס אין די חצר טאנצען אביסל און זיך מיטפרייען מיט די געוואלדגיע שמחה לכבוד רבי שמעון. וואס האבן מיר מיט דער שמחה? מיר גלייבן אז אין די זכות וואס מיר וועלן זיך אמת'דיג מיטפרייען מיט רבי שמעון'ס שמחה וועלן מיר אפשר אמאל זוכה זיין צו האבן א שייכות מיט די הייליגע מלאך אלוקים ותורותו.


כמעשהו בפנים כך מעשהו בחוץ. מען שטופט זיך אריין אין די ים פון מעטשן וועלכער שטייען צוזאמגעדרוקט ווי א חטיבה אחת, און שפרינגען מיט אן אויסערגעווענטליכע התרוממות עליונה, עפעס נישט פון די וועלט. מיט די גשמיות'דיגע שכל קען מען עס נישט פארשטיין. עס הייבט זיך אן די סייקעל פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, די עולם שפרינגט און טאנצט און מען ווערט נישט מיד. איך בין א גאר קליינער טאנצער אלעמאל, אבער דא האב איך נישט געפילט קיין מידעקייט אדער שווערעקייט בכלל. נאכן איבערזונגען די שירים אזויפיל מאל האב איך עס שוין געקענט פון אויסענווייניג פונקט ווי רוב בני ארץ ישראל. די עולם גייט אויס פון מתיקות זינגענדיג צדיק יסוד העולם, גילה מדרש הנעלם, יכול לפטור העולם, אדונינו בר יוחאי. מען חזר'ט איבער דער שטיקל נאך אמאל און נאל אמאל, די הייליגע צדיק איז די מגין אויך די גאנצע וועלט, יכול לפטור העולם. קולו זימר עריצים, והכרית את הקוצים, אדונינו בר יוחאי, עס פילט ממש ווי די אונזערע גופים פאלען אוועק און מיר בלייבן נאר מיט די נשמה. דאס איז נישט קיין גוזמאות בכלל!!


שחרית האמיר געדאווענט ותיקין. דערנאך האב איך מיך ארונטערגעלייגט פאר א האלבע שעה (איך בין אינגאצען געשלאפן 3 שעה אין די פריערדיגע 48 שעה). דערנאך האב איך מיך אריבערגעכאפט מיט מיין טאטע קיין צפת צום בית החיים, אבער מיר האבן זיך באלד צוריק געיאגט קיין מירון ווייל מיר האבן נישט געוואלט פארפעלן קיין איבעריגע מינוט פון זיין ביי רבי שמעון.


פון בערך צוועלעף אזיגער און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א סייקעל פון טאנצן און תפילות בסירוגין. אין צווישן זעמיר געגאנגען טאנעצן מיט איינער פון די רבי אהרה'לעך קהלות (איך געדענק שוין נישט וועלכער). דאס טאנצען דארט איז געווען מיט א געוואלדיגע שמחה און דביקות. לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם, הייבטס אייך הייבטס אייך עולם הייבטס אייך!!!! און אזוי האט מען געפילט ווי מען ווערט דערהויבן העכער און העכער א יעדע רגע.


ארום פינף אזייגער זענען מיר אריין צוריק צום ציון הקדוש נאכאמאל אויסצוזאגן גאנץ תהילים וואס דעמאלטס ביי נעילת היום איז דא די גרעסטע התעוררות. לב מי לא ימס, די ווענט און די דאך וויינען מיט. א יעדער איינער רייסט איין אויף ישועות אין די זכות פון די הייליגע תנא אלוקי. מיר אלע וואס זענען דא געווען אין מירון די לעצטע טאג צוויי האבן דאך מיטגעהאלטן און געזעהן בחוש ווי עס איז א שמחה אין די עולמות עליונים. נו, אז עס איז א שמחה אין די עולמות עליונים איז עס דאך זיכער א שעת הכושר און מען קען אויסבעטן אלעס וואס מען דארף ברוח ובגשם. און אזוי האמיר אלע צוזאמען אלע טויזנטער אידן איינגעריסן אין די הימלן ביז עס איז געווארן נאכט, כי פנה יום.


