"יואל שווארץ" נייע טעיפ: הוא בורא ומנהיג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פון אנפאנג פון די סידי הערט מען יואלי'ן אביסל שטיל, און דאס איז נישט קיין מיסטעיק, דאס איז צו א פשוטע זאך, דאס הערט יעדע אויער, מ'דארף נישט זיין קיין לערי געיט'ס צו כאפן, און כ"ש לערי געיט'ס אליין וואלט דאס באמערקט, נאר מ'האט עס דוקה אזוי געמאכט כדי ער זאל אריינקומען סאפט'ער פון אנפאנג...

איין זאך וואס מ'האט נאכנישט אזוי גוט ארויסגעברענגט, איך האב געווארט אז שטארק זיך זאל זיך באווייזן, דאס איז די מוזיק אויפן אלבוים.

פרייליך האט אראפגעלייגט א גוטע ארבייט, כאטשיק ס'דא אפאר זאכן וואס זיי קענען ווען טוהן אביסל אנדערש, אבער אווער אלל, איז דאס א הערליכע דזשאב!!! ובפרט אז ס'איז א ערשטע אלבוים... (די דזשאב איז גוט אפילו פאר א צענטע אלבוים אויך...)

מענדי הערשקאוויטש, וויכי אפראוו'ד דיין ארבייט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

איך גלייך זייער דעם טעיפ.

איין קלייניקייט, מען הערט נישט אזוי גוט יואלי'ן ביי דער אנהייב פון די שטאטע ניגונים, ער הייבט אן זייער שטיל.
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

מבין נומ 1 האט געשריבן: זיי זענען צוגעוואוינט צו לישינסקי, און רולי מאכט אינגאנצן א דיפערענט סטייל וואס ווערט אגב בעסער פון טאג צו טאג

איך האב עס שוין געשריבן ביי בערי וועבער'ס אשכול


רולי איז גוט און ער פארבעסערט זיך, אבער ער האט נאך א וועג צו גיין ביז צו ר' אלי'ן
איך זאג עשה!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

פים.. פים.. פאם.. פאם... דיס איז ארעסטאנט @ ק.נ.א... דא בינעך!

העי!!! וואס פימפימסטע דא? ווייסט נישט אז די פימפים אפטיילונג פון אידישע וועלט איז פארמאכט?

צוריק צום ענין (איינער האט געזעהן צייטליך ביי עני טשענס?)

יא איז אזוי, פארוואס בינעך דא היינט אין דעם אשכול? כאדעך שוין לכאורה געקאווערט אלעס ארום יואלי שווארץ'ן און זיין טעיפ. העלעך ענק זאגן! כ'האב איין זאך פארגעסן, און פארדעם בינעך דא היינט! ווייסט וואס? געס! אקעי כ'על דיר זאגן אבער סאל בלייבן צווישן אונז (נישט אז מארגן זאלעך עס צוריקהערן אויף די גאס א_וואו עס געשעהט אלץ ווען כ'פארצייל א סוד דא אויפן קרעטשמע..) איך האב יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט מיין בעסטע חבר קאלמבא/קול מבשר/כלמוואסער/כל מה וכל שום וחניכא (נישט אויסמישן מיט חנוכה..) דאית ליה (פארוואס זאגעך מיין בעסטע חבר? ווייל ער אידער איינציגער וואס הייבט אייביג אויף די טעלעפאן אויף מיר! אקעי?! יא דיך מיינעך מעגסט זיך לערנען פון אים! דאס הייסט גוטע חברים..) לאמיר רעדן תכלית, איך האב יעצט גענדיגט הערן די אינטערוויא וואס ר' יואל שווארץ (האלט א רגע! באלד קומט א לענגערע ביאור וויזוי ער איז פארוואנדלט געווארן פון יואלי שווארץ צו ר' יואל..) האט מיט ר' הערשל פריעדמאן, אה מיי גאש! דאס זענען לצים פון פריערדיגן גלגול קול מבשר.. (יא! דארט ווי ר' משה פריעדמאן, הערשל'ס טאטע פלעגט אינטערוויא'ען. איך זאג גוט?) און דאס האבעך פארזעהן ביי מיינע פריערדיגע ריוויא'ס אויף דעם נייעם טעיפ, האבעך מיך יעצט אריינגעכאפט אין דעם אשכול, וויסענדיג אז רוב עולם איז סייווי ביי חנוכה פאדי'ס, סא איך קען טוהן וואס כ'וויל און איך גיי דא שרייבן מיינע פאר שורות..

