Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס
הרב יואל קליין האט געשריבן: 3) ער זאגט נישט אין ערגעץ - נאכאמאל ער איז נישט קיין דיין- אז מ׳מעג נעמען א סידי וואס מען קויפט פאר זיך און עס אוועקטיילן בחינם פאר א צווייטן וואס דורכדעם וועט דער צווייטער עס נישט קויפן און מאכט א שאדן. אדרבה, ס׳איז ווי דעם איסור פון זיך אוועקשטעלן נעבן יענעמ׳ס געשעפט און טיילן ״יענעם״ פראדוקט און בלאקירן דעם סעיל.
דעת בעל האליידיגערס אויף אייוועלט אנטקעגן א איד וואס הארוועט אריין און א פראדוקט וואס אפילו לויט די שמועס דארף מען זיך רעכענען דערמיט.
לעצטע וואך ביים גרויסען רעגן בין איך געגאנגען אין די גאס, גייענדיג האט מיר אפגעשטעלט א איד וואס איז געשטאנען אינטער א דעכל און געבעטן אויב ער קען מיטקומען מיט מיר אין בית מדרש אינטער מיין שורעם. איך האב עם נישט געלאזט. איך האב נישט געוואלט חס ושלום מאכן שאדן פאר דעם שירעם סוחר.