ספרים עם רשימות והעתקות מציבות בבתי-עלמין
די ארבעט איז געבליבען אין די היסטאריע אלס איינע פון די שטערקסטע מקורות אויף געוויסע ענינים וואס ווען נישט דאס וואלט שוין געווען אבד זכרם לנצח, ווי למשל א גאנצע חלק פון הר הזיתים וואס די ירדנ'ער הערשאפט האט אויסגעריסען צו קענען בויען א האטעל, וואס אט די חלקה איז געווען צו מזל פארשריבען דורך בריסק און אזוי ארום איז כאטש געבליבען א שם ושארית פון די נפטרים ע"ה.
מיטן אויפקום פון אונזער אלעמען באקאנטן 'היברו בוקס' וועלכער שטעלט פאר א ווירטואלער אוצר הספרים גענצליך אומזינסט, זענען פינף חלקים פון דעם חיבור געווארן א נחלת הכלל הגם אין ווירקליכקייט איז עס שוין נישט געווען בנמצא, די לינקס זענען ווי פאלגענד;
חלקת קהל חסידים
חלקת הרבנים
חלקת מתי חולי-רע רח"ל
חלקת זכרי' הנביא
חלקות ד' וה' (אמצעית ואלכסונית)
היינט זענען מיר געוואור געווארן אז עס איז שוין געגאנגען א שטאפל ווייטער די גענעלאגישע סאסייעטי פון ארץ ישראל (IGS) האט קאפירט די אריבער אכט טויזנט רעקארדס עלעקטראניש און געשאפן א דאטא-בעיס פון וועלכע מען קען זוכען אויף פארשידענע געביטען די שמות הנפטרים ע"ה און ארומיגע פרטים.
די דאטא-בעיס פון חלקת מחוקק , מאכט זיכער דורכצולייענען די אנווייזונגען איידער איר מאכט א זוכעניש (סורטש).
הצלחה.