איכער איך האב אויכעט געקלערט פין גיין זיך לאזן שטעכן ווייל אזוי זאגט דער אלערדזשי דאקטער ער זאגט אז איך וועל קענען פארגעסן וואס רויז פיבער איז
אויכעט זאגט ער אז סהעלפט אין דשענערל פאר קאלדס ווייל אלערדזשי שוואכט אפ די אמיון סיסטעם
איז אזוי די ערשטע זעקס חדשים דארף איך דיין איעדע וואך די צוויטע זעקס איעדע צוויי וואכן די צווייטע יאר איינמאל א חודש
די פראכלעם דערמיט איז נאר אז נאכן נעמען די איינשפריץ איז מען קוקו פאר א צוויי שעה ווייל עס געט אריין ממש דאס צי וואס מען איז אלערדזשיקט אין אזוי לערנט עס אוי דעם סיסטעם עס צי קענען דערהייבן
אין די גלגל אי זשורנאל פון היינט האט איינער ארויפגעברענגט עפעס א מאשין פון ענגלאנד וואס דארף צו באווייזן וואונדער איבער די ראוז פיבער, אז איך וועל האב צייט וועל איך באלד אהערברענגען די פונקליכע אינפארמאציע
דרייווען נאכן נעמען בענעדריל איז בכלל נישט קיין וויץ סאיז ערגער ווי א לחיים איך האב איינמאל גענימען בענעדריל אין געגאנגען אין ב"ה איך פארק אריין מיין וועגעלע אין איך פיל אז איך קען נישט ארויס פין קאר סהאט מיר גענימען א שטיק צייט ביז איך האב זיך ארויס געזען ווען איך בין אהיים געקימען פארצייל איך עס פאר אונגיטשע זאגט זי מיר אונגי די האסט דאך גענימען בענעדריל
פון וויפיל איך בין באקאנט מיט די ראוז פיבער עפידעמע ווייסעך ס'פאלגענדע;
אין די סיזען פון ספרינג ווען די נאטורליכע געוואוקסן הייבן אן צו שפראצען און בליען (טאפעלט לשון?) געבען זיי ארויס א געוויסע סארט אומשעדליכע שטויב (פאולען בלע"ז) וואס פאורזאכט אז ביי טייל מענטשן וועט די אימיון (איך זאג'ס גוט??) סיסטעם עס באטראכטן ווי א שעדליכע באקטיריע וואס ער דארף פאר יעדן פרייז באקעמפן און פארשיקען פונעם קערפער, און די סדר פון די גוף צובאקעמפן א באקטעריע/אינפעקציע איז - דורך עס ארויסשיקן אויף פארשידענע מיטלען, ביי אונזער פאל - דורך די נאז/אויגן רינעריי און נוסען (הופס... האאאטשו!! ...סארי)
באמת אבער, איז דאס בכלל נישט שעדליך פארן גוף, נו וויאזוי איז מען דאס מסביר פארן גוף? (רעדט צו עם ג'וף שפראך..)
פאר דעם איז דא ספעציעלע שאטס (ווי איכער האט שוין דערמאנט) וואס דאקטוירים געבן פאר דעם, די שאטס דארף מען נעמען רעגלמעסיג דורך די יאר (דאכצעך יעדע וואך/צוויי) די שאטס ענטהאלט א מעין פון די פאולען וואס ליגט אין די געוואוקסען - וואס דאס מאכט די גוף צוביסלעך אימיונד צו עס אזוי אז ווען ס'קומט די סיזען ווייסט ער שוין וואס דאס איז און נעמט זיך נישט פייטען מיט עם כאילו ס'איז זיין שונא..
למעשה, ווייניג מענטשן וועלן נעמען די שאטס, גיי לאז דיך שטעכן א גאנץ יאר וועגן די פאר וואכן.. ס'איז נישט גרינג (אדרבה פרעג איכער..)
איז דא א פירמע וואס האט ממציא געווען א געוויסע סארט "דראפס" וואס - לויט ווי זיי זאגן - ארבעט עס פונקט ווי די שאטס! מען דארף עס נעמען עטוואס פאר די סיזאן קומט אן ביז ס'גייט פארביי, איך האב עס נישט פרובירט, ווייל איך נעם שוין אן אנדערן נאטורליכן מעדיקעשען נאך פאר כ'בין געוואויר געווארן פון דעם, אבער לויט ווי איך הער (יעצט מיינעך נישט די ניק..) העלפט עס טאקע א מחיה אז מ'דארף שוין נישט צוקומען צו די שאטס.