מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

א גאליציאנער יוד טרינקט א טיי, אינמיטן פאלט אריין א פליג אינעם טיי, ארויסנעמענדיג די פליג שרייט ער אהן דעם פליג: גנב, שפיי שוין אויס וואס די האסט געטרינקען...
אוועטאר
ריחיים של יד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 5:33 pm

תגובה דורך ריחיים של יד »

ייחוס זוכער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 9:39 am
א גאליציאנער יוד טרינקט א טיי, אינמיטן פאלט אריין א פליג אינעם טיי, ארויסנעמענדיג די פליג שרייט ער אהן דעם פליג: גנב, שפיי שוין אויס וואס די האסט געטרינקען...
מיט דעם וואס איז לכאורה געווען טיי פון ס'מעדרעש
Chaimi
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 7:02 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chaimi »

בת קול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:12 pm
יארמער רב אמאל געווען אין חב"ד ביי די משחיתים אפטיילונג…
כידוע יעדען טאג נעמען זיי אויף די רבי אין ביהמ"ד…
איינמאל בשעת די רבי איז אריין געקומען,האבן זיי געמאכט 2 שורות כאילו די רבי גייט יעצט דורך,
יארמער רב שטעקט אריין זיין פיס ווייזענדיג אז ער האט יעצט געמאכט דער רבי טריפען אויפן ערד,🦶
זיי נעמען זיך שרייען נא נא מוחה,
זאגט זיי יארמער רב ענק זעהן נישט ער ליגט אויפן ערד?,קודם הייבטס עם אויף און נאכדעים שרייעטס מיך אן….???!!!😋
א איד איז מאל אריין און 770 און געהערט אז זיי רופן אויס זייער רבי עולה לתורה
רופט ער זיך יא יא לאמיר זען מען זאל עם מכבד זיין מיט הגבה
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

Chaimi האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:38 am
בת קול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:12 pm
יארמער רב אמאל געווען אין חב"ד ביי די משחיתים אפטיילונג…
כידוע יעדען טאג נעמען זיי אויף די רבי אין ביהמ"ד…
איינמאל בשעת די רבי איז אריין געקומען,האבן זיי געמאכט 2 שורות כאילו די רבי גייט יעצט דורך,
יארמער רב שטעקט אריין זיין פיס ווייזענדיג אז ער האט יעצט געמאכט דער רבי טריפען אויפן ערד,🦶
זיי נעמען זיך שרייען נא נא מוחה,
זאגט זיי יארמער רב ענק זעהן נישט ער ליגט אויפן ערד?,קודם הייבטס עם אויף און נאכדעים שרייעטס מיך אן….???!!!😋
א איד איז מאל אריין און 770 און געהערט אז זיי רופן אויס זייער רבי עולה לתורה
רופט ער זיך יא יא לאמיר זען מען זאל עם מכבד זיין מיט הגבה
אןאלטע מעשה, עפעס א גרויסער רבי אין א"י פלעגט זעך אזוי פיהרען און געבן אן עלייה פאר זיין טאטן לאחר פטירתו, האט דער בית ישראל געזאגט לאמער איהם זעהן געבן הגבה פאר זיין טאטן...
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

געווען אמאל א בעל דרשן ווען בשעת'ן דרשה זיינע האט די עולם האט געהעריג ארומגערעדט בשעת זיין דרשה,
אינמיטן רופט זיך די בעל דרשן אן,"עולם שטיל, איך אליין קען נישט הערן וואס איך זאג!"
רופט זיך איינער אן צו די בעל דרשן "סגוט איך האב געהערט איר האט גארנישט פארפאסט!"😜
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

איינער האט אמאל געפרעגט איינער פון די "חברה קדישא" אויב דעיס איז ענקער פרנסה,איז וואס ביסטו מתפלל אז די זאלסט האבן האבן פרנסה בריוח? (גוטע שאלה ניין?)
האט ער גענטפערט: איך בין מתפלל אז מענטשן זאלן געבוירען ווערן…"😩
אוועטאר
ריחיים של יד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 5:33 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריחיים של יד »

