רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

גליון פועל ישועות שלח תשפ"ג
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_1.jpg
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_1.jpg (329.33 KiB) געזען 601 מאל
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_2.jpg
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_2.jpg (113.92 KiB) געזען 601 מאל
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_3.jpg
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_3.jpg (316.93 KiB) געזען 601 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

המשך
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_4.jpg
פועל ישועות גליון 3 תשפג_Page_4.jpg (98.48 KiB) געזען 601 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

זיין הייליגער פאטער דער טוריסקער מגיד האט אים געוואונטשן הצלחה וכל מי שישתתף עמו גם הוא יצליח!
MM - 5783 - Shabbos Sponsorship.jpg
MM - 5783 - Shabbos Sponsorship.jpg (61.49 KiB) געזען 581 מאל
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הסכמה על ספר קהלת משה
אטעטשמענטס
KOZMIRR.jpg
KOZMIRR.jpg (231.62 KiB) געזען 550 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

זיין הייליגער פאטער דער טוריסקער מגיד האט אים געוואונטשן הצלחה וכל מי שישתתף עמו גם הוא יצליח!
מה המקור לזה ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

dovidal האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 4:32 pm
זיין הייליגער פאטער דער טוריסקער מגיד האט אים געוואונטשן הצלחה וכל מי שישתתף עמו גם הוא יצליח!
מה המקור לזה ?
הקדמת בן אחותו רבי ניסן יהודא ליב מקיעלץ לספה"ק מאמר מרדכי.
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

איינער ווייסט אפשר צו ס'גייט זיין א עולם דאס יאר וואס ווי ווען הכנסת אורחים?
השע ממנו ו"אבליגה" בטרם אלך ואיננו תהילים לט

[email protected]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אבליגה האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 5:56 pm
איינער ווייסט אפשר צו ס'גייט זיין א עולם דאס יאר וואס ווי ווען הכנסת אורחים?
זיכער וועט זיין א עולם...
איך ווייס פון עטליכע קבוצות וואס וועלן דארטן זיין במשך די טאג.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

לחיים! זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי מרדכי ב"ר אברהם זי"ע, (טווערסקי), בעל מאמר מרדכי, מקאזמיר
איז געבוירן אין שטאט טריסק, בשנת ת"ר.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי אברהם בעל מגן אברהם המגיד מטריסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי המגיד מטשערנאביל זי"ע,
בן הרה"ק רבי מנחם נחום בעל המאור עינים מטשערנאביל זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת ריקל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב אריה שפירא מקובלא זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע.

ווי צדיקים האבן דערציילט האט דער טאטע המגיד מטריסק זי"ע אסאך מתפלל געווען אז ער זאל זוכה זיין אראפברענגען די נשמה פונעם הייליגען טשערנאבלער מגיד זי"ע אויף די וועלט.
ווען דער קינד איז געבוירן געווארן האט דער טאטע א נאמען געגעבן פאר דעם קינד "מרדכי" נאכן הייליגען זיידע דער טשערנאבלער מגיד, און אויך נאכן זיידע הרה"ק רבי מאטעלע נעשכיזער זי"ע.

ווען ער איז געווען 8 יאר אלט איז ער געגאנגען צו א ברית מיט זיין טאטע דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע, וואס איז געווען סנדק ביים ברית.
ביים ברית האט דער קליינער מרדכי געזען א אלטן איד זיצן אויפן כסא של אליהו, האט ער געפרעגט דעם טאטן ווער איז דער איד, האט דער טאטע געזאגט, דאס איז אליהו הנביא ז"ל, און געהייסן פארן קינד זאל זיך אויך זעצן נעבן אליהו הנביא ז"ל.

ער איז געווען א צדיק און א פועל ישועות, ער איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח בשעתו, די גרעסטע צדיקים אין פולין האבן געשיקט אידען צו אים זאגענדיג אז ביים קאזמירער ווערט מען געהאלפן.

אויך איז ער געווען א גרויסע מתמיד, ער איז געווען באוויסט מיטן זאגן דברי תורה מיט געוואלדיגע רעיונות און גימטריות.
ער האט זיך זיין גאנצע לעבן מסגף געווען, ער איז נישט געשלאפן אין א בעט נאר ער איז געשלאפן שטייענדיג ביים וואנט.
הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט מעיד געווען אז זיין גרויסע מדריגה אין קדושה איז געווען א חידוש אפילו אין די צייטן פון תנאים און אמוראים.
אויך איז דער צדיק געווען א ווארעמע בעל תפלה, ער האט הונדערטער אידישע קינדער מעורר געווען צו תשובה און תיקון המעשים, ורבים השיב מעון.

איינמאל איז געווען אן אסיפה פון די צדיקי דורו אין פולין, און עס איז געווען א דין ודברים צווישן די צדיקים ווי אזוי מען זאל זיך פירן איבער א נושא, און רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע האט געזאגט זיין חוות דעת.
האט הרה"ק רבי מאיר יחיאל מאוסטרובצא זי"ע געזאגט אז מען זאל טון אזוי ווי דער צדיק מקאזמיר האט געזאגט ווייל ער איז א "פועל ישועות", און דאן האט הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע געזאגט אז ער האט אויך געהערט פון זיין טאטן הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע אז דער הייליגער קאזמירער איז א פועל ישועות, און מען האט טאקע אנגענומען דעם חוות דעת פונעם הייליגען קאזמירער זי"ע.

