מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יהיה,
גניבה מאן דכר שמיה?

אולי יש מזיק או גרמא, וגם זה היזק שאינו ניכר. עי' תגובת מיללער לעיל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שוועמל האט געשריבן: יהיה,
גניבה מאן דכר שמיה?

אולי יש מזיק או גרמא, וגם זה היזק שאינו ניכר. עי' תגובת מיללער לעיל.



שכוח, איך זוך טאקע נאך היתירים......

כ'האב נאר מגיב געווען אויף אינו יודע'ס תגובה אז גניבה דאף זיין אויף עפעס וואסיז בעין, דעטס איט
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

גניבה איז נאר איין לא תעשה אין אונזער תורה, ס'איז דא נאך.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אוודאי, מען טאר נישט עסן קיין חזיר, און דינען עבודה זרה...


אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין שאלה בנוגע סידי'ס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

איך מיין אז יא. ס'איז נישט מקובל על הדעת עס זאל זיין מותר אן קיין שום פוקפוק. ס'איז א גרויסע נסיון און אויב איז מען נוגע בדבר קען מען נישט זעהן דעם אמת.
איך אליין האב געהאט אמאל א מעשה ווי כאב שטארק געדארפט/געוואלט טיילען פאר עטליכע אינגעלייט 6 אנדערע סידי'ס פון איין מחבר אז זיי זאלן זיך לערנען די ניגונים.
נו וואס טוט מען? וואס הייסט וואס טוט מען! אז איך שריי אז יענער טאר נישט קאפיען מעג איך דאך אויך נישט?! נו דארף איך עס קויפן, נו לאמיר זעהן.
לאמיר זאגן אז כקען עס קויפן פאר 10$ א שטיק. איז פאר לאמיר זאגן 6 אינגערלייט קומט עס אויס $360 וואס אויב קאפי איך עס קאסט עס $0.
הייב איך אן צו זוכן פון אינטערן טיש התירם אהער און אהין כאנישט געוואלט צאלן דעם סכום און כאב אויך נישט געוואלט קאפיען. ביז ס'איז מיר בייגע-פאלן
כ'זאל אנרופן דעם מחבר און עם זאגן וואס און פארוואס איך וויל טהון און כאב געגלייבט ער וועט זיכער מסכים זיין. וכך הוה און שלום על ישראל.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

ביי - די - וועי - יונתן שווארץ האט מודיע געוועהן ברבים אז פון היינט איז ער מוחל בלב שלום ווער עס קאפיט זיינער סידיס. עס איז א פארלוירענע קאמף. ער מאכט זיינע סידיס יא ווייטער פון דעסוועגן ווייל אידן האבן דערפון חיזוק.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לעניית דעתי האט געשריבן: ס'איז נישט מקובל על הדעתעס זאל זיין מותר אן קיין שום פוקפוק



דאס מיינט הרגשים, נישט הלכה.

עס איז דא פוסקים וואס שרייבן קלאר אז מען מעג, והא ראי' אז מען מאכט א תנאי אז עס ווערט א שכירות למפרע, אדער א נמכר בתנאי וכדומה, ווייל סתם אזוי איז עס לכאורה מותר, לויט ווי עס האט מיר אויסגעקוקט.

לעניית דעתי האט געשריבן: ביי - די - וועי - יונתן שווארץ האט מודיע געוועהן ברבים אז פון היינט איז ער מוחל בלב שלום ווער עס קאפיט זיינער סידיס. עס איז א פארלוירענע קאמף. ער מאכט זיינע סידיס יא ווייטער פון דעסוועגן ווייל אידן האבן דערפון חיזוק.



דאס הייסט אז איך מעג שוין מאכן קאפיס פון זיינע סידי'ס?


איך האלט מיר שוין איין זייער לאנג.

(סתירה מיט וואס איך האב געשריבן אויבן??)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איך זע דאס רוב פון מיינע הצעות זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן לעיל ומשם תד' לטובה.