איינער וואס האט געמיינט אז ער איז א שיינער חזן, איז ציגעגאנגען צום עמוד אין יום טוב.
דער כלומר חזן האט פרובירט העכערן זיין הייזעריגע און קעקעצדיגע שטומע, אז די דאך איז כמעט צאמגעפאלן.
די עולם האט שוין ממש נישט געקענט איבערטראגן, האט מען געוויזן פארן גבאי זאל עפעס טוהן.
דער גבאי האט נישט קיין ברירה, גייט צו צום חזן און הייבט אן איהם אוועק שלעפן מיטן גארטל...
אבער דער בחור שטייט פעסט ביים עמוד און ריקט זיך נישט אוועק.
דער גבאי געט א קוק און זעהט אז נישט מער און נישט ווייניגער, דער חזן איז געווען מקדים רפואה למכה און ער האט זיך ארום געבינדן די גארטל ארום דעם עמוד.... נו א וואונדער אז מ'קען איהם נישט אוועק ריקן??

נאכן דאווענען פרעגט די גבאי דעם חזן, זאג מיר, וויאזוי האסטו געוויסט אז איך גיי דיר אוועק שלעפן, אז דו האסט שוין פון פאראויס זיך געבינדן ארום דעם עמוד??
ענטפערט דער חזן: דו מיינסט אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צו??.....

בת קול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 1:57 pm
איינער האט אמאל געפרעגט איינער פון די "חברה קדישא" אויב דעיס איז ענקער פרנסה,איז וואס ביסטו מתפלל אז די זאלסט האבן האבן פרנסה בריוח? (גוטע שאלה ניין?)
האט ער גענטפערט: איך בין מתפלל אז מענטשן זאלן געבוירען ווערן…"😩
א צווייטער פון זיי האט גענטפערט אז ער איז שטארק מכוון ביי "חייתני מיורדי בור"...
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

#אלט אבער גוט.

איינער מיטן נאמען "דן" האט מחליט געווען אז א גרינגע וועג פון מאכן געלט איז דורך ארום גיין זאגן אז ער האט א "כולל" וואס ער דארף אויסהאלטן..
ער קומט צום ערשטען גביר...
רןפט זיך אן די גביר: "איר ווייסט אז "דן" איז גמיטריא "גנב"?
דן: גנב? דן איז 54 און גנב איז 55?
גביר: יא יא "דן" מיט די כולל....👎🏼
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

געווען אמאל א ראש הכולל פון די פריעדיגע דור,
ערשטען טאג קומט א אינגערמאן אן שפעט
ראש הכולל:פארוואס אזוי שפעט?
אינגערמאן: ראש הכולל דארף פארשטיין מיין קאר האט זיך צובראכן,האב איך געדארפט נעמען א פערד און וואגן ממילא..
2'טע אינגערמאן קומט אן שפעט
ראש הכולל פרעגט איהם,און די אינגערמאן ענטפערט די זעלבע תירוץ...
3'טע אינגערמאן קומט שפעט,די ראש הכולל האט געכאפט וואס סגייט פאר,איז ער מקדים גלייך, ביטע נישט ענטפערן די זעלבע בעלויני תירוץ..
3'טע אינגערמאן: ניין וואס עפעס?,איך בין יא געפארען אין מיין קאר,אבער וואס זאל איך טוהן אז 2 אינגערלאט מיט פערד און וועגענער פארן אינפראנט פון מיר..??.🐴
די שריפט
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די שריפט »

בת קול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:15 pm
געווען אמאל א ראש הכולל פון די פריעדיגע דור,
ערשטען טאג קומט א אינגערמאן אן שפעט
ראש הכולל:פארוואס אזוי שפעט?
אינגערמאן: ראש הכולל דארף פארשטיין מיין קאר האט זיך צובראכן,האב איך געדארפט נעמען א פערד און וואגן ממילא..
2'טע אינגערמאן קומט אן שפעט
ראש הכולל פרעגט איהם,און די אינגערמאן ענטפערט די זעלבע תירוץ...
3'טע אינגערמאן קומט שפעט,די ראש הכולל האט געכאפט וואס סגייט פאר,איז ער מקדים גלייך, ביטע נישט ענטפערן די זעלבע בעלויני תירוץ..
3'טע אינגערמאן: ניין וואס עפעס?,איך בין יא געפארען אין מיין קאר,אבער וואס זאל איך טוהן אז 2 אינגערלאט מיט פערד און וועגענער פארן אינפראנט פון מיר..??.🐴
ענטפערט די דריטע אינגערמאן וואס זאל איך טוהן אז 2 פערד האבן אויס געכאפט מיין תירוץ
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