עס שטייט אין ספר מאמר מרדכי וואס הרה"ק ר' ניסן לייב מקיעלץ זי"ע ז"ל האט געדריקט, בזה"ל, "והנה לצייר ולספר כאן מתוקף פרשת גדולת וקדושת דודי ז"ל, תקצר היריעה מהכיל.
….וכמה מעשים נוראים ונפלאים הראה כמו בימי הבעש"ט הק' זי"ע".
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום מאנטאג יוני 26, 2023 11:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה,
בת הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זי"ע.
נאך די חתונה האט ער געוואוינט ביים שווער אין קארלין, און די שווער האט דעם איידעם שטארק מחבב געווען.
שפעטער האט ער זיך צוריק געצויגען צום שטאט פון זיין טאטן אין שטאט טריסק.
ווי עס איז באקאנט האט דער צדיק אסאך עוסק געווען אין ארומפארן אין שטעט, און אין יעדן ארט ווי ער איז אנגעקומען האט ער עוסק געווען אין ברענגען אידישע קינדער נענטער צום הייליגען באשעפער.
בשנת תרמ"ה האט די מלכות הרשעה פון רוסלאנד צוליב דעם גוזר געווען אויפן רבין און זיין ברידער הרה"ק רבי מנחם נחום זי"ע אז מען זאל זיי פארטרייבן פון שטאט טריסק און פון דעם שטאט זיטאמיר, איז ער צוזאמען מיטן ברידער אנטלאפן צום שטאט שפיטיווקא, און דאן זענען זיי אריבער צום שטאט וולאדאווקע,

ווען דער צדיק איז זיך געגאנגען געזעגענען פון זיין טאטן זי"ע האט דער זוהן זייער געוויינט, און געפרעגט "ווי גיי איך", האט דער טאטע געזאגט פארן זוהן, זיי נישט צובראכן, דער הייליגער באשעפער וועט זיין מיט דיר איבעראל, און איך בין דיר מבטיח אז וואו דו וועסט נאר אנקומען וועט מען דיר אויפנעמען מיט יראת הכבוד, און מען וועט דיך נאכלויפן און צוהערן צו דיר,עס איז איבעריג צו זאגן אז די ברכה פונעם הייליגען טריסקער מגיד איז פולקאם מקוים געווארן, און וואו דער צדיק רבי מרדכי איז אנגעקומען זענען הונדערטער אידן געקומען צו אים.

דערציילט מען אז דער רשע דער גענאראל דרענטל ימ"ש, וואס האט ארויסגעגעבן דעם גזירה אויפן רבין, איז א שטיק צייט שפעטער געפארן אויפן וועג און ער האט דאן געדארפט דורך פארן דעם שטאט טריסק, איז מען געקומען זאגן פארן טריסקער מגיד אז אפשר זאל ער גיין בעטן דעם רשע ווען ער פארט דורך דעם שטאט טריסק אז ער זאל מבטל זיין דעם גזירה אויפן זוהן.
האט דער טריסקער מגיד געזאגט אז ער וויל בשום אופן נישט זעהן דעם צורה פון דעם רשע, נאר איך בעט פונעם אויבערשטן דער מקור הקדושה, אז השי"ת זאל שנעל אומברענגן דעם רשע מיט א מיתה משינה.
די רייד פונעם טריסקער מגיד איז מקוים געווארן און דער רשע אריבערגייענדיג נעבן דעם שטאט טריסק איז אראפ געפאלן פונעם פערד אין אויפן פלאץ געהאט א מיתה משונה, כן יאבדו כל אויביך השם.

ב' תמוז תרמ"ט ווען זיין הייליגע טאטע זי"ע איז נסתלק געווארן האט ער אנגעהויבן פירן דאס רבנות אין וואלדאווקע, אבער ליידער איז פאר דעם צדיק נישט געווען באשערט קיין מנוחה און עס איז ארויס א גזירה אויף אים פון די ממשלה אז מען זאל אים פארטרייבן פון שטאט, דאן איז דער צדיק אנטלאפן אין זיך באזעצט אונעם שטאט נאראל, און דערנאך אריבער אונעם שטאט דאמבראווע.