נאך מעריב בין איך צוריק געפארן אין ישיבה מיט ריזיגע פעקלעך ואס מ'האט זיך איינגעקויפט אין די פארגאנגענע צוויי און פופציג שעה. ווען האט מען געגעסן אדער געשלאפן? ווער דארף דען עסן אדער שלאפן אין מירון? דאס התעוררות האט אנגעהאלטן פאר גאנץ א לאנגע צייט, אבער די באשעפער האט דאך פארט באשאפען שכחה. אבער טאקע אט אויף דעם וואג אהיים האמיר זיך אליינס פארשפראכן אז מיר וועלן קיינמאל נישט פארפעלן צו זיין אין מירון ל"ג בעומר. און טאקע אין די קומענדיגע יארן האבן מיר אויסגעפירט די צוזאג.


אבער יעצט איז שוין פארלאפן אכט גאנצע יאר וואס מיר האבן ליידער נישט זוכה געווען צו זיין אין מירון אויף ל"ג בעומר, אוי, עס הארץ רייסט פאר בענקעניש. מיר ווילן פילן אביסל פון די גרויסע הרגש פון מירון!!!


לאמיר האפן אז די הונדערטע טויזנטע אידן וואס רייסן איין ביים ציון הקדוש זאל שוין אויסבעטן די גאנצע גאולה, און מיר זאלן אלע פראווען דעם קומענדיגע יו"ט שבועות אין ירושלים עיר הקדש, ושם נעלה ונראה ונשתחוה לפניך, בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.
לעצט פארראכטן דורך לעווי אום דינסטאג מאי 12, 2009 10:01 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איי לעווי טייערער...... א מעכטיגן ארטיקל!!


טרערן פליסן פון מיינע אויגן ליינענדיג דיין נאסטאלגיע צום הייליגן לעכטיגן תנא רבי שמעון זכותו יגן עלינו.
איך מוז דיר אפן זאגן האסט מיר געמאכט א שטארקער בענקשאפט צו קענען זיין און מיטהאלטן לעבעדיג די שמחה עילאה פון אחב"י אין מירון, אבער כ'אב שוין אפגעמאכט מיר וועלן זיך טרעפן מיט רבי שמעון לעבעדיגערהייט בב"א !

אילו זכינו... הלואי זאל מיר אלע גאר אינגיכן זוכה זיין צו דעם לעכטיגן מעמד מיט אלע צדיקים וקדושים בראש השכינה הקדושה אמן.


פועלט'ס אויס אלעס גוטס... שטיצט י... על קברו ... שטיצט אונטער א צעבראכענו חופה... פועלט אויס אלדאס גוטס
(מירון נוטריקון= מאנרוי...) נאר דאס קען איך, א סאטמארער מצומצם, אין מירון בין איך נאכנישט געווען [ליידער].
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לעווי, דו האסט מיך צונומען אויף שטיקלעך, דו האסט א רייכע פענע אזש אפי' איך וואס איז שוין יא דארט געווען ל"ג בעומר האב זיך אויך געטראפן אויף גאר א צווייטן ארט מיט בענקשאפט דאס צו קענען שפירן עטליסט איין מאל אין לעבן.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

פשיהא לעווי, מעכטיג, דאס איז א געוואלדיגע באשרייבונג.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך בין נאך קיינמאל נישט געוועהן אין מירון, אבער איר האט מיר זייער אויפגערייצט מיינע געפילן דארט צו זיין.

א גרויסן שכוח לעווי פאר די ווארימע ארטיקל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לעווי, פארפאלן, עס יוזשעל האסטו דא אראפ געלייגט א מעכטיגע ארבעט, נאר נישט אין גשמיות, נאר אין הוילע רוחניות, האסט מיר צונומען ס'הארץ, כ'הייב אויך אן ערענסט צו טראכטן, זיך צו פארווארפן דארט אויף א ל"ג בעומר, אבער משיח זאל אויף דעם נישט ווארטן, זאלער נאר קומען.