קודם די איידיע, הייליגע באשעפער! אוי האבעך געלאכט, ווייס וואס כעלענק זאגן? איך בין נאך געהעריג צומישט!! ממה נפשך אידאס גוט, אויב האט הערשל געוויסט בעפאר אז יואלי איז אויפן סיסטעם און ער גייט אים קאלן פאר א אונטערוויא שפילט ער דאס אייזן גוט! ווען יואלי זאגט אים אז ער איז אויפן סיסטעם קען מען זיך שווערן אז ער גייט כאפן א הארץ אטאקע... "וואס?" פרעגט ער אים אזוי תמ'יש... ווידער לויט דעם מאן דאמר אז ער האט טאקע נישט געוויסט אידאך דאס ממש גוט געלונגען אז יואלי קאלט אים אריין אינמיטן ווען ער הערט אויס זיין נייע טעיפ.. לאמיר גיין ווייטער.. די יעצט געשריבענע דיון וועלעך לאזן פאר די קאנספיראטער פון צווישן אונז (גרויזי??? שנעל קום אהער.. ס'אויסגעשטעלט ממש פאר דיר..).

ר' יואל לייגט אראפ א ווינדערבארע ארבעט און ענטפערט צום זאך (נישט די ניקל!, מער זאגעך עס נישט איבער.. איך האב שוין פריער געהאט א פלאפ.. איך זאג פאר איינעם "ווייסט די רעדסט צום זאך, נישט די ניק" יענער קוקט מיך אן ווי פון די לבנה "וועלכע ניק" יואש ס'געווען בזינות...!!).

אה יעצט לאמיך ענק זאגן פארוואס יואלי האט אזוי אויסגענומען ביי מיר און איז געווארן פון א מינוט אויף ס'צווייטע א ר', איך בין נתפעל געווארן פון דעם אינגערמאן, פינטל. עס איז כמעט נישט דורך א ענטפער אן אריינווארפן דעם "ברוך השם", ווען ער פרעגט אים פשט אויף געוויסע ניגונים זאגט ער מיט א פשטות אז ער האטעס געמאכט אריינצוברענגן אמונה און בטחון אין אידישע קינדער, לעיטס פעיס איט! דאס איז נישט קיין געשפילטע קרעדיט נאטס וואס ס'שטייט אויפן דעקל פון א טעיפ, וואס יעדע זינגער שרייבט דארט "פראם דע דיפעסט אוו מיי הארט איי וואנע טענק מיי דעריסט ווייף צירל פרכטשא" (א גוטער מאן רינגלט נאך איין, 'אה הא קאלד דיס בי דאן וויט אוט יאר סופארט אל דע טיים?.. כ'הער זאגן! הייסט אז קאלן יעדע נאכט ווען מ'ארבעט שווער אויפן טעיפ "ווי ביסטע" הייסט סופארט?.. גוט צו וויסן..), מיי בילאווד טשילדרען (כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן.., מ'קען מיינען אז ער מאכט יעצט דעם מי שברך ימים נוראים ביים ספר תורה..) ענד אוו קארס די בורא כל עולמים טהעט העס דאן עווריטינג פאר מי.. (דא ווארפט מען שוין אריין עפעס א מליצה ווארט פון א ניגון אויפן טעיפ וואס האט מיטן אייבירשטען..), אבער נישט יואלי!!!! מ'זעהט אז ער זאגט דאס אמת'דיג מיטן גאנצן הארץ, זאגט וואס ער מיינט און מיינט וואס ער זאגט! יא!! ס'האט מיך באנומען! און איך בין שטאלץ צו האבן א טעיפ פון אזא אינגערמאן ביי מיר אין שטוב!!! איינער וואס רעדט פון בורא ומנהיג מיט אזא תמימות! נישט נאר ווייל דער ניגון איז שיין, נאר ווייל ער גלייבט באמת דערין. פארשטייסט שוין פארוואס ער איז ר' יואל?? (דיסקלעימער: על טעם וריח אין ל.. ווער ס'האלט אנדערש זאלעם ווייטער רופן יואלי.., און אויב איך שרייב ערגעץ פון דא אין ווייטער יואלי אנשטאט ר' יואל איזעס א טעות הדפוס..)

לאמיר גיין ווייטער.. דער יואלי האלט אין איין זאגן 'ר' הערשל כ'וועל דיר זאגן דעם אמת'.. ס'הייסט איינער אידיך חושד פאר א שקרן?? עה.. איך מאך סתם א זשאק, אבער אזוי זאגט ער אגאנצן צייט.. וואס זאלעך טוהן?!

ווייסט פון וואס נאך כ'האב זייער הנאה געהאט? פון די פרי עדווערטייזמענט וואס זיי ריקן דארט אריין פאר יאמטי ניסלעך..., ווייל אזוי האטעס געדארפט צו זיין!!!!!