שפעטער האט די מלכות רוסיא אראפ גענומען די גזירה אויף אים אין ער האט געקענט צוריק קומען קיין פולין, דאן האט ער זיך אויפגעהאלטן פאר בערך דריי יאר אין שטאט פאקשוויניצא, און נאך דריי יאר איז ער אריבער קיין קאזמיר.
בשנת תרס"ה ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה איז דער צדיק אנטלאפן קיין חמעלניק, און נאך אפאר חדשים איז ער אנגעקומען צום שטאט קיעליץ און דארט איז ער געבליגן ביז צו זיין פטירה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דער צדיק האט אסאך עוסק געווען אין קדושת שבת קודש, עס איז נישט מעגליך צו שילדערן זיין הייליגע עבודה וואס איז נישט שייך צו פארשטיין מיט א מענטשליכע שכל.
זיין דביקות אין השי"ת איז געווען ווי א מלאך ה' צבקות, די שטילע שמונה עשרה ביי מנחה ערב שבת האט גענומען צוויי שעה און אזוי איז געווען יעדן וואך שבת קודש, און ווי באקאנט האט דער צדיק אסאך געליטען אויף די פיס אז ווען ער איז געגאנגען אויפן גאס האבן צוויי גבאים אים געברויכט אינטער האלטן, אבער ביי שמונה עשרה איז דער צדיק געשטאנען אויף די פיס פאר צוויי שעה.

דאס עבודה יום הקדוש ביי דעם צדיק איז נישט צו באשרייבן, האט א חסיד דערציילט אז איין יאר אלס בחור זייענדיג ביים רבין אויף יום הקדוש אין דאמבראווא, ווען דער רבי איז אנגעקומען ביי מוסף צום שטיקל "והכהנים והעם העומדים בעזרה" און דער חזן און דער עולם האבן דאס געזאגט מיטן באקאנטן נוסח.
האט דער רבי זיך פלוצלונג צוקרעכצט מיט א טיפן וויי געשריי, און עס האט באטראפן דעם בחור דאס פינטל אונעם הארץ אויף אזוי ווייט אז פון גרויס התרגשות האט דער בחור אויסגעפלאצט אין א געוויין און ער האט פאר צוויי שעה נישט געקענט אויפהערן וויינען, און זינט דאן יעדעס יאר ביי די עבודה איז דער בחור נתעורר געווארן פון די רושם פון יענעם געשריי פונעם צדיק.

אויך סוכות איז די עבודה פון דעם צדיק געווען העכער די כוחות פון א בשר ודם, עס איז ממש געווען אין לשער ואין לספר, דער צדיק איז יעדן טאג געשטאנען מיט די ד' מינים פאר העכער 4 שעה, און די עבודה פון די הקפות אין שמחת תורה איז ממש נישט צום פארשטיין, וואס ווי באקאנט האט דער צדיק גאר שטארק געליטען אויף די פיס, און די דאקטורים וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט דעם רבינ'ס פיס, פלעגן קומען זען דעם למעלה מדרך הטבע'דיגן חידוש ווי דער צדיק טאנצט שעות אריכות אן א אויפהער מיט די ווייעדיגע פיס.

אויך ווערט דערציילט אז דער צדיק האט געהאט א שטארקע חביבות ביים דברי חיים מצאנז זי"ע.
אמאל ווען דער צדיק איז געפארן זיך היילן אין שטאט קרעניץ איז ער אויפן וועג דורכגעפארן די שטאט צאנז, איז ער דאן אריין אויף א באזוך צום הייליגען צאנזער רב זי"ע, דאן האט דער צאנזער רב ארויסגעוויזן א געוואלדיגע שעצונג פאר רבי מאטעלע זי"ע און האט אים צוגעטיילט פיל כבוד, טראץ וואס רבי מאטעלע איז נאך דאן געווען א יונגערמאן פון 30 יאר אלט, און דער צאנזער רב איז שוין דאן געווען א זקן מופלג.
אויך האט ער געהאט גאר א שטארקע ידידות מיט הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע און מיט הרה"ק רבי ישעי' מטשחויב זי"ע.

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר מאמר מרדכי, דורך הרה"ק רבי ניסן יהודה ליב מקיעליץ זי"ע וואס איז געווען זיין שוועסטערס א קינד און אויך פון זיינע גאר חשובע תלמידים.
דער צדיק האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, און עס ווערט דערציילט אז זיין טאטע און שווער האבן געזאגט פארן צדיק אז זיי קענען פוילען קינדער נאר מיטן תנאי אז ער וועט זיך לייגן אין בעט פאר דריי שעה, אבער דער צדיק האט געזאגט אז דאס איז צו א טייערע פרייז צו באצאלן און ער האט נישט מסכים געווען דערצו.
אבער ער האט אויפגעצויגען ביי זיך אין שטוב צוויי פון זיינע פלימעניקס הרה"ק רבי משה יהודה לייב טווערסקי מחעלם זי"ע בן הרה"ק רבי מנחם נחום מבריסק זי"ע וועלכער איז ליידער נפטר געווארן יונגערהייט, און אויך הרה"ק רבי ניסן יהודה לייב טווערסקי מקיעליץ זי"ע, בן הרה"ק רבי דוד מקארוב זי"ע א איידעם ביים טריסקער מגיד, וואס איז אויך נפטר געווארן יונגערהייט.

ער האט איבער געלאזט זיין צוואה און דארט האט ער געבעטן, אז נאך זיין פטירה זאל מען קומען זיך משתטח זיין ביי זיין ציון, און לערנען משניות און זאגן תהילים און אנצינדען א ליכט לעילוי נשמתו, און ער וועט זיך מיען בעולם העליון פאר די אידן וואס טוען א טובה פאר זיין נשמה.
דעם טאג פון זיין פטירה איז דער צדיק געגאנגען אין מקו', ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געבעטן אז מען זאל אים ברענגן די פרי "קירשין" אין געמאכט א שהחיינו און טועם געווען, דאן האט זיך דער צדיק אוועק געזעצט אויפן בענקל און אריין אין א געוואלדיגע דביקות, און דאן האט דער צדיק צוריק געגעבן זיין נשמה טהורה לבוראו.