1 זאך וויל איך מוסף זיין, אז ס'קען זיין אז אפי' ווען דער מוכר האט רעכט צו אסר'ן מיינט נאכנישט אז דער עובר איז א גנב, דער עובר קען זאגן רוף מיך צו דין תורה, אז די רופסט מיך נישט איז עס דיין שאדן. ס'איז מן הסתם נישט אמת אבער חומר למחשבה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

שאינו יודע האט געשריבן:
לעניית דעתי האט געשריבן: ס'איז נישט מקובל על הדעתעס זאל זיין מותר אן קיין שום פוקפוק

דאס מיינט הרגשים, נישט הלכה.


הרגשים מצד הלכה. כאב נאך נישט געהערט וואס א דיין ענטפערט מצד ואהבת לרעך כמך.
דור המבול האבן געגאנבעט ווייניגע ווי א פרוטה יעדער איינער, ביז פון אלע ווייניגע פון פרוטה'ס יצא פלוני נקי מנכסיו
און א גאנצע מבול האבן זיי זיך פארדינט. אפילו אויב דארט איז דער פחות משוה פרוטה געוועהן א חפצה און דא איז עס דאס אויך נישט
אבער דומה איז עס נאך אלץ און דער תוצאה איז די זעלבער. אויב איז עס נישט גזל איז עס אבק גזל.
האט עס דער אייבערשטער אויך נישט ליב. ויראת מאלקיך.

אויף דער גמרא פון רובם בגזל זאגט דארט רש"י זייער אן אונטערעסאנטן לשון עפעס: מ' האלט צירוק א רווח וואס קומט זיך זיין חבר.
זענען דא אסאך תלמידי חכמים דא, אפשר קען עס איינער אויף זיכן כמיין עס איז אין בבא בתרא.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז נאכאלס נישט דומה צו א זאך וואס באלאנגט אינגאנצן צו דיר, און דו ביסט בארעכטיגט צו טון דערמיט וואס דו ווילסט.

איך פאר מיר מאך איך נישט, אלס הרגש, אבער נישט אלס הלכה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

כרעד בכלל נישט פון קאפיען פאר זיך פון א סידי וואס די האסט אליין געקויפט. סארי אויב איז דאס באמת דער נושא.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

סתם אזוי:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... db20db&st= רובם+בגזל&pgnum=104
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

רוב בגזל.
רש"י:
רוב בני אדם חשודין על הגזל כעין גזל שמורין להתירא במשא ובמתן לעכב איש מריוח הראוי לו לחבירו:
http://www.hebrewbooks.org/shas.aspx?me ... format=pdf
ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יצחק »

דאס גייט שוין אריין אין די נושא, פון מניעת הריוח אויב עס הייסט הפסד ממון.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ער זאגט דאך אז רש"י רופט עס "גזל"!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיללער האט געשריבן: אבער איך קלער אז דער מוכר קען זיך אויסנעמען א תנאי אז אויב יענער מאכט א קאפי איז ער מבטל די מכירה למפרע און פון יענע מינוט אן איז דער אריגינעלער סידי בגניבה אצלו, און יא אז ער וויל קען ער קומען צוריקנעמען זיין געלט, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס ברויך גיין בשכירות.

דאס הייסט אז ער מעג בלייבן מיטן קאפי, און ער באקומט צוריק די געלט פארן ארגינעלן?
טרעף מיר א זינגער וואס גייט צוריקצאלן די געלט!

כ'האב אמאל געהערט א מעשה פון א דיין וועלכער האט געזאגט זיין זון זאל אנרופן ובלכתך בדרך - אדער קרן שמואל ישעי'​ - מיטן פאלגענדען קשיא: ער האט געקויפט א סידי וואס ס'שטייט דערויף נמכר בתנאי שלא להעתיקו און עס ווערט שכירות וכו'... ער האט עס אויסגעהערט און ער האט יא געמאכט א קאפי וויל ער וויסן וואו ער קען צוריקגעבן יעצט דער סידי און צוריקבאקומען די געלט היות אז דער מקח איז נישט קיין מקח, שטייצעך אז זיי האבן אויף אים אראפגעקלאפט ס'טעלעפאן.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

הדברים עתיקין, קיין דיין בינעך נישט, אבער כ'האב שוין דורכגעטון די נושא אויף כמה אופנים, און די מסקנא איז ווי אנדערע האבן שוין דא אויפגעברענגט, אז די אלע אוסרים (ליין: טעיפ ארויסגעבערס) האלטן זיך אן אין שפינוועבעכטס, און זיי ווילן איינוויקלען דעם עולם דערמיט.

