מיללער האט געשריבן:
איך האב געטראפן אן אינטערעסאנטע חיבור ביי היברו-בוקס בשםוהוא שאול, דער מחבר איז א געוויסע ר' שאול גדלי' הרכבי וועלכער האט געוואונט איןנאשיוא, ניו העמפשיר.
דער ספר איז געבויעט אזוי ווי א פירוש אויף 'שיר השירים' און איבערגעטייטשט אויף אידיש, ווי דער מחבר איז מכה אל קדקדם פון די אמעריקאנע אידן אויף זייער פרייע אויפירונג, און איז געדרוקט אין באסטאן בשנת תרע"א, עס איז גאר אינטערעסאנט צו לייענען זיין הקדמה אויף אידיש ווי דער מחבר איז זיך מתמרמר אויף די מצב היהדות בימים ההם.
איך האב נאך נישט "דורכגעלערנט" דעם גאנצן חיבור'ל, איך האלט נאך אינדערמיט, אבער פון די ביסל וואס כ'האב געליינט ביז אהער בין איך שוין אויסער זיך.
די הקדמה מיין איך איז ווערט א שמועס פאר זיך. קודם צייגט דאס אז דער מחבר איז געווען גאר גאר אן ערליכער איד. א שפל ברך. ער האט זיך אנגעקוקט, כדרך ה-ערליכע אידן, אלס אן אפס ואין, וואס דאס אליין איז א חידוש כשלעצמו. איבערהויפט וויאזוי ער צולייגט בענוותנותו זיין פחד אריינצושווערצן 'זיינע רעיונות' אין די פסוקי שיר השירים וועלכע חז"ל רופן דאס קודש קדשים, דאס איז עפעס עד להפליא – אהבתי!
הלואי זאלן מיר טרעפן היינט צוטאגס, ווען אידישקייט שפרודלט שוין אין אמעריקע און עס ערשינען טעגליך ספרים אויפן אידישן מארק דורך היימישע בעלי מחברים, א בעל מחבר וועלכער זאל אנקוקן 'זיינע' חידושים מיט אזא סארט בליק ווי דער רב. געוואלדיג, איך בין שטים.
באשר צו זיינע געדאנקען, הגם איך האלט דאס נאך אינמיטן לערנען, קען מען אבער פון צווישן די שורות ארויסנעמען גאר אינטערסאנטע פאקטן וויאזוי עס האט דאן אויסגעזעהן אידישקייט בכלל און דאס אידישע לעבנסשטייגער בפרט, אין די פאראייניגטע שטאטן.
למשל, אין איינע פון די ערשטע פסוקים זעט מען אז אינעם אמאליגן אמעריקע, שוין אין די דעמאלטדיגע יארן, האבן אידן געלערנט מיט די קינדער היברעאיש, און ער בעט זיך צו זיי אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער פשוט מאמע לשון אידיש, אזוי ווי מ'האט געלערנט אין דער אלטער אייראפע.
דער שטיקל אליין האט אין זיך נאך א שטיק היסטאריע. עס איז דאן געווען אן אויסוואל פון לערער. געווען וועלכע האבן אויסגעלערנט דאס אינגווארג היברעאיש אויף היברעאיש, און געווען וועלכע האבן אויסגעלערנט היברעאיש אויף ענגליש. און אזוי ווי די אידן האבן נישט געקענט באשלוסן וועלכע וועג ס'איז בעסער, האבן זיי געלאזט די קינדער הפקר און נישט גענומען קיין איינע פון די צוויי. אויף דעם ארויף באציט ער זיך, אז מ'זאל לערנען אידיש.
גרויזאמער האט געשריבן:
ולא יכול יאנאש להתאפק, איך האב נאכנישט געקוקט אינעם ספר, אבער דער תוכן און די ידיעות דא אינעם פארום איז עפעס למעלה מן המשוער. יישר כח מילער!