נסתלק לגנזי מרומים ח' תמוז תרע"ח.
ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין קעליץ, און דאס פלאץ איז געווען א מקום ווי אידן האבן אלע יארן געזען ישועות, אין יעדע עת צרה אין זמני התעוררות פלעגן קומען אידען זיך אויסוויינען אין דעם מקום קדוש.
בפרט אינעם יום מסוגל " ח' תמוז " פלעגן אידען קומען פון נאנט און ווייט ובראשם גרויסע אדמורי"ם לבית טשערנאבעל און טריסק להפקד בדבר ישועה ורחמים.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום מאנטאג יוני 26, 2023 11:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ווען רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע איז נאך געוועהן א יונגערמאן, איז ער געווען ביי זיין הייליגן פאטער דער טריסקער מגיד זי"ע הושענא רבה בשעת דער הקפות מיט די ד' מינים, ווען דער טריסקער מגיד גייט ארום אין זיינע קינדער גייען מיט אינטער איהם.
אינמיטן געט זיך דער טריסקער מגיד א דריי אויס צו זיין זוהן ר' מרדכי אין געט איהם א זאג "מאטעלע! די מלאכים האסטו שוין איבערדערשראקן וועם ווילסטו נאך איבערשרעקן!".

די אידן וואס האבן נאך זוכה געווען צו זיין ביים יארצייט פונעם הייליגען צדיק רבי מרדכי מקאזמיר אין שטאט קעליץ, דערציילן דאס גרויסקייט פונעם יום היארצייט, אז ביי די תלמידים פונעם רבין איז די יארצייט פון זייער רבין מקאזמיר געווען ממש ווי עצם יום הקדוש, טויזנטער אידן זענען געקומען צו פארן צום ציון הקדוש, די התעוררות ביים ציון איז נישט צום באשרייבן, צדיקים זענען געשטאנען ביים ציון פאר שעות אריכות און אויסגעזאגט גאנץ תהילים מיט א השתפכות הנפש, און געזען גרויסע ישועות.

א חסיד איז איינמאל געקומען מיט א קוויטל צום צדיק רבי מרדכי מקאזמיר זי"ע, ווען דער צדיק האט געליינט דעם קוויטל האט ער א פרעג געגעבן דעם איד, וואס מאכן די קינדער, האט דער איד געזאגט ברוך השם, אבער ווען דער צדיק האט איבער געפרעגט נאכאמאל די פראגע, האט דער איד גלייך פארשטאנען אז עפעס גייט פאר.
דער איד איז גלייך אהיים געלאפן און געזען אז דאס גאנצע הויז שלאפט, און דאס איז געווען אינמיטן די טאג, דער איד האט גלייך פארשטאנען אז עפעס איז נישט גוט דא, האט ער גלייך געכאפט זיינע קינדער און די גאנצע משפחה ארויסגעטראגען פונעם שטוב, און דאן האט דער איד אויך אנגעהויבן פילען א שוואכקייט, האט ער גלייך פארשטאנען אז די לופט אין שטוב איז פארפעסטיגט געווארן כמו קארב'ן מענאקסיי'ד, און דער צדיק האט דאס גלייך מרגיש געווען, און דורך דעם געראטעוועט די גאנצע משפחה.

געהערט פון הרה"ח ר' מאטל אורז'ל זצ"ל.
כידוע איז געווען די דרך ביי צדיקי בית טריסק צו מאכן השוואות. דאס הייסט אז ווען די חסיד איז אריינגעקומען צום רב'ן מיט א בקשה, האט די רבי פארגעלייגט א געוויסע סכום פון געלט וויפיל יענער זאל געבן.
(ס'נישט געווען קיין כלל און ס'האט זיך אויך געקענט מאכן אז די רבי האט געזאגט אז מ'דארף גארנישט געבן).
און געווענטליך פלעגט מען אהיים גיין עס ברענגען אדער קומענדיגע מאל מ'איז געקומען צום רבי'ן האט מען עס געברענגט, און דערווייל פלעגט די גבאי אויפשרייבן אין זיין ביכל די חוב.

