קאר פראגע: פלאגן א רעדל
איצט שטעלט זיך די פראגע: איז עס גענוג שטארק, קען עס האלטן לאנג?
איז עס די זעלבע שטארק ווי א געהעריגע פעטש אדער עס וועט האלטן פון דעם עלות ביזן משיכיר?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
bailout האט געשריבן: קיינמאל געהערט פון די פלאג, קען מען דאס קויפן אין א פארטס געשעפט און אליין אריינלייגן?
פון יעצט האט געשריבן: א שטיק צייט צוריק האבעך באקומען א לאך אין די זייט (יא יא. דארט וואו מ'קען נישט פלאגן) איך גיי צו א טייער (שוין איינמאל טייער) שאפ זאגטעמער דארפסט טוישן רעדל און אזוי אויך א צווייטער שאפ
בינעך אנגעקומען צו איינעם וואס האט מיר געלייגט א פעטש אבער ער האצעך אויסגענומען פארדעם אז ס'איז נישט גאראנטירט. שיער פארגעסן. כאמעך געדארפט איינבעטן
למעשה פאר איך שוין ארום אפאר חדשים אזוי און ס'פיין
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פון יעצט האט געשריבן: א שטיק צייט צוריק האבעך באקומען א לאך אין די זייט (יא יא. דארט וואו מ'קען נישט פלאגן) איך גיי צו א טייער (שוין איינמאל טייער) שאפ זאגטעמער דארפסט טוישן רעדל און אזוי אויך א צווייטער שאפ
בינעך אנגעקומען צו איינעם וואס האט מיר געלייגט א פעטש אבער ער האצעך אויסגענומען פארדעם אז ס'איז נישט גאראנטירט. שיער פארגעסן. כאמעך געדארפט איינבעטן
למעשה פאר איך שוין ארום אפאר חדשים אזוי און ס'פיין
קום אבער נישט וויינען דא אז דו ביסט סטאק אויף ראוט ווייס איך וואו און דיין רעדעל איז געגאנגן פייפן און די נענטסטע שאפ איז 18 מייל און חברים האט נישט קיין מעמבער אין יענע געגנט.....
פרא-חסיד האט געשריבן: מענין לענין, אין א שניי ווען די רעדער דרייען זיך אן אפשטעל און מקען נישט ארויסקריכן, איז דא א מוראדיגע עצה. איך שטעל א לינק ווייל איך קען נישט אטאטשירן בילדער. די שפיץ געדאנק איז, צו האבן א פעקל זיפ טייס אין קאר, אין על כל צרה שלא תבוא ניצט מען עס ווי די טשעינס. סאיז נישט געמאכט צו פארן ווייט, אבער אויף ארויסצוקריכן איז עס פיין.
https://www.google.com/amp/www.instruct ... _page=true
ממוז נישט פונקטליך פאלגן, די גרויסע אליין איז געווענליך גענוג.