א הרציגע יישר כח...
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

איך האב געהאט שוועריקייטן אריינצוגיין אין א ל"ג בעומר אטמאספערע, לעווי מיט זיין ארטיקל האט מיך א ריר געגעבן, דאס שטעלט פעסט ווי וויכטיג די קרעטשמע איז אין אלע הינזיכטן.

ישר כח הרה"ג ר' לעווי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויך איך האב געפילט פייכטקייט אויף די באקן אינמיטן ליינען דיין נאסטאלגישע באריכט פון א ל"ג בעומר אין מירון, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דו ביסט דא געבליבן, ווייל פון דארטן וואלטן מיר נישט באקומען אזא בענקעדיגע באריכט, און די אלע הערצער וואס דו האסט מעורר געווען וואלטן געבליבן פאר'אמעריקע'ט.

(אגב, אין מיין שוהל האט מען אויך געזונגן בר יוחאי דעם פרייטאג צונאכטס).
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

די טרערן רינען נאך פון די אויגן

איך האב געוואלט אפמאלן א בילד ווי א גרויסע קוועסטשן מארק (ווער בין איך?) וויינט, אבער אזוי ווי איך בין געוועהן ביזי מיט אן הדלקה האב איך נישט געהאט קיין צייט דערפאר, אבער די טרערן רינען עניוועי אפילו אהן צייט
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

לעווי א סופער ארטיקל, איך בין געבליבן צוגענאגלט דא ביזן סוף, איין זאך מוז איך פארשטיין איז דאס א זאך וואס יעדער שפירט? אדער דיינע בחורישע געפילן האבן זיך צושפילט? די דארפסט פארשטיין אז ווען איינער ליינט דיין ארטיקל קען ער ווערן קאנווינסד צו פארן, די שאלה איז צו ער וועט עס אויך שפירן, און צו די אלע פינף יאר איז עס געווען מיט אזא דערהויבנקייט?

פארוואס איך פרעג איז ווייל דער יונגערמאן אין מקוה האט עס אראפגעלייגט אביסל אנדערש ווי דיר, מער מיט א אמעריקאנע קאלטקייט, ס'קען זיין ווייל ער איז געפארן דזשיפן אין מדבר.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן די איד וואס זאל האבן געפילט אנדערש. גיי כאפ א שמועס מיט די אלע אידן וואס זענען ווידער געפארן היי יאר טראץ זייערע מער געדריקטע פינאנציעלע צושטאנד היי יאר, און נאך מער, גיי רעד מיט די צענדליגע אדער הונדערטער אידן וועלכער האבן מחליט געווען דעם פארגאנגענע זונטאג אז זיי פארן, און האבן ארויסגעשלעפט פון זייער טאש, אדער זיך צוזאמגעבארגט א עלעוו הונדערט דאלער און זענען געפארן אויף איין טאג אהין און צוריק.

עס איז מיר זייער שווער צו גלייבן אז א איד זאל האבן געפארן קיין מירון מיט אן ערעסטקייט און זאל נישט פילן דאס וואס איך האב דא געשריבן (יותר ממה שקראתי לפניכם וכו'. . .). איך קען אפילו א אינגערמאן וואס איז יא געפארן פאר פאן און צו האפקען פאר א וואך און דער איד האט מיר געשילדערט מורא'ידגע זאכן פון ל"ג בעומר אין מירון.

איך זאג אייך, איך בין בכלל נישט די גרויסע ווארימע מענטש געווענטליך, אבער דא איז עפעס אנדערש אין גאנצען. עס איז אלע יארן געווען מיט די זעלבע דערהויבנקייט און אפשר נאך מער וויבאלד איך בין געווען עלטער און איך האב מער פארשטאנען. מיינע בחור'ישע געפילן האבן זיך אפשר צושפילט דעמאלטס (אודאי נישט!!) אבער נעכטן נאכט בין שוין געווען ווייט פון א ישיבה בחור.