איז געווען א אינגערמאן וואס איז געקומען צום רבי'ן און געוואלט אריינגיין, אבער די גבאי האט עם נישט געלאזט ווייל ער האט נישט באצאלט די חובות פון די פריערדיגע פאר מאל.
אבער דער אינגערמאן האט געפערליך פארפירט אז ער מוז אריינגיין יעצט צום רבי'ן און ס'איז געווארן קולות דארט אין ווארט צימער.
אנמיטען עפענט זיך די טיר און די רבי פרעגט, וואס גייט דא פאר?
האט מען עם געוויזן אויף דעם אינגערמאן אז ער וויל אריינגיין אבער ער האט נאך אלטע חובות וואס ער וויל נישט צאלן, האט די רבי געזאגט נו, זאל ער אריינקומען...
ווען דער אינגערמאן איז ארויס, האט די רבי זיך אנגערופן: 'וואס מיינט ער? איך דארף זיין געלט?
אבער מיט וואס דען זאל איך האבן א קשר מיט עם, צו דען מיט זיין תורה ותפילה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

אמאל האט רבי מאטעלע מקאזמיר זי"ע געדארפט דורך גיין אן אפעראציע אויף די אויגן ר"ל, און ער איז געפארן קיין וויען צום גרויסן פראפעסאר פונעם קייסער פראנץ יאזעף צו מאכן ביי אים די אפעראציע.
בעפאר די אפעראציע האט דער פראפעסאר געוואלט געבן פארן רבין איינצונעמען א שלאף געטראנק, אבער דער צדיק רבי מאטעלע האט עס נישט געוואלט איינעמען, דער פראפעסאר האט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך צו מאכן די אפעראציע אן איינשלאפען, ווייל אויב ער וועט בשעת'ן אפעראציע זיך רירן אפילו א משהו קען דאס זיין א שרעקליכע סכנה.

אבער דער צדיק האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען דעם איינשלאף, האט דער דאקטאר געהייסן אז דער רבי וועט מוזן אינטער שרייבן א דאקומענט אז ער וועט נישט האבן קיין טענה אויפן פראפעסאר אויב ח"ו עפעס וועט נישט טויגן, און דער צדיק האט דאס אינטער געשריבן.
מען האט טאקע געמאכט די אפעראציע בשעת ווען דער צדיק איז געזעצן אויף א בענקל וואכערהייט, און דער צדיק האט זיך נישט גערירט דורך די גאנצע אפעראציע, נאר עטליכע מאל בשעת די אפעראציע האט דער צדיק געקלאפט מיטן פינגער, און ב"ה די אפעראציע איז דורך בשלום.

נאך דעם אפעראציע איז דער פראפעסאר געווען אויסער זיך פון דעם וואונדערליכע ערשיינונג, דערפאר האט ער נישט געוואלט נעמען קיין איין פרוטה פאר די אפעראציע זאגענדיג אז ער האט זיך איבערצייגט אז דאס איז א "ג-טליכער מאן", ווייל מיט מענטשליכע כוחות איז דאס נישט מעגליך צו באווייזען, און ער האט געזאגט פארן רבין אז ווען ער וויל קען ער קומען צו אים אן קיין באצאלונג.

יארן שפעטער ווען מען האט ל"ע איינגעזעצט א חסיד פונעם רבין פון די שטאט קעליץ ווייל מען האט אויף דעם איד געמאכט א בלבול אז ער איז א שפיאן, האט דער צדיק רבי מרדכי געשיקט א בריוו צום פראפעסאר און אים געבעטן אז ער זאל שתדל'ן פאר דעם איד, און דער רבי האט געזאגט אז ער קען פרעזענליך דעם איד און זאגט עדות אז ער איז נישט קיין שפיאן, דער דאקטאר האט טאקע מצליח געווען צו באפרייען דעם איד.

אמאל פרייטאג צונאכטס נאך די עבודה פון מנחה, ווען דער צדיק איז אריין אין שטוב זיך אפרוען פון די עבודה, זענען דארט אנוועזנד געווען עטליכע חסידים און חשובע געסט, צווישען די געסט איז געווען הרה"ק רבי צבי מאיר מראדומסק זי"ע א זוהן פונעם הייליגען תפארת שלמה זי"ע.
האט דער רבי צבי מאיר דערמאנט פארן רבין איינעם א שר אין די מלוכה וואס טוט אן צרות פאר אידן, האט דער הייליגער צדיק זיך אנגערופן מיט א וואונדער, "אים? פארקוועטשן וועל איך אים", און מאכענדיג דערביי מיטן גרויסן פינגער, ווי איינער וואס רייסט ארויס די קישקעס.

דעם קומענדיגן זונטאג האבן די צייטונגען געמאלדן, אז יענער רשע האט פרייטאג צונאכטס געריטן אויף זיין פערד, און פלוצלונג האט דער פערד אים אראפגעווארפן אויף דער ערד, און מיט זיין פוס אויסגעריסן זיינע קישקעס, און דאס איז געווען גענוי אין די צייט וואס דער רבי האט אזוי געמאכט מיט די פינגער ביי זיך אין שטוב, כן יאבדו כל אויביך ה'.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