גרויזאמער האט געשריבן:
ולא יכול יאנאש להתאפק, איך האב נאכנישט געקוקט אינעם ספר, אבער דער תוכן און די ידיעות דא אינעם פארום איז עפעס למעלה מן המשוער. יישר כח מילער!
יישר כח הרב פארשלאפן פאר דעם ביכל. וואס עפעס א ניק נאמען? ער האט געהייסן מ. בן שלום. ער באדאנקט זיך ביים אריינפיר פאר זיין טאטען ר' שלום יונה. דארף מען נאר צו וויסן זיין משפחה נאמען.
אינטערסאנט אז דער בוך האט נישט קיין דאטום וועלכעס יאר עס איז געדרוקט, און פון וועלכע יארן ער רעדט. פון די דאנק ווערטער ביים אנהויב זעט אויס אז ער איז עפעס פארבינדן מיט הגאון ר' זלמן באנהארט זצ"ל, דיין בפרעשבורג בימי הכתב סופר. איך שפעקוליר נאר צי זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון דעם ר' זלמנ'ען, אדער איז ער געווען אן אייניקל פון דעם ר' זלמן (אזוי איז עפעס משמע פון זיינע ווערטער).
אדער אין די מערסטע פון זיי, הענגען השגחה סיינס פון רבנים, פילע פון זיי באוואוסטע ארטאדאקסישע רבנים. און איך זאג, אז די דאזיגע השגחה סיינס זייינען מעהר א זכר לחורבן ווי א זכר פון כשרות...
אן אנדער מאל שרייבט ער בתוך דבריו:
מיר לעבן אין א וועלט פון א מאדנעם יושר: אויב דו גרייפסט ניט אן - ווערסטו אנגעגריפן...
א גוטן טייערע ידידים! איך בין א שטיקל גאסט דא אין "זכור ימות עולם", ווייל למעשה טוה איך זיך מער באפאסן אינעם פארום פון "על הצדיקים", אבער איך זעה אז איך בין מחויב מקיים צו זיין דעם "גם מזה אל תנח ידך", איבער דעם רייכען תוכן'דיגען פארום וואו מיר געפונען זיך יעצט, איבערן מצב היהדות אין אמעריקע בימים ההם פארן וועלט קריג. ויזכרו לטוב די אלע חשובע חברים וועלכע העלפן צו דערצו, יברך ה' חילם ופועל ידיהם ירצה. און יעצט א קליין בקשה'לע, אויב ווייסט איינער פרטים בנוגע הרה"ג רבי אשר זאב ווערנער זצ"ל מח"ס טעם זקנים, וועלכער איז געווען א רב אין לינן מאסעטשוסעס (דערנאך רב אין טבריא לאחר הסתלקות הג"ר משה קליערס זצ"ל), האט איינער עפעס ידיעות איבער רב, אדער מקורות ווי מ'קען טרעפן ידיעות וועגן זיין תקופה אין אמעריקע?
דער רידב"ז באשרייבט שיין די אמעריקאנע אידן, אין א הקדמה צו איינע פון זיינע ספרים. איך געדענק נישט קיין פרטים אויף די מינוט. ס'ליגט מיר אין קאפ אז ער שרייבט דארט אז יעדער איד אין אמעריקא האט א חזיר אין מאגן.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
עס האט מיר פארציילט ר' אליהו טייטץ שליט"א, דער רב פון אליזעבעט נו דשערזי, א זוהן פון הרב פנחס מרדכי טייטץ ז"ל
דער ר' אליהו טייטץ איז א בכור, און ביי זיין פדיון הבן, האט זיין פאטער הרב פנחס מרדכי געניצט פאר א כהן איינער רב חיים יצחק הכהן בלאך ז"ל. דער רב בלאך האט געוואוינט און דשערזי סיטי.