באדער קאנטראל געפרעגט א רבי ביים עירפארט וואס גייט איר טוהן אין אמעריקא?
רבי: איי עם גויאנג טא קערי טעבילס פאר עי לאט אף פיפול…💯
(פירן טיש)
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

ריחיים של יד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:00 pm
איינער וואס האט געמיינט אז ער איז א שיינער חזן, איז ציגעגאנגען צום עמוד אין יום טוב.
דער כלומר חזן האט פרובירט העכערן זיין הייזעריגע און קעקעצדיגע שטומע, אז די דאך איז כמעט צאמגעפאלן.
די עולם האט שוין ממש נישט געקענט איבערטראגן, האט מען געוויזן פארן גבאי זאל עפעס טוהן.
דער גבאי האט נישט קיין ברירה, גייט צו צום חזן און הייבט אן איהם אוועק שלעפן מיטן גארטל...
אבער דער בחור שטייט פעסט ביים עמוד און ריקט זיך נישט אוועק.
דער גבאי געט א קוק און זעהט אז נישט מער און נישט ווייניגער, דער חזן איז געווען מקדים רפואה למכה און ער האט זיך ארום געבינדן די גארטל ארום דעם עמוד.... נו א וואונדער אז מ'קען איהם נישט אוועק ריקן??

נאכן דאווענען פרעגט די גבאי דעם חזן, זאג מיר, וויאזוי האסטו געוויסט אז איך גיי דיר אוועק שלעפן, אז דו האסט שוין פון פאראויס זיך געבינדן ארום דעם עמוד??
ענטפערט דער חזן: דו מיינסט אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צו??.....
געווען א כלומר שיינער חזן, ט'ער געזען א רעקלאמע אז א שול זיכט א חזן אויף ימים נוראים. רופט ער אריין און באקומט א אינטערוויא.
גבאי: דו ביסט א בעל בכי ? קענסט מאכן דעם עולם וויינען ?
חזן: זיי נישט קיין נער. דער עיקר תשובה איז נישט וויינען, נאר דער עיקר איז חרטה אויף וואס מען האט געטוהן. אויב וועט עטס מיך נעמען וועט עטס גוט חרטה האבן.
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

געווען א אינגערמאן וואס ס'איז ארויס א קול אז ער קען מורא'דיג שיין דאווענען. אבער אין זיין קבועת'דיגע ביהמ"ד האט ער קיינמאל נישט געוואלט צוגיין. ער האט אייביג געזאגט פארן גבאי'ן אז ער וואטש'ט זיין קול.
איין מאל פרעגט אים דער גבאי אויף ווען פאר א גוט יאר וואטש'סטו דיין קול ?
זאגט ער: ווייסטאך אז ס'איז ארויס א קול אז איך קען שיין דאווענען. אט אויף דעם קול וואטש איך....
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

איינער האט מיך געפרעגט פארוואס קענען ווייבער היינטיגע צייטן בעסער לערנען ווי די מענער?
האב איך איהם גענטפערט:
ווייל סדאך דא א סגולה פון געבן ביי א סעודות ברית בשר בהמה אז די קינד זאל זיין א תלמוד חכם,
היינטיגע צייטן וואס גיבט מען(ליידער)פאר א סעודות ברית?, טשיז קעיק,סאשי..
וואס גיבט מען ביי א קידוש?
געשמאקע טשולנט מיט ריזיגע שטיקער בקר,מיעט בארד'ס....
סא יעצט ווייסטו צו וועמען די סגולה גייט??.
פארברענטע טאוסט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 4:04 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענטע טאוסט »

ווי באקאנט אין אסאך קהילות גייען נאר די בעלי תפילות, בעל תוקע, און בעל מקריא אנגעטון מיט א קיטל ראש השנה. איז געווען אמאל א ביהמ"ד וואו א איד וואס האט נישט גע'יכול'ט איז צוגעגאנגען צום עמוד דעם ערשטן טאג ראש השנה, נאכן ענדיגן קומט דער גבאי צו צו אים "מארגן קענסטו נישט דאווענען פארן עמוד! דעם קומענדיגן טאג אינדערפרי זעט דער גבאי ווי דער איד קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א קיטל, גייט דער גבאי צו צו אים מ'האט דאך געשמועסט אז דו ביסט נישט בעל תפילה! זאגט אים דער איד "היינט בין איך געקומען בלאזן".....
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