שורת הדין קומט אויס קלאר פון שו"ע ופוסקי זמננו (די וואס האבן נישט מורא צו זאגן דעם פון אמת), איז נישטא קיין שום גניבה אדער היזק שאלה ביים קאפיען א טעיפ וואס באלאנגט פאר דיר, אזוי לאנג דו פארקויפסט עס נישט, אפי' דו מאכסט עס פאר יענעם, פאר זיך קענסטו רואיג אוועקלייגן א קאפי פאר די קאר וכדו'.

אלס מענשטליכקייט (ואהבת לרעך, וואטעווער), אדער אויב האסטו אן אינטערעס אז יענער זאל וועלן ארויסגעבן נאך טעיפ'ס, איז דא א מקום זיך איינצוהאלטן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך האב געפרעגט דריי דיינים. כולם פה אחד האבן געזאגט (און געבעטן נישט מפרסם צו זיין זייער נאמען צוליב פרעשור פון די מו"ל) אז עפ" הלכה איז נישטא קיין שום איסור אויף קאפיען סידיס. איינער פון די דריי איז א גרויסער אנגענומער פוסק לאנ"ש, ער האט געזאגט לגבי דעם ענין פון ועשית הישר אז אויב איז עס א טעיפ וואס אויב דו האסט נישט פון וואו צו קאפיען וואלטסטו עס געקויפט, אדער קויף עס אדער שיק יענעם אפ דעם צענער-פופצן. אבער אויב איז עס א טעיפ וואס דו וואלסט קיינמאל נישט געקויפט, נאר אז ס'איז דיר אונטערגעקומען צו די האנט מאכסטער א קאפי איז נישטא קיין ועשית הישר אויך נישט, ווייל ס'איז נישט קיין מניעת הריוח.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

זאל ער קומען האט געשריבן: איך האב געפרעגט דריי דיינים. כולם פה אחד האבן געזאגט (און געבעטן נישט מפרסם צו זיין זייער נאמען צוליב פרעשור פון די מו"ל) אז עפ" הלכה איז נישטא קיין שום איסור אויף קאפיען סידיס. איינער פון די דריי איז א גרויסער אנגענומער פוסק לאנ"ש, ער האט געזאגט לגבי דעם ענין פון ועשית הישר אז אויב איז עס א טעיפ וואס אויב דו האסט נישט פון וואו צו קאפיען וואלטסטו עס געקויפט, אדער קויף עס אדער שיק יענעם אפ דעם צענער-פופצן. אבער אויב איז עס א טעיפ וואס דו וואלסט קיינמאל נישט געקויפט, נאר אז ס'איז דיר אונטערגעקומען צו די האנט מאכסטער א קאפי איז נישטא קיין ועשית הישר אויך נישט, ווייל ס'איז נישט קיין מניעת הריוח.

קורץ און שארף!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אין הלכה קען מען נישט ציען לכאן ולכאן, ווייל די הלכה טויטש זיך מיט יעדן ציה…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

יעך האב געפרעגט א דיין לגבי תורה טיעפס, צו עס איז טאקה גניבה און בשכירות 100 א טאג?
זאגט ער.
1. פאר דיר אליינס איז א שאלה אפשער. האבעך זיי גערופען און זיי זאגען אז לפרטי למשל צו האבען און קאר או באפיס מעג איך.
2. פאר א צווייטען קענען זיי נישט אסור'ן (מען קען נישט אסור'ן תורה אויף אנדערע), וכן אז איך בארג פון איינעם ברשות מעג איך טוען וואס איך וויל....
דאס איז לכאורה לגבי תורה טעיפס וכו... אבער אנדערע זאכן איז שוין געברענגט אויבען
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

אַבּערוואַס האט געשריבן: הדברים עתיקין, קיין דיין בינעך נישט, אבער כ'האב שוין דורכגעטון די נושא אויף כמה אופנים, און די מסקנא איז ווי אנדערע האבן שוין דא אויפגעברענגט, אז די אלע אוסרים (ליין: טעיפ ארויסגעבערס) האלטן זיך אן אין שפינוועבעכטס, און זיי ווילן איינוויקלען דעם עולם דערמיט.