א גרויסע שכח פאר אלע קאמפלימענטן!!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

עס רינט נאך ביז יעצט...
אטעטשמענטס
2.png
2.png (103.82 KiB) געזען 5232 מאל
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

ווער בין איך, דאונט אווער דא איט...
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

לעווי האט געשריבן: איך האב אנגעמערקט אז פונקט ווי ביי רבי שמעון איז דא אויך ביי די ברעסלאווער שטיבל געטאנצן צוזאמען אידן פון אלע מיני קרייזן און קהלות, יונג און אלט, אלע מיט אן ערענסקייט לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


רבי שמעון איז נישט געווען קיין חסיד'ישע רבי, אויך נישט קיין ליטווישע ראש ישיבה אדער רב. רבי שמעון איז נישט געווען קיין ספר'דישע חכם, אויך נישט קיין תימנ'ער מארי. רבי שמעון איז געווען די רבי פון אלע אידישע קינדער, אלע קינדער פון די באשעפער. ווער עס איז א קינד פון באשעפער, נישט קיין חילוק זיין בעקראונד, נישט קיין חילוק זיין מצב, איז א מחותן ביי די חתונה, ביי די הילולא פון רבי שמעון. און אזוי האט זיך טאקע געפילט דארט ביי די געהויבענע ריקודים אין די ברעסלאווער שטיבל. איי לכל ישראל האיר, בסוד תורה הבהיר, פאר אלע אלע אלע אידן האט רבי שמעון אריינגעלאכטן די הייליגע שיין!



בנוסף לזה האב איך מיר נעכטן דערמאנט די הייליגע ווערטער פון די בית אהרן מקארלין, "כ שם שהקדוש ברוך הוא לכל כך רבי שמעון לכל" עכדה"ק.


bailout האט געשריבן: איין זאך מוז איך פארשטיין איז דאס א זאך וואס יעדער שפירט? אדער דיינע בחורישע געפילן האבן זיך צושפילט? די דארפסט פארשטיין אז ווען איינער ליינט דיין ארטיקל קען ער ווערן קאנווינסד צו פארן, די שאלה איז צו ער וועט עס אויך שפירן, און צו די אלע פינף יאר איז עס געווען מיט אזא דערהויבנקייט?

פארוואס איך פרעג איז ווייל דער יונגערמאן אין מקוה האט עס אראפגעלייגט אביסל אנדערש ווי דיר, מער מיט א אמעריקאנע קאלטקייט, ס'קען זיין ווייל ער איז געפארן דזשיפן אין מדבר.


את האמת אגיד, ביז נעכטן האב איך געמיינט אז ממש א יעדער איינער פילט אזוי ווי איך האב געפילט, ווייל מיט וועם איך האב נאר גערעדט דערוועגן איבער אלע די יארן האט געהאט די זעלבע געפילן.

אבער נאכדעם וואס דו האסט מיר נעכטן מעיר געווען דא אין קרעטשמע בין איך געגאנגן אין ביהמ"ד און איך האב געפרעגט א קבוצה פון פיר אידן וועלכער זענען שוין געווען אין מירון, צוויי פון זיי האבן מיר געענטפערט אז די גרויסע פארקער, בכיות, התעוררות, טענץ, וכו' איז נישט פאר זיי. זיי האבן ענדערש ליב צו גיין אין א פשוט'ע מיטוואך איינס אזייגער ביינאכט ווען זיי קענען בעטן מיט א רואיג'קייט (אגב אויך דעמאלטס וועלן זיך געפונען א מנין אידן ביים ציון). האסטו שוין דיין ענטפער.

ווער בין איך, שכח פאר די טירחה.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

ווען די שרייבסט ווען דיין ארטיקל א וואך צוריק קענסטו זיין זיכער אז איך און נאך אפאר ליינער וואלטן זיך אויפגעכאפט און געפארן.

שכוח פארן איבערגעבן אביסל די געפילן.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יצמח האט געשריבן: ווען די שרייבסט ווען דיין ארטיקל א וואך צוריק קענסטו זיין זיכער אז איך און נאך אפאר ליינער וואלטן זיך אויפגעכאפט און געפארן.

שכוח פארן איבערגעבן אביסל די געפילן.