ר' אליהו האט מיר דערציילט אז דער רב בלאך איז געווען א תלמוד חכם עצום. ער האט געשריבען עטליכע חיבורים אויפען ריטב"א אויף מסכת מכות, מו"ק און מגילה. זיי זענען געדריקט געווארען און די תר"צ 'ס. מעקען זיי זעהן אויף היברובוקס
און זיינע חידושים אויפען ריטב"א איז ער אסאך פלעטצער געקומען צי די מסקנה אז עס איז פארגרייזט און ער האט מגיה געווען אנדערשט און לשון פונעם ריטב"א.
יאהרען יאהרען שפעטער, שוין און מיינע צייטען סוף תש"ל'ס אנפאנג תש"ם'ס, ווען די מכון להוצאת ראשונים ואחרונים זענען ארויסגעקומען מיט זייער חידושי הריטב"א על הש"ס, די עטליכע צוואנציג בענדער. זיי האבען שוין געהאט פארשידענע כתבי ידות אינטער זייער האנט מיט וואס זיי האבען געארבעט. עס איז נולד געווארען אז דער הרב בלאך האט ציגעטראפען מיט רוב פון זיינע הגהות צי די גרסאות וואס מעהאט געטראפען און די פארשידענע כתבי ידות.
הרב פארשלאפן, די אייניגע פערעגראפן וואס איר ציטירט, איז נאר אזוי ווי א סעמפל וואס די סוחרים שטעלן געווענדליך ארויס ביים שוי פענסטער צו צייגן זייער גוטע שטאף. דער גאנצער בוך איז איין שטיק לימוד, וויאזוי דער מצב האט דאן אויסגעקוקט אין אמעריקע. ותשוח"ח לך, פארן דאס רעקאמענדירן דעם ביכל.
אינטערסאנט איז נאר דער בא זה ולימד על זה. אינעם ערשטן ספר, וואס הרב מיללער האט רעקאמענדירט, דער והוא שאול, ווי דער מחבר באקלאגט זיך זייער אויף דעם לימוד עברית אנשטאט אידיש האב איך זיך אביסל געמיטשעט צו פארשטיין כוונתו. איך האב נישט אינגאנצן פארשטאנען וואס ס'דרוקט אים דארט. מיטן ליינען דעם בוך וואס איר האט רעקאמענדירט, איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן.
עס זעט אויס ווי עס איז געווען אזא מאוומענט ביים אמעריקאנער אידנטום פון לימוד "עברית בעברית". בכדי אנצוהאלטן עפעס שייכות צו אידן און אידנטום האט מען געלערנט מיט דאס אינגווארג בלויז די שפה העברית, און מיט דעם האבן זיי זיך געשפירט אלס א חלק פון אידנטום. ווי עס קוקט אויס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן געהאלטן (אדער געלערנט) אז די לימודים קענען לויפן אויף "עברית באנגלית". זיי האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג אז די לערעס זאלן לויפן בעברית, און זיי האבן זיך באגענוגט בלויז מיט דעם אז די לערונגען זאלן לויפן אויף די שפת המדינה "אנגלית".
אינטערסאנט איז אז דער מחבר באקלאגט זיך בתוך הדברים איבער די אידישע נאציאנאליזים. ער ברענגט ארויס אז אידן און אידישקייט האט נישט קיין שייכות מיט שפראך, נאר מיט תורה ויהדות, א פראבלעם וואס האט שוין געפלאגט די דעמאלטסדיגע שפרודלדיגע אידישע אייראפע.
איך וויל דא מכריז ומודיע זיין, אז איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם אשכול, און פון דעם גאנצן פארום בכלל. די געשמאקע ידיעות מיט וועלכע די חבירים זענען מהנה דעם עולם, האט נישט זיין'ס גלייכן אויפ'ן גאנצן אינטערווועלט געוועבעכט'ס.
וויבאלד איך האב נישט מוסיף צו זיין ביים דעם געלעגענהייט, בלייבט מיר בלויז אייך צו ווינטשן אז: יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים וכו'. כה יעזור וכה יוסיף, איר זאלט קענען מיטטיילן די אינטערסאנטע באלערענדע אינפארמאציע געזונטערהייט עוד רבות בשנים.