ביי מיכאל האבעך זייער ליעב געהאט יואלי'ס ענטפערן אויפן פלאץ, און אזוי גוט ארויסגעברענגט..

ווער? ווייסט נישט?? אוודאי!! יואלי זאגט ער איז נישט מאנקי אין דע מידעל...! וועלכע מחותן ס'צאלט דער איז בעה"ב וואסארא ניגונים מ'זאל זינגען ביי די חתונה...

דא זעה איך שוין אז ער רעדט פון וויכי.. (גילוי אלערט!) ער זאגט אז מענטשן ווייסן שוין א יאר צייט אז ער דארף ארויסקומען מיטן טעיפ.. פון ווייסן זיי מיינט עטץ אז נישט פון אייוועלט??? וויכי ווי ביסטע? לאמיך דיר געבן א קניפ אין בעקל.. אה דא ביסטע, קום אהער צדיק'ל.. נאדיר איינס! די באקן זאלן דיר רויט ווערן.. יואלי שווארץ זאגט פאר הערשל אז די האסט געמאכט א גוטן זשאב..

אוועראל איז די שמועס זייער אינטערעסאנט.. ווער עס ווילעס הערן זאל זאפארט רופן קול מבשר, ס'קאסט נישט קיין פעני!! א שאד צו פארפאסן..

בעק טו יא יואלי שווארץ (זאלעך שרייבן דיין ניק? נעה! איך טוה עס נישט..)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ר' ארעסטאנט, (איך גיי נישט זאגן פארוואס איך רוף עם ר'...) איר ווייסט וואס גוט מיינט? לאמיך דיר זאגן, דו ביסט אויסדריקליך נישט גוט, דו ביסט סאאך בעסער פון גוט...

אז מ'רעדט שוין, זאג מיר, איינער זאגט מיר אז דו האסט געהערט אויף קול מבשר די אינטערוויא מיט יואלי שווארץ, ס'איז אמת? ער זאגט מיר אז ס'איז א סוד, כ'זאל נישט זאגן פאר קיינעם...

ארעסטאנט, דו ביסט נאך היבש יונג דא, אבער פארט ריזיג!!! וואו ביסטו געווען ביז היינט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אזוי אינג און שוין אין תפיסה?.. אבער פאר אונז האט זיך אלעס געלוינט, ווייל מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט דיינעם!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ארעסטאנט, ווידער א ריזיגער ריוויו!

ביסט שוין באלד בעסער ווי (ר') יואלי און ר' הערשל אויפן אינטערוויו.

כה לחי! גיי אן מיט דיינע באשרייבונגען, מיינונגען, אנאליסטן וכדו'. מיר האבן נאר הנאה דערפון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

קרעמער האט געשריבן: אזוי אינג און שוין אין תפיסה?.. אבער פאר אונז האט זיך אלעס געלוינט, ווייל מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט דיינעם!


נעה, עס לוינט זיך אז א איד זאל זיצן אין תפיסה כדי מיר זאלן זיך באלעקן מיט די גוטע סחורה וואס דער ארעסטאנט שרייבט?:o

זיכער א פליטת פה:roll:
סתם א לץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם א לץ »

אךשמח האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: אזוי אינג און שוין אין תפיסה?.. אבער פאר אונז האט זיך אלעס געלוינט, ווייל מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט דיינעם!


נעה, עס לוינט זיך אז א איד זאל זיצן אין תפיסה כדי מיר זאלן זיך באלעקן מיט די גוטע סחורה וואס דער ארעסטאנט שרייבט?:o

זיכער א פליטת פה:roll:


שמאכטן זאל ער!!די רגע וואס ער קומט ארויס פון דארט וועט ער דאך נשיט הבן קיין צייט פאר אונז
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

סתם א כ'וויל נישט זאגן וואס.. די הערסט אויף?! נו נו ווארט נאר ווארט.. אוי העטמען דיך צופיקסן.. ווען עס העט זיין 2 אנטקעגן איינס..

--
צייטליך!!?? צייטליך!!?? איינער האט געזעהן צייטליך?? ווער עס זעהט אים זאל אים זאגן אז מ'דארף דא א קרעין צוריקצושלעפן די נושא צום ענין.. עס איז שוין היבש שווער..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

נו מילא, אויף א לץ קען מען דאך נישט פרעגן קיינע פראגעס8.)אבער קרעמער איז דאך א מגיד שיעור, קוק נאר וואס פאר א טיפזיניגע שיעורים ער געט דא אראפ כסדר:shock:

הער אויף, הייב מיר נישט אן צו פארהערן ווייל.....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אךשמח האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: אזוי אינג און שוין אין תפיסה?.. אבער פאר אונז האט זיך אלעס געלוינט, ווייל מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט דיינעם!


