עס איז דא אסאך צו שרייבען איבער די 2 שטעט וואס טיילען ליידער דעם זעלבען גורל ווי הונדערטער שטעט וואס זענען בשעתם געווען גאר באוויסט און היינט איז כמעט קיינער מעלה זכרונם.
אין די שנות הת' תק' ביז אריין אין אנפאנג די תר' יארען אבען יודען אין די שוויץ נאר געמעגט וואינען איו די 2 שטעט,אריבער האלב פין די לענגלוי באפעלקערינג זענען געווען יודען א קיימא לן פון אריבער 7000 נפשות! רוב מסחר פין בהמות אין די גאנצע געגענט איז געלעגען אין יודישע הענט, ציילענדיג איבער 70 בהמות הענדלער.
פארשטייט זיך אז כמנהג גוברין יהודאין האט זיך שפעטער אפילו אנטויקעלט א מחלוק'לה צווישען די 2 שטעט.
עס איז גאר אן אלטען בית החיים,די עלסטע מצבה איז פין ת"ל וואס מען האט אריבערגעברענגט פין קובלאנץ ווען מען האט מפנה געווען דעם דארטיגען בית החיים (נישט קובלאנץ אין דייטשלאנד,עס איז דא נאך איינס דארט בשכינות).
ר' רפאלס מצבה שטייט פעסט אזוי ווי אלע אנדערע מצבות דארטען,איך בין געווען דארטען לעטצטענס אבער נישט גענימען א בילד,משפחת לעווין פין ציריך-ארוזה פירט אן יערליך די יארצייט און זיי האבען אויך געלייגט א טאוועל אנצייכענדיג זיין מצבה.
עס איז כדאי אויב מען איז אין ציריך צוצופארען עס נעמט וויניגער ווי א שעה,דער זיידע דער הייליגע חתם סופר וואס האט זיך נישט געווארפען מיט קיין טיטלען שרייבט אויף אים 'פועל ישועות'.
נעבען אים ליגט זיין זין וממלא מקומו ר' אברהם,און א שורה אינטער אים ליגט זיין רעבעצין.