ווי עס שיינט ארויס בין הפרקים, איז דער בוך געשריבן געווארן אין די סוף ת"ר אנפאנג ת"ש יארן, ווען די מלחמה אין אייראפע האט שוין געפלאקערט.
1] ער פארופט זיך אויף דעם אז אדאנק די מלחמה, וועלכע האט פאראורזאכט א מאנגל אין די ווייסע [געזעצליכע] פלייש אינדוסטריע, האבן די דעמאלטדיגע אזוי גערופענע אידישע סוחרים געהאנדלט אין די שווארצע פלייש מארקעט און אריינגעשווערצט אן איבערפלוס פון כלומר'שט כשר'ע פלייש א דאנק די שווארצע מארקעט. [ער לייגט אראפ דעם ציור, אין א געוויסן פראצענט, זייער ענדליך צו די מעשה פינקל אין מאנסי. וויי געוואלד, וואו האלטן מיר אויף דער היינטיגער אמעריקאנער וועלט?...].
אז מ'רעדט שוין איז אינטערסאנט וואס ער פארווארפט דארט בתוך הדברים, אז די נ.י. סטעיט האט שוין דאן בימים ההם געהאט געוויסע כשרות געזעצן.
[איך בין נוטה צו זאגן אז דאס איז געדרוקט צווישן די יארן תשב-ד, ווייל דעמאלט איז שוין אמעריקע געווען פארמישט אין די מלחמה, אבער ס'נישט קיין הכרח. מעגליך אז דער אימפארט עקספארט וכדומה האט שוין געליטן דערפון איידער אמעריקע האט אריינגעשטעקט אירע נעגל אין די קריג].
2] ווי אויך רירט ער אן אז דער אינטערנאציאנאלער אידישע פאליטיק, בנוגע א אידישע לאנד אין ארץ ישראל, איז א שטארקער שטער פאר דעם צוזאמענארבעט און אויפבליה פון ארטאדאקסיע אין אמעריקע. ער טייטלט אן, אז דאס צושפליטערטע מיינונג בנוגע די מדינה לאזט נישט פאראייניגן דעם ארטאדאקסישן אידנטוהם אפילו אויף לאקאלע אידישקייט פראבלעמען. (גאנץ אינטערסאנט צו וויסן וועמען אין אמעריקע עס האט געשעטערט בימים ההם דער אויפוואכונג פון א אידישע מדינה).
לויט די היסטאריע, האט דאס געמוזט זיין אין די יארן וואס די טעמע איז שוין געווען ברייט אויסגעלופטערט צווישן די אידישע מאסן וואס דאס מיינט לכאורה אין שפעטעריגע תר"צ יארן. --
איך קען מיך נישט צוריק האלטן פון נישט מעתיק זיין איינס א גוטס, וואס ער שמייסט אריין בתוך דבריו ווען ער באקלאגט זיך אויף די אמעריקאנע מחנכים און לערערס.
א גרייפענדיגע באמערקונג האט וועגען דעם געמאכט א שארפער פקח: דער העבעראישער לעהרער וואס ווייס ניט דעם אונטערשיד צווישען שוא נע און שוא נח טויג ניט, אבער ווען ער ווייס ניט מבחין צו זיין בין קודש לחול, בין אור לחושך, בין ישראל לעמים, בין יום השביעי לששת ימי המעשה, מאכט ניט אויס! איהם קענען אנגעטרויט ווערען די נשמות פון אונזערע קינדער אויף זיי צו פראק טיצירען. אין אזעלכע הענט גיבען מיר איבער די צוקונפט פון אידענטום!
נו, נאט אייך א געשאנק איבער רבנים ואישים באמעריקע.
א בוך וועלכע איז ערשינען שנת תרצ"ג איבער די גדולים וועלכע האבן געלעבט אין אמעריקע (נאר רבנים מיט די נעמען פון אות אל"ף). אויך איז דא דארט צום סוף א ליסטע מיט נעמען פון רבנים ונדיבים, וועלכע קען שטארק בייהילפיג זיין.