שורת הדין קומט אויס קלאר פון שו"ע ופוסקי זמננו (די וואס האבן נישט מורא צו זאגן דעם פון אמת), איז נישטא קיין שום גניבה אדער היזק שאלה ביים קאפיען א טעיפ וואס באלאנגט פאר דיר, אזוי לאנג דו פארקויפסט עס נישט, אפי' דו מאכסט עס פאר יענעם, פאר זיך קענסטו רואיג אוועקלייגן א קאפי פאר די קאר וכדו'.

אלס מענשטליכקייט (ואהבת לרעך, וואטעווער), אדער אויב האסטו אן אינטערעס אז יענער זאל וועלן ארויסגעבן נאך טעיפ'ס, איז דא א מקום זיך איינצוהאלטן.

ואהבת לרעך איז נישט קיין מענטשליכקייט אישא, ס'איז פון די תרי"ג מצוות, והמקיימו צדיק והעובר רשע. דאס איבריגס (אז די אלע אוסרים (מטעם גניבה) האלטן זיך אן אין שפינוועבעכטס) האלט איך מיט דיר.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

כ'מיין אז אויב מ'מעג מעג מען, און ס'נישט שייך צו שרייען ואהבת לרעך, אפשר עסטו זאגן אז א מענטש טאר נישט תובע זיין זיין חבר לדין תורה וועגן ואהבת?
אבער בגדר קען מען עס נאך אפשר פלאצירן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שוועמל האט געשריבן: כמה שאלות אקטואליות:

א) איך וויל וויסן צי מאכן קאפיס פון אלטע טעיפס איבער 10-20 יאר אלט, איז אויך דא א פראבלעם.

למעשה אין אלטע ספרים זעט מען קלאר דער איסור השגת גבול איז לרוב געווען שייך נאר אויף צען יאר (ווי חננאל דערמאנט פאר פיר יאר צוריק), מסתמא ווייל ביז דאן איז מען משער וועט ער צוריק מאכן דאס פארדינסט פון זיין השקעה אבער שפעטער איז שוין רפוי ידיהם (די גוטע ווארט?...) של המוכר/מדפיס האט ער שוין נישט קיין הקפדה.
וויל איך וויסן צי ביי אלטע מבד אדער ווערצבערגער טעיפס איז אויך אזוי. איך מיין מענטשן זענען מקיל ביי יאסעלעס און יו"ט ערליך טעיפס, וצ"ע.


א דאנק פארן ענטפערן, עס איז נוגע למעשה

למעשה איז דא אפי' א קליינע חשש ביי די אלטע טעיפס?
למשל ר' יו"ט ערליך'ס טעיפס, אדער די שמע בני מעשה טעיפס וכדו'??
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: כמה שאלות אקטואליות:

א) איך וויל וויסן צי מאכן קאפיס פון אלטע טעיפס איבער 10-20 יאר אלט, איז אויך דא א פראבלעם.

למעשה אין אלטע ספרים זעט מען קלאר דער איסור השגת גבול איז לרוב געווען שייך נאר אויף צען יאר (ווי חננאל דערמאנט פאר פיר יאר צוריק), מסתמא ווייל ביז דאן איז מען משער וועט ער צוריק מאכן דאס פארדינסט פון זיין השקעה אבער שפעטער איז שוין רפוי ידיהם (די גוטע ווארט?...) של המוכר/מדפיס האט ער שוין נישט קיין הקפדה.
וויל איך וויסן צי ביי אלטע מבד אדער ווערצבערגער טעיפס איז אויך אזוי. איך מיין מענטשן זענען מקיל ביי יאסעלעס און יו"ט ערליך טעיפס, וצ"ע.


א דאנק פארן ענטפערן, עס איז נוגע למעשה

למעשה איז דא אפי' א קליינע חשש ביי די אלטע טעיפס?
למשל ר' יו"ט ערליך'ס טעיפס, אדער די שמע בני מעשה טעיפס וכדו'??

לויט די מתירים איז דאס נישט קיין שאלה, אפילו לויט די אוסרים אויב פארקויפט מען דאס מער נישט אויפן גאס איז דאס אויך נישט קיין פראבלעם, (פאר וועמען פונקטליך זאלסטו געבן די געלט...)
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”