ווען איך פיל ווען א וואך צוריק אזוי ווי איך האב געפילט בשעת'ן שרייבן די ארטיקל וואלט דער ארטיקל נישטא געווען און איך אויך נישט.

אי"ה איבעריאר, אויב ח"ו משיח וועט נאך נישט דא זיין.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע:אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

לעווי, איינער האט מיר אריינגעשיקט די תגובה אין אישית. איך האב עס אנגעהויבן צו ליינען און עס האט מיר ממש געגעסן די געזונט פארוואס איך האב איך נישט מער געטוהן צו קענען פארן דאס יאר קיין מירון.
איך בעט דיך איין טובה, אויב וועסטו אונז נאך פארגינען מיט דיין אנוועזענהייט אין קרעטשמער איבער א יאר, לייג ארויף די תגובה נאכאמאל אפאר וואכן פאר ל"ג בעומר וועלן מיר טוהן כל מה שביכלתינו עס נישט צו פארפאסן נאכאמאל.

:cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry::cry:
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

הער איך נעכטן א ריפארט פון ה. פר''מ אויף קול מבשר לייגט ער מיר אראפ די חיצוניות. כ'מיין קאם אן איך בין דען נייגעריג צו וויסן וויאזוי יענער זינגער האט געזינגען צו וויאזוי די עולם מאכט שורות, כ'האב מורא אז ס'איז עפעס א סייט סיאינג פאר געוויסע מענטשן.

נאך איין זאך, איך האב מיך דערמאנט אז מיט עטליכע יאר צוריק איז מיין חבר געפארן, כ'מיין ער האט שוין געהאלטן אפאר חדשים נאך די חתונה און ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן.... איז ער געפארן, האט ער דעמאלטס אוועקגעמאכט די מהדרין דרך אז קיינער נוצט עס נישט, און אז די פריצות איז -כ'מיין די בעסטע אויסדריק איז- ''איום ונורא'', איז דאס אמת?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לעווי פארוואס האסטו נאס געמאכט אלע פאפירען דא אויפן טיש, די האסט מיך געמאכט בענקען צי א פלאץ ווי איך בין קיינמאל נישט געווען מיט אזא בערקעניש כאילו איך בין שוין דארט געווען,

איך האב פראבירט נעכטן זיך מקשר זיין מיט ר' שמעון און מיט די אידין דארט, נעכטן בין איך געווען ביי א סעודות ל"ג בעומר און מען האט זייער שיין ווארעם געטאנצען, נאכען טאנצען זאגט מיר מיין שכן אז עס איז ניטאמאל 1% פון מירון
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

bailout האט געשריבן: הער איך נעכטן א ריפארט פון ה. פר''מ אויף קול מבשרלייגט ער מיר אראפ די חיצוניות. כ'מיין קאם אן איך בין דען נייגעריג צו וויסן וויאזוי יענער זינגער האט געזינגען צו וויאזוי די עולם מאכט שורות, כ'האב מורא אז ס'איז עפעס א סייט סיאינג פאר געוויסע מענטשן.

נאך איין זאך, איך האב מיך דערמאנט אז מיט עטליכע יאר צוריק איז מיין חבר געפארן, כ'מיין ער האט שוין געהאלטן אפאר חדשים נאך די חתונה און ער איז נאכנישט געהאלפן געווארן.... איז ער געפארן, האט ער דעמאלטס אוועקגעמאכט די מהדרין דרך אז קיינער נוצט עס נישט, און אז די פריצות איז -כ'מיין די בעסטע אויסדריק איז- ''איום ונורא'', איז דאס אמת?

