גרינג זיכער נישט, אסאך שעות זיכער יא. איבער דינגען א טיטשער און גרויס געלט מיין איך אז ס'איז מעגליך אן דעם.
as of my info.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
דו דארפסט אריינגיין מיט די מיינדסעט אז דו גייסט בכלל נישט זעהן קיין רעזולטאטן די ערשטע 40/50 שעה, רוב אירע געבן אויף אין די ערשטע 10/20 שעה ווען מען קראצט ארום און מען שפירט נישט קיין געשמאַק.
גם אני בחלומי! שוין יארן וואס איך חלום צו לערנען שפילן אויף א פידל, און אין א צייט פון התעוררת האב איך געקויפט א שטיקל פידל פאר צוויי יאר צוריק, אבער ליידער ליגט עס נאך אין שאנק. אויב איינער קען אנווייזן עפעס גוטע ביכלעך פאר בעגינערס, אדער אומזיסטע טרענינג קורסעס וואלט איך הנאה געהאט. איך ווייס אז מען דארף גיין מיט א טיטשער, אבער איך וואלט פארדעם פרובירט אנדערע זאכן נישט אנצוקומען צום טיטשער אינגאנצן רוי.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז), האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.