רבי מאטעלע מקאזמיר זי"ע איז אמאל געווען אין שטאט אסטראווצא, און ער איז אריין אויף א באזוך צו הרה"ק מאסטראווצא זי"ע וואס איז דאן געלעגן אין בעט זייענדיג גאר מסוכן קראנק רח"ל.
האט אים רבי מאטעלע געזאגט אסטראווצער רב זעצט אייך אביסל אויף אויפן בעט, אבער דער אסטראווצער האט געזאגט אז עס איז אים נישט מעגליך ווייל ער קען זיך ממש נישט רירן פון ארט, רבי מאטעלע האט זיך אבער געבעטן ביי אים, פונדעסוועגן דאך שטרענגט אייך אן ביטע, און פרובירט זיך אויפצוזעצן אויפן בעט, דער אסטראווצער האט זיך טאקע אנגעשטרענגט און מיט זיינע לעצטע כוחות האט ער זיך אויפגעזעצט אויפן בעט.
דאן האט אים רבי מאטעלע געזאגט, פרובירט ביטע אראפצושטעלן די פיס אויף דער ערד, אבער דער אסטראווצער האט געזאגט אז אויף דעם האט ער שוין זיכער נישט די כח, און ער קען עס בשום אופן נישט טוען, נאך אפאר מינוט זאגט אים רבי מאטעלע, פונדעסטוועגן דאך פרובירט נאכאמאל אראפצושטעלן די פיס אויף דער ערד.
דער אסטראווצער האט טאקע אראפ געשטעלט די פיס, און צוביסלעך האבן זיינע כוחות זיך צוריקגעקערט צו אים און ער האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום טיש און זיך דארט אוועק געזעצט, און שפעטער ווען רבי מאטעלע איז ארויסגעגאנגען האט דער אסטראווצער אים שוין ארויס באגלייט.

עס האט דערציילט א קוזמירער חסיד הרה"ח רבי לייזער ליכטפעלד הי"ד, אז נאך די חתונה ווען עס האט זיך גענדיגט די קעסט פון זיין שווער, האט אים זיין שווער צוגערעדט זיך אריין צולייגן אין מסחר, און אים פארגעשלאגן צו דינגען א געשעפט אויפן הויפט גאס פון זיין שטאט פראמפאל, וואס איז דאן געווען באוויסט אלס א גוטער געגענט מצליח צו זיין אין מסחר.
רבי לייזער איז געפארן אויף שבת צום רבין רבי מאטעלע מקאזמיר זי"ע, און מוצאי שבת קודש איז ער אריין צום רבין פרעגן וואס צו טוען וועגן דאס געשעפט, האט דער רבי מאטעלע זיך אנגערופן צו אים, "לייזער, נאר דארט איז ג-ט"?, ג-ט איז אויף די גאנצע וועלט, און ג-ט קען העלפן ערגעץ אנדערש אויך.

אנקומענדיג אהיים האט ער דערציילט אז ער האט פארשטאנען פונעם רבין'ס ווערטער אז ער זאל דינגען א געשעפט ערגעץ אנדערש וואו, אבער די בני בית האט צום ערשט נישט געוואלט נאכגעבן דעראויף, און גע'טענה'ט אז דער רבי איז נאך קיינמאל פריער נישט געווען אין דעם שטאט, און פון וואו זאל ער וויסן וועלכע ארט איז גוט פאר מסחר, אבער רבי לייזער האט זיך געשטארקט מיט אמונת צדיקים, און האט טאקע געדונגען אן אנדערן געשעפט אויף א צווייטע ארט.
נאך אפאר חדשים האט פלוצלונג אויסגעבראכן א פייער אויף יענעם הויפט גאס און אלע געשעפטן וואס זענען דארט געווען זענען ליידער פארניכטעט געווארן, דאן האט שוין רבי לייזער פארשטאנען אז רבי מאטעלע מיט זיין רוח הקודש האט אים געראטעוועט פון א גרויסע שאדן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26613
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח מרגלא בפומי' פאר די שיינע סחורה יעצט אין אלע מאל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כמו איל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 10, 2023 4:24 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמו איל »

לחיים לחיים,זי״ע

זייט׳ס ענק משתתף אינעם הייליגן קופה שנקראת על שמו הק׳ בעצם יומדה״ק

https://donary.com/1080
ירוץ עבדך כמו איל, ישתחוה אל מול הדרך.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

לחיים פריער אריינגעכאפט צי צינדן אויל לעכט און זאגן תהילים כפי שנכתב בצואתו זיעועכי"א
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

מיר האבן נעכטן געהאט די זכי' מיטצוהאלטען א יארצייט סעודה לע"נ דעם צדיק וקדוש רבי מרדכי זי"ע, וועלן מיר דא נאכברענגען אפאר עובדות וסיפורים וואס מיר האבן געשמועסט ביים סעודה.
רבי מרדכי איז געווען א איש קדוש און א צדיק מפורסם, און א בעל מופת גדול ונורא, אספקלריה המאירה, מנורה הטהורה, און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, אויך איז ער געווען א גאון בנגלות התורה און א גאר גרויסע מתמיד, נאר ער האט באהאלטן זיין גדלות און גאונות בתורה, ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע קדושה, אויך איז ער געווען באוויסט מיטן זאגן דברי תורה מיט געוואלדיגע רעיונות נשגבים און מיט געוואלדיגע נוטריקון און גימטריות.
ער האט זיך געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה און פרישות עצומה, ער האט זיך זיין גאנצע לעבן גאר שטארק מסגף געווען מיט גאר גרויסע סיגופים, ער איז זיין גאנץ לעבן נישט געשלאפן אין א בעט נאר ער איז געשלאפן שטייענדיג ביים וואנט, און ווי הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט מעיד געווען אז זיין גרויסע מדריגה אין קדושה איז געווען א חידוש אפילו אין די צייטן פון תנאים און אמוראים.
דער צדיק האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, און עס ווערט דערציילט אז זיין טאטע און שווער האבן געזאגט פארן צדיק אז זיי קענען פוילען קינדער נאר מיטן תנאי אז ער וועט זיך לייגן אין בעט פאר דריי שעה, אבער דער הייליגער צדיק האט געזאגט אז דאס איז צו א טייערע פרייז צו באצאלן און ער האט נישט מסכים געווען דערצו.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