נעה, עס לוינט זיך אז א איד זאל זיצן אין תפיסה כדי מיר זאלן זיך באלעקן מיט די גוטע סחורה וואס דער ארעסטאנט שרייבט?:o

זיכער א פליטת פה:roll:

ווילאנג איך ווייס אז ער דרייט זיך אויף דער פריי און רופט זיך נאר ארעסטאנט ביי אונז אין קרעמל, וואט די העק?
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

בנוגע די קאווער, האט מען עס דא קריטיקירט אז עס איז נישט גענוג שיין....
האמת אומר, אז נאכן הערן אז דאס האט א 18 יעריג בחור'ל געמאכט, מוז מען זאגן אז פאר די יארן, האט ער געמאכט א מייסטער ארבייט!
רואים כי לגדולות נוצר...
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ווארום פון וואנעט נעמסטו דאס?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אינטערסאנט אז יואל איז נאכנישט הייזעריג ער זינגט שוין איבער א וואך און איין צו דא ביי מיר אין אפיס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אקעי ביי דיר איז כאטש דער פראבלעם נאר הייזעריק.. האטער דאך שוין מסביר געווען אויפן קול מבשר אינטערוויא אז ער שלינגט אראפ צוויי געלעכלעך פון די אייער און ס'איז מסודר... אבער ביי מיר דארף ער דאך לכאורה צוקראכט ווערן ווערן פון איבערזינגן אזויפיל מאל נאר 4 ניגונים: זכור, געדארפט צו זיין, ואתם הדבקים, חנינא...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

ארעסטאנט האט געשריבן: ווארום פון וואנעט נעמסטו דאס?

אז ער האט עס דיזיינט?
זיין נאמען איז יענקי מאייער

געהערט פון א אינסיידער.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אז דע רעדסט שוין פון חנינא, איך ווער משיגע פון די ניגן היינט האב איך געמאכט "רפיט" אויף מיין סי די פליער און די קאר און עס האט געקראכט אבער נאך ווי געקראכט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

ס'די ערשטע מאל וואס כ'זעה מ'זאל לייגן טייטש פון די ניגונים אין די קאווער, און ס'געפעלט מיך גראדע.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יא, ס'א זיסע איידיע!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

1x1 האט געשריבן: ס'די ערשטע מאל וואס כ'זעה מ'זאל לייגן טייטש פון די ניגונים אין די קאווער, און ס'געפעלט מיך גראדע.

מבין נומ 1 האט געשריבן: יא, ס'א זיסע איידיע!

ס'מערסטע געפעלט מיר דער "חנינא" ניגון וויאזוי זיי האבן עס געמאכט ווי די "ארטסקרול" מיט די לשון הקודש....

(גראדע האב איך געטראפן אבער קליינליכע טעותים, למשל ביים ניגון 'חברים' האט ער פאגעסן צו פונטלען און פארגרעסערן די ווערטער 'ויקבץ נדחינו', ווי אויך ביים ניגון 'אקוד' צום סוף ביים ווארט 'פון' האט זיך אריינגעשלייכט אן איבריגע ט', און נאך עטליכע דוקדוק טעותים אין פונטלעך - איך זאג דאס נישט צו קריטיקירן ח"ו, נאר פשוט אויפמערקזאם מאכן צום קומענדיגן אויפלאגע )

אדערווייז איז די גאנצע געטייטשעכטס א מאסיווע איידיע!
תורה איז די בעסטע סחורה.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

א שיינע פאר ניגונים אויפ'ן אלבום הייבן זיך אן מיט פיאנאו, כ'קלער צי ס'האט מיט דעם וואס די אראנדזשירער איז א פיאניסט.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך ווייס נישט אויס איך בין משיגע, איך האב געמאכט ריפיט אויף די לעצטע ניגען חנינה היינט א גאנצען טאג און איך בין נאכנישט בארדט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וואס איז דאס ביי די ניגונים וואס שיע פריד האט ארעינדזשד, שטייט אינעם קאווער 'פראגרעמינג: ביי נ"מ שניצלער'. קען מיר איינער זאגן וואס דאס איז?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך כאפ נישט וועלעכער ניגון די רעדסט. אבער מיסתמא איז דארט א חלק פון די מוזיק עלעקטריק/סינטעסייזער און נפתלי משה האט געטוען די פראגרעמינג. סאונד'ס וכדו'. (קאן ווידער זיין אז איך רעדט געהויבענע שטותים. איך קלער נאר)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”