ר' ארעסטאנט, (איך גיי נישט זאגן פארוואס איך רוף עם ר'...) איר ווייסט וואס גוט מיינט? לאמיך דיר זאגן, דו ביסט אויסדריקליך נישט גוט, דו ביסט סאאך בעסער פון גוט...
אז מ'רעדט שוין, זאג מיר, איינער זאגט מיר אז דו האסט געהערט אויף קול מבשר די אינטערוויא מיט יואלי שווארץ, ס'איז אמת? ער זאגט מיר אז ס'איז א סוד, כ'זאל נישט זאגן פאר קיינעם...
בנוגע די קאווער, האט מען עס דא קריטיקירט אז עס איז נישט גענוג שיין.... האמת אומר, אז נאכן הערן אז דאס האט א 18 יעריג בחור'ל געמאכט, מוז מען זאגן אז פאר די יארן, האט ער געמאכט א מייסטער ארבייט! רואים כי לגדולות נוצר...
אז דע רעדסט שוין פון חנינא, איך ווער משיגע פון די ניגן היינט האב איך געמאכט "רפיט" אויף מיין סי די פליער און די קאר און עס האט געקראכט אבער נאך ווי געקראכט
1x1 האט געשריבן:
ס'די ערשטע מאל וואס כ'זעה מ'זאל לייגן טייטש פון די ניגונים אין די קאווער, און ס'געפעלט מיך גראדע.
מבין נומ 1 האט געשריבן:
יא, ס'א זיסע איידיע!
ס'מערסטע געפעלט מיר דער "חנינא" ניגון וויאזוי זיי האבן עס געמאכט ווי די "ארטסקרול" מיט די לשון הקודש....
(גראדע האב איך געטראפן אבער קליינליכע טעותים, למשל ביים ניגון 'חברים' האט ער פאגעסן צו פונטלען און פארגרעסערן די ווערטער 'ויקבץ נדחינו', ווי אויך ביים ניגון 'אקוד' צום סוף ביים ווארט 'פון' האט זיך אריינגעשלייכט אן איבריגע ט', און נאך עטליכע דוקדוק טעותים אין פונטלעך -איך זאג דאס נישט צו קריטיקירן ח"ו, נאר פשוט אויפמערקזאם מאכן צום קומענדיגן אויפלאגע)
אדערווייז איז די גאנצע געטייטשעכטס א מאסיווע איידיע!
איך כאפ נישט וועלעכער ניגון די רעדסט. אבער מיסתמא איז דארט א חלק פון די מוזיק עלעקטריק/סינטעסייזער און נפתלי משה האט געטוען די פראגרעמינג. סאונד'ס וכדו'. (קאן ווידער זיין אז איך רעדט געהויבענע שטותים. איך קלער נאר)