אל תמנע טוב מבעליו, איך האב גראדע היינט צופרי אויסגעהערט דעם באריכט און גאר שטארק הנאה געהאט דערפון. (מען קען דאס הערן דורך דרוקן 114 פונעם הויפט אויסוואל).
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3038
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

טייערע לעווי!
איך ווייס גוט וואס דו האסט געשפירט, די חידוש איז נאר אז דו האסט דאס געקענט ארויס געבן מיט א קי בארד, די עיקר איז די פארטאג'ס אין די מערה, שבת פארטאג'ס אין די מערה איז מען אויף יחידות מיט ר' שמעון, בכלל איז דער שבת'דיגע ר' שמעון מיטן וואכעדיגע ר' שמעון 2 אנדערע זאכן,
בקיצור, האסט מיר דערמאנט שטארקע געפילן און הרגישים,
כמותך ירבו בישראל,
ובית הלו"י ניעמות יזמרו, עורו עורו שיר דברו, אנא השם הצליחה נא בזכות אדונינו בר יוחאי,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

באמת האב איך שוין מגיב געווען דא! (ליגנער דו! האסט בכלל נישט מגיב געווען.. דו! לאמיך זעהן??... ווי?) הער מיר צו בארואיג דיר, אזוי ווי כ'האב עס געשיקט אויפן בלעיק'ן בערי'ן איז עפעס לעצטענס מאכט ער פראבלעימען מיטן שיקן תגופות דא, זעהט אויס ער איז געוואויר געווארן אז דא גיט מען ארויס אלע סודות ווי אזוי אים צו אביוזן.. שוין.. וואס קען איך טון..

צוריק צום ענין: זייער גיט ארויסגעברענגט לעווי, איך אלץ איינער וואס איז שוין דארט געווען קען זאגן אז יותר מ'מא שקרותי לפניכם כתוב כאן, דאס הארץ צוגייט פאר בענקעניש איך דערמאן מיר נאר דאס ווארימקייט ביים טאנצן אן קיין שום בושה און אזוי ציען אפאר שעה ברצופות און נישט פילן אז מ'איז אפגעשוואכט, דאס קען מען נאר דארט.

הלוויי, הלוויי, וואלט איך געקענט דארט זיין דאס יאר.. אין אזוי ווי די זאגסט, "ס'איז נישט מעגליך צו פארשטיין ביז מ'איז אליין דארט" ס'ווערט אלע געלטער! און צוגאב איז דאס א פלאץ פון די איינציגסטע פלעצער היינטיגע צייטן וואס מ'זעהט יערליך ניסים גלויים, און אפילו איצט וואס איך בין נישט דארט געווען גייט דער יום טוב גאר אנדערש דורך, מ'פילט ממש די שמחה ווי א פריוואטע.

נאר איין זאך אזוי ווי איך האב נישט געקענט זיין דארט דאס יאר האב איך נישט געוואלט טראכטן פון דעם ווייל יעדעס מאל כ'האב יא געטראכט איז מיר שיעור געקומען טרערן פון בענקעניש, אבער אריינקומענדיג דא האסטו עס געהארגעט און האסט מיר אריינגעלייגט ממש די הרגישים ווי ווען איך בין דארט געווען אין כ'האב עס ממש נישט דורכגעטראגן, סוי נעקס טיים שרייב אויפן קעפל "נישט פאר מענטשען וואס זענען שוין דארט געווען" אדער "נישט פאר מענטשען מיט שוואכע הערצער..."

אקוצער זייער גיט ארויסגעברענגט די הרגישים און דעם גרויסקייט פונעם טאג, יישר..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע:לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

לעווי;

ליינענדיג א שורה נאך א שורה מיט נייגער אין נאסטאליגע... עס ציפט די שעות וואס מיר האבן פארברענגט דארט.

איך וויל שרייבן... נאר האסט מיר געשטימפיגט די צאן, געבראכן די נעגל, צושויבערט מיינע גומען, ממש איך בין נא... ווי זאגט ער אין דיקעשענערי... ספאאַרי... סספ... ספיטשלעס! מיטן פולן קראפט.

גוד דזשאב! פון מיט תוכן.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

לעווי טייערע
גיט געזאגט אין ווייניג געזאגט
גארנישט מגזם געוועהן!
מיר וואלטן זיך היצט אויסגעדרייט אין צירוק געפארען
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

יעקעלע, דו ביסט געוועזן דארט, יא? שאלעם עלייכעם, געפועל'ט אלס גוט'ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”