פארברענטע טאוסט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:13 pm
ווי באקאנט אין אסאך קהילות גייען נאר די בעלי תפילות, בעל תוקע, און בעל מקריא אנגעטון מיט א קיטל ראש השנה. איז געווען אמאל א ביהמ"ד וואו א איד וואס האט נישט גע'יכול'ט איז צוגעגאנגען צום עמוד דעם ערשטן טאג ראש השנה, נאכן ענדיגן קומט דער גבאי צו צו אים "מארגן קענסטו נישט דאווענען פארן עמוד! דעם קומענדיגן טאג אינדערפרי זעט דער גבאי ווי דער איד קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א קיטל, גייט דער גבאי צו צו אים מ'האט דאך געשמועסט אז דו ביסט נישט בעל תפילה! זאגט אים דער איד "היינט בין איך געקומען בלאזן".....
דאס דערמאנט פון דעם בעל תוקע וואס האט נישט גע'יכול'ט, מ'האט אים געהאלטן אין איין מרמז זיין אז דער כיבוד פון ''בעל תוקע'' איז נישט געמאכט פאר אים,ער האט זיך אבער געהאלטן ביי זיינס אז ער טרעט נישט אפ, ביז איין יאר ראש השנה אויף דערנאכט האט איינער גענומען די חוצפה און אים געזאגט אין פנים אריין בפני קהל ועדה ערעב איד, גענוג איז גענוג, אונז האלט מיר שוין נישט אויס פון דיין עקשנות, דו קענסט נישט בלאזן און פארטיג לאז עס פאר א צווייטן וואס טויג יא!

פארשטייט זיך אונזער ''בעל תוקע'' איז אהיים געקומען אינגאנצן באבלאזן, ביי די סעודה האט אים זיין צדיקת אריין געברענגט א הייסע טעלער זופ, די זופ איז געווען גאר הייס אבער וויבאלד זיין קאפ איז יעצט געווען ערגעץ אנדערש האט ער נישט אין אכט גענומען און אריין גענומען א לעפל אין מויל און זיך גוט אפגעבריט, ווען די אידענע זעהט וואס עס איז געשען פרעגט זי אים: דו קענסט נישט בלאזן?!

פרעגט ער איר צוריק: פון וואו ווייסטו שוין?!
זה הקטן גדול יהי'
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

נייהויז האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 4:45 pm
געווען א אינגערמאן וואס ס'איז ארויס א קול אז ער קען מורא'דיג שיין דאווענען. אבער אין זיין קבועת'דיגע ביהמ"ד האט ער קיינמאל נישט געוואלט צוגיין. ער האט אייביג געזאגט פארן גבאי'ן אז ער וואטש'ט זיין קול.
איין מאל פרעגט אים דער גבאי אויף ווען פאר א גוט יאר וואטש'סטו דיין קול ?
זאגט ער: ווייסטאך אז ס'איז ארויס א קול אז איך קען שיין דאווענען. אט אויף דעם קול וואטש איך....
ש. א. דים פון ק''י זאגט, אז ער האט ימים נוראים א שותפות מיט א געוויסן בעל תפילה, אז ער דאווענט די שטילע שמונ''ע און יענער דאווענט די הויעכע, ''און עפעס פון מיר האט דער עולם מער הנאה''....
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4602
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יודל קליין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:20 pm
פארברענטע טאוסט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:13 pm
ווי באקאנט אין אסאך קהילות גייען נאר די בעלי תפילות, בעל תוקע, און בעל מקריא אנגעטון מיט א קיטל ראש השנה. איז געווען אמאל א ביהמ"ד וואו א איד וואס האט נישט גע'יכול'ט איז צוגעגאנגען צום עמוד דעם ערשטן טאג ראש השנה, נאכן ענדיגן קומט דער גבאי צו צו אים "מארגן קענסטו נישט דאווענען פארן עמוד! דעם קומענדיגן טאג אינדערפרי זעט דער גבאי ווי דער איד קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א קיטל, גייט דער גבאי צו צו אים מ'האט דאך געשמועסט אז דו ביסט נישט בעל תפילה! זאגט אים דער איד "היינט בין איך געקומען בלאזן".....
דאס דערמאנט פון דעם בעל תוקע וואס האט נישט גע'יכול'ט, מ'האט אים געהאלטן אין איין מרמז זיין אז דער כיבוד פון ''בעל תוקע'' איז נישט געמאכט פאר אים,ער האט זיך אבער געהאלטן ביי זיינס אז ער טרעט נישט אפ, ביז איין יאר ראש השנה אויף דערנאכט האט איינער גענומען די חוצפה און אים געזאגט אין פנים אריין בפני קהל ועדה ערעב איד, גענוג איז גענוג, אונז האלט מיר שוין נישט אויס פון דיין עקשנות, דו קענסט נישט בלאזן און פארטיג לאז עס פאר א צווייטן וואס טויג יא!