מיר וועלן נאכברענגען וואס עס האט דערציילט הרה"ח הישיש ר' מרדכי ארזעל ז"ל, וואס האט זיך באטייליגט ביים יארצייט פון רבי מרדכי אין קיעלץ בשנת תרצ"ו:

אצל החסידים היה ביום היארצייט התעוררות ממש כמו יום הקדוש, וויפיל טרערן מיין טאטע האט פארגאסן אין ח' תמוז! הסעודות שהחסידים היו עורכים בהשטיבלעך לכבוד היום ארכו שעות ע"ג שעות, והיו יושבים ומדברים סיפורים מעשיות במשך שעות ארוכות.
ההתעוררות אצל הציון היה באופן שלא ראיתי מעולם, היו באים לקיעלץ מכל רחבי המדינה יותר מעשרת אלפים אנשים, ולא אגזים אם אומר שהיו שם כעשרים אלף איש. מ'איז געקומען צו פארן ביז שפעט ביינאכט
אני זוכר את דודי ר' אברהם ראדזינסקי (מחסידי האמרי מ"י) שהיה עומד על הציון ביומא דהילולא שש שעות רצופים, ואמר שם תהלים בהתעוררות ובבכיה, וגם למד שם ועשה הכל אצל הציון, כל אדמו"רי בית טוריסק היו באים להציון, והסדר היה שלכל אחד היה שתי שעות לשהות בתוך האוהל, הרה"ק מווארשא היה הראשון בשעה שש בבוקר, והרה"ק האמרי מ"י היה האחרון משעה 12 עד שעה 2 אחה"צ.
הרבי האמרי מ"י האט פארגעזאגט די טשערנאבלער קאפיטלעך, וסיים בעצמו כל מזמור, ואח"כ קרא שם קוויטלעך, ער האט גענומען פון איין טאש און דערנאך פון אן אנדערע טאש און פון א דריטע טאש וכו'. והדברים היה ממש מבהיל על הרעיון. והקוויטל של האמרי מ"י בעצמו ארך עשרים דקות וקרא את הקוויטל בבכיות נוראות. ואח"כ נתן את כל הקוויטלעך לתוך הציון. אח"כ הרכין ראשו על הציון ועמד כך בערך 15 - 20 דקות. אח"כ הלך לאכסנייתו והתפלל שם מנחה ואח"כ ערך שם שולחנו הטהור לכבוד ההילולא. [וכן כל האדמו"רים ערכו את שולחנם בבית אכסנייתם לרגל ההילולא.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

מיר וועלן דא נאכברענעגן א צייטונג וואס איז געדרוקט געווארן שנת תרצ"ב, וואס שילדערט די יארצייט אין קיעלץ:

טויזענדער יודען קומען אויפ'ן אוהל פון קוזמירער רבי'ן אין קיעלץ
אין קיעלץ געפונט זיך דער קבר פון בעוואוסטען רבי'ן ר' מאטעלע פון קוזמיר א זוהן פון טריסקער מגיד,
אין טאג פון זיין יאהרצייט (ח' תמוז) קומט יאר יעהרליך קיין קיעלץ טויזענטע חסידים און רביים פון דער טשערנאבלער דינאסטיע מתפלל צו זיין אויפן אוהל פון ר' מאטעלע ז"ל.
אויך היי יאר זענען זיך צונויפגעקומען קיין קיעלץ גרויסע מחנות חסידים פון אלע עקען פון פוילען און אפילו פון אויסלאנד, ס'זענען אויך געקומען די רביים פון כעלם, זשוריק, לובלין, זאמאשטש, וואס שטאמען פון דער טשערנאבלער גזע, די חסידים פון די דאזיגע רביים זענען אין גרעסטען טייל, פשוטע, ארענטליכע, תמימות'דיגע יודען פון דער קלענערער פראווינץ. זיי זענען נישט אזוי איבערגעשפיצט און ראפינירט, ווי די אנדערע חסידים פון די פוילישע רבי'שע הויפען. און דערפאר טאקע, ווען זיי קומען צום רבי'ן, אדער גאר אויף א יאהרצייט, גיסען זיי אויס אלע וועיטאגען און ביטערנישען פון הארצען און בעהטען מיט די עהרליכסטע און פרומסטע געבעטען א הילף צו זייער פארצווייפעלטער און פאר'חושכ'טער לאגע.
אויפ'ן וועג צום קיעלצער בית עולם, איז אין טאג פון דער יארצייט געווען א לעבהאפטע בעוועגונג, דא האט מען געקאנט זעהן, ווי ווייט דער דלות הערשט צווישען די געדיכטע מאסען פון דער יודישער בעפעלקערונג אין די קליינע שטעדטלעך. אלע כמעט זענען געגאנגען צופיס, הגם עס איז א שטיק וועג פון שטאדט.
אויך אויפ'ן קבר פון רבי'ן האט מען נאר געהערט איין פארצווייפעלטע געשריי: "רבונו של עולם, ווען וועט שוין נעימען א סוף צו די יודישע צרות?!"
"יודען האבן נישט קיין פרנסה", "יודען געהען ממש אויס פון הונגער", "ס'איז נישטא קיין כח אויסצוהאלטן" – אט אזעלכע געשרייען האט מען געקאנט הערן פון די דאזיגע טויזענדער פראווינצער יודען, וואס האבען נאך אייניגע יאהר צוריק זיך ערנעהרט פון זייערע געוועלבלעך אין די שטעדטלעך.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

