Re: מילתא דבדיחותא
חוט של חסד האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 17, 2024 4:10 pmבאקאנטע ווערטל מיט אינטערסאנטע אויספיר:
דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט פארגעווארפן דעם פאנעוויטשער רב זי"ע פארוואס די ליטווישע זענען נישט מקיים דעם בן שמונה עשרה לחופה, האט אים דער פאנעוויטשער רב געענטפערט אז זיי פראווענען א לאנגע שמונה עשרה, האט זיך סאטמאר רב צוריקגע'טענה'ט אז אז ביי א לאנגע שמונה עשרה ריזיקירט מען מיטן פארפאסן "קדושה", האט אים דער פאנעוויטשער רב צוריק געענטפערט אז צומאל אויב מ'יאגט זיך ביי שמונה עשרה דארף מען איבערגיין שמונה עשרה 2 מאל...
סיריעסלי? פונקטליך וועלכע יאר איז געווען מער גירושין ביי די חסידים וועגן חתונה האבן פרי?!
בכלל, אפשר קען איינער צוצייכענען די סטאטיסטיקס אז ביי די ליטאים איז דא ווייניגער גיטין ווי ביי חסידים?!
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?