פארשטייט זיך אונזער ''בעל תוקע'' איז אהיים געקומען אינגאנצן באבלאזן, ביי די סעודה האט אים זיין צדיקת אריין געברענגט א הייסע טעלער זופ, די זופ איז געווען גאר הייס אבער וויבאלד זיין קאפ איז יעצט געווען ערגעץ אנדערש האט ער נישט אין אכט גענומען און אריין גענומען א לעפל אין מויל און זיך גוט אפגעבריט, ווען די אידענע זעהט וואס עס איז געשען פרעגט זי אים: דו קענסט נישט בלאזן?!

פרעגט ער איר צוריק: פון וואו ווייסטו שוין?!
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p1177991
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

געפרעגט איינער פון די פוסקים אויב ממעג שפילן בעסקיט באלל אין שבת?
האט ער גפרעגט וואס סאיז,האט מען איהם געזאגט מען נעמט א באלי און מען ווארפט עס אריין אין א נעץ,
האט די פוסק געזאגט "לכתחילה זאל מען עס אריין לייגן פאר שבת"😂

#אלט אבער גוט.
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

איינער איז געקומען צו זיין רבי,מיין חבר האט אפגעטוהן גרויסע עבירות,און וויבאלד ער שעמט זיך… האט ער מיך געשיקט פרעגן די רבי פאר א דרך תשובה.
זאגט איהם די רבי,אויב דיין חבר שעמט זיך קען ער דאך קומען און דערציילען די זעלבע מעשה ווי דו…😕
טיף ווארט...

#מעשה שהיה
אוועטאר
נייגעריגע אקס
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

בת קול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:38 pm
איינער איז געקומען צו זיין רבי,מיין חבר האט אפגעטוהן גרויסע עבירות,און וויבאלד ער שעמט זיך… האט ער מיך געשיקט פרעגן די רבי פאר א דרך תשובה.
זאגט איהם די רבי,אויב דיין חבר שעמט זיך קען ער דאך קומען און דערציילען די זעלבע מעשה ווי דו…😕
טיף ווארט...

#מעשה שהיה
פון די מעשה זעסטו דאך אז ער קען נישט....
אוועטאר
איך הייס אזוי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:44 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייס אזוי »

היינט צוטאגס אויב איינער זאגט דיך "איין מינוט איך האב א ביפ", שטיי ווייט פון אים, מ'קען נישט וויסן וואס גייט געשעהן.

האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
(#פאזיטיווע אטמאספערע)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4602
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

איך הייס אזוי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 6:00 pm
היינט צוטאגס אויב איינער זאגט דיך "איין מינוט איך האב א ביפ", שטיי ווייט פון אים, מ'קען נישט וויסן וואס גייט געשעהן.

האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
(#פאזיטיווע אטמאספערע)
וויסן זאלט איר אז פאר פילע ניקס איז שווערער צו לייקן ווען מ'בעט עס
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4602
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

בת קול האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 5:38 pm
איינער איז געקומען צו זיין רבי,מיין חבר האט אפגעטוהן גרויסע עבירות,און וויבאלד ער שעמט זיך… האט ער מיך געשיקט פרעגן די רבי פאר א דרך תשובה.
זאגט איהם די רבי,אויב דיין חבר שעמט זיך קען ער דאך קומען און דערציילען די זעלבע מעשה ווי דו…😕
טיף ווארט...

#מעשה שהיה
בא להרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”