א דבר מורא פון רבי מרדכי זי"ע......
אין ספר אופני הקודש ווערט געברענגט (תולדות ר' מאטעלע קאזמירער זצ"ל), אז ר' מאטעלע קאזמירער אמאל געטייטשט, (ל כג) ואתה קח לך בשמים ראש מר דרור. 'קח לך בשמים ראש מר דרור', די פסוק איז עוסק אין די פליכטען פון יעדען יוד אז מ'דארף זיך באהעפטן מיט א רבי'ן וואס זאל אים פירן אויפ'ן דרך הישר, דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן יוד, "קח לך", זאלסטו נעמען א רבי'ן, מיינט אזוי 'עשה לך רב', נעם א רבי'ן וואס איז "בשמים", אזויווי "בַּשָׁמַים", "ראש", זאלסט זיך מתקשר זיין צו א צדיק וואס ער איז א הימל רבי, ער איז א ראש, בשמים. איי וועסטו פרעגן, פון וואנט וועלן מיר וואוסן ווער איז דער צדיק וואס איז אין אזא מדריגה, זאגט דער פסוק "מר דרור", דו קענסט עס אויס פרובירן דורכדעם וואס דו וועסט אריין גיין צו דעם צדיק מיט א ביטערע הארץ, און ער נעמט פון דיר אראפ דיין ביטערניש, דו שפירסט ווי דו גייסט ארויס פון דעם צדיק מיט א פרייהייט, מיט א שמחה, דאס איז א סימן אז דער איז א הימל רבי.
איז "ואתה קח לך", דו זאלסט נעמען צו דיר "בשמים ראש", א הימל רבי, א רבי וואס ווייסט וואס טוהט זיך אין הימל, וויאזוי ווייסטו ווער דער רבי איז? "מר", ווען דו גייסט אריין צו אים מיט א ביטער הארץ, "דרור", שפירסטו ווי דו ביסט באפרייט דערפון, אזא איינעם זאלסטו נעמען אויף דיר ווי א רבי, און פאר דיין מורה דרך.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

א דבר מורא פון רבי מרדכי זי"ע......
אין ספר אופני הקודש ווערט געברענגט (תולדות ר' מאטעלע קאזמירער זצ"ל), אז ר' מאטעלע קאזמירער אמאל געטייטשט, (ל כג) ואתה קח לך בשמים ראש מר דרור. 'קח לך בשמים ראש מר דרור', די פסוק איז עוסק אין די פליכטען פון יעדען יוד אז מ'דארף זיך באהעפטן מיט א רבי'ן וואס זאל אים פירן אויפ'ן דרך הישר, דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן יוד, "קח לך", זאלסטו נעמען א רבי'ן, מיינט אזוי 'עשה לך רב', נעם א רבי'ן וואס איז "בשמים", אזויווי "בַּשָׁמַים", "ראש", זאלסט זיך מתקשר זיין צו א צדיק וואס ער איז א הימל רבי, ער איז א ראש, בשמים. איי וועסטו פרעגן, פון וואנט וועלן מיר וואוסן ווער איז דער צדיק וואס איז אין אזא מדריגה, זאגט דער פסוק "מר דרור", דו קענסט עס אויס פרובירן דורכדעם וואס דו וועסט אריין גיין צו דעם צדיק מיט א ביטערע הארץ, און ער נעמט פון דיר אראפ דיין ביטערניש, דו שפירסט ווי דו גייסט ארויס פון דעם צדיק מיט א פרייהייט, מיט א שמחה, דאס איז א סימן אז דער איז א הימל רבי.
איז "ואתה קח לך", דו זאלסט נעמען צו דיר "בשמים ראש", א הימל רבי, א רבי וואס ווייסט וואס טוהט זיך אין הימל, וויאזוי ווייסטו ווער דער רבי איז? "מר", ווען דו גייסט אריין צו אים מיט א ביטער הארץ, "דרור", שפירסטו ווי דו ביסט באפרייט דערפון, אזא איינעם זאלסטו נעמען אויף דיר ווי א רבי, און פאר דיין מורה דרך.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

גליון שותפים דערציילן
גליון שותפים דערציילן.jpg
גליון שותפים דערציילן.jpg (152.95 KiB) געזען 223 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”