אלעס ארום ’קאמפיוטער בעקאפ’
לפי ידיעתי איז דא עטליכע סארטן בעקאפס און פארשידענע פראגראמס דערפאר.
ס'יז דא א Boot image, אדער א רעקאווערי דיסק וכו'.
איך האב צוויי פארטישאנס NTFS , איינס איז 7 גב. די אריגינעלע קאפי פון אפערעיטינג סיסטעם. און דאס צווייטע איז 61 גב מיינע דעטא.
איך האב געקויפט א וועסטערן דיזשיטעל עקסטערנעל הארד דרייוו מיט 150 גב.
איך זע אין סיסטעם טולס > בעקאפ איז דא דארטן די אפציע צו מאכן א בעקאפ קאפי פונעם מאשין. בילל רופט עס א Windows Backup File.
איך האב אנגעהויבן לויפן א פולע קאפי פונעם גאנצן מאשין, נאך אביסל שטעלט ער זיך אפ, ער געט אזא פייף און שרייבט זיך אויף אז אזא סארט בעקאפ פייל קען נישט זיין גרעסער ווי 4 גב אויף א FAT32 סיסטעם, דאס איז די עקסטערנל הארד דרייוו.
מיין שאלה איז צי ס'יז בכלל וויכטיג אזא סארט בעקאפ וויבאלד איך האב דאך שוין א פיזיקל דיסק מיט מיין אפערעטינג סיסטעם.
בעיקר וויל איך דאך בעקאפן מיינע צוגעלייגטע פראגרעמס און פיילס. טא וויאזוי איז די ריכטיגע וועג עס צו טון?