יוראפ האט געשריבן: ס'וואלט לכאורה כדאי געווען עס ארויפצולייגן, ווייל ליידער איז נישט געבליבן קיין זכר פון דעם בית החיים
דער שטח פונעם בית החיים איז אפגעהיטען מיט א צוים [אויסער א קליינער שטח נאנט צום אוהל פון רבי מאטעלע קאזמירער וואס איז נישט געווארן אריינגענומען, ווארשיינליך צוליב די גויים וואס האבן זיך באזעצט אינעם קאזמירער אוהל]. די איינציגסטע מציבות וואס שטייען היינט זענען פון די קדושי קיעלץ וועלכע זענען ל"ע גע'הרג'ט געווארן נאכן קריג כידוע.
לפי השמועה גרייט מען זיך יעצט אויפצושטעלן דעם אוהל פונעם רבי חיים שמואל מחענטשין זצ"ל, עס איז נישט ווייט פונעם קאזמירער אוהל.
אויך זענען זיך משתדל די אייניקלעך פון רבי חיים מאיר מפינטשוב זצ"ל [זיידע פון הגה"צ מוואידיסלאוו זצ"ל] אויפצושטעלן זיין אוהל.
דא איז די ספר אויף דערווייל אין דראפ-באקס https://dl.dropbox.com/u/17998910/%D7%9 ... %D7%A5.pdf