טוישן נאמבער פון א נאמבער שלאס
איך האב א נאמבער שלאס אינדערהיים אויף די טוי קלאזעט, און ביז די קינדער האבן נישט געוואוסט די נאמבער איז אלעס געווען כשורה, אלעס צוזאם גענומען, אלל אוו עי סאדען, איינער איזעס געוואר געווארן, און עס אויסגעזאגט בסוד פאר די אנדערע, און פון דארט איזעס ווייטער געפארן, ביז אלע טויס זענען ווידער יעדן טאג אויפן פלאר צושפרייט אין די גאנצע הויז, ווילעך וויסן, צו איך מוז טאקע קויפן א נייע שלאס, (וואס איך קען מיך באשטיין צו שפארן, ווייל סימער זייער שווער ארויס צו נעמען אפילו א איבריגע דאלער פון טאש.) אדער איז שייך צו טוישן נאמבער.
יעצט וואסארא שלאס האבעך? כ'האב פראבירט צו זוכן א פיקטשער ביי גוגל, מיט די קיווארד נאמבער לאק, און זיי האבן מיך געלאזט מישן ביז 49 פעיזשעס, און מיין שלאס איז דארט נישט פארהאנען, סאו כ'וואל פראבירן עס מסביר צו זיין, און כ'האף מ'וועט פארשטיין.
ס'איז א קאמען גאאינג שלאס ביי אנ"ש אויף די קעסטלעך אין בית מדרש, מ'דרייט נישט די נאמבער'ס אהער און אהין, ס'איז פיר עקעכדיג, פון אויבן אראפ איז אביסל לענגער ווי פון רעכטס אויף לינקס, ס'האט צוויי רייעס מיט באטענס, אויף די לינקע זייט לויפן אראפ פינעף באטענס מיט נאמבער'ס פון איינס ביז פינף, און אויף די רעכטע זייט פון זעקס ביז זיראו, און מ'דארף אריין דריקן די קאמבינעישן באטענס, און אזוי עפענט מען עס.
יעצט איז מיין פראגע, ווייסט איר פון וועכע שלאס איך רעד? אויב יא, איז דא א מעגליכקייט גרינגערהייט צו ריסעטן די קאמבינעישן?
יישר כח פון פאראויס פאר די וואס גייען פראבירן צו העלפן.