בנוגע די רייבערען צווישען די חסידי סיגוט אין וויזניץ וואס איז אנגעגאנגען עטליכע דורות שוין אזוי פרי ווי ביים ייטב לב זי"ע האט איך געזעהן אין א וויזניצער אויסגאבע וואס באשרייבט די חתונה פון אדמו"ר מהר"א שליט"א אז בעפאר די חתונה האט דער מחותן מרן הברך משה זצ"ל געבעטן פון די מחותנים אין איך קוואויט
לבקשת המחותן לא התקיימה שמחת "חתן מאהל", כמובן שכ"ק רבינו זי"ע ויבלחט"א כ"ק רבינו שליט"א נענו מיד לבקשתו, כבשמחות הקודמות. עוד ביקש המחותן, שבהזדמנות של שמחה זו, ישכחו את העבר מחילוקי הדעות שהיו בין חצרות וויזניץ וסיגעט (יצויין, שבאחד מכתבי העת של אותם ימים, פירסם הסופר ר' יצחק אלפסי הי"ו מאמר בענין זה, כשהוא מדגיש ש"עתה משנשתדכו בית ויזניץ ובית סיגעט, נסתיים הויכוח ותמה המחלוקת, ועבדו רבנן שלמא במתיבתא דארעא ובמתיבתא דרקיעא". ר' יצחק הביא את המאמר לרבינו זי"ע לעיון, והדבר היסבו לו נחת רוח מרובה).
יאסל האט געשריבן:
בנוגע די רייבערען צווישען די חסידי סיגוט אין וויזניץ וואס איז אנגעגאנגען עטליכע דורות שוין אזוי פרי ווי ביים ייטב לב זי"ע
[/quote]
די מח' צווישין סיגעט און וויזניץ האט זיך נאך אנגעהויבין ביי ר' אלעזר ניסן [און אז מזאגט "סיגעט" קען מען שוין פונקטליכער אנדייטען אס סהאט זיך אנגעהויבין נאך מימי קונטרס הספיקות] און פון דארט אראפ אלע דורותאויסער ביים ייטב לב.
קונטרס הספיקות - בשעתו האבין די וויזניצע חסידים גיפאדערט אז ר' מנחם שטערין זאל דינען אלס ראב"ד [היה מחסידי קאסוב]
נאכן פטירה פון קונטה"ס האט ר' מנחם איבער גענומין לשביעת רצון די חסידי קאסוב [לימים חסידי וויזניץ].
ר' אלעזר ניסן - נאך פט' ר' מנחם האט אוסגעבראכין א מח' די משפחת כהנא [ובראשם ר' קלמן וואס איז דאן גיווען א אידים אין אוהעל], האט גיואלט אז די יש"מ זאל שיקען זיין ר' אלעזר ניסן וכך הוה, [בינתיים א יאהר דערויף האט אויסגיבראכין א מח' צוליב וואס די קאסוביר רבי האט גישיקט א אייגינע שו"ב], און סגבליבען א פשרה אז די איידעם פינעם פריעגין רב ר' יוסף שטערין וועט אויך דינען אלס רב אזוי ארום זענען גיווען שתי מלכים בכתר אחד, למעשה האט ער פארלאזט די שטאט בערך שנת ת"ר.
ר' יוסף שטערין - אזוי ארום איז ר' יוסף געבליבען דער אויסשליסליכע רב, די בני משפחת כהנא האבין אים פאריילט הבש צרות, ער איז אוועק אין יונגען עלטער פון אריבער די פונפציג.
ר' ייט"ב - נאך זיין פט' זענען די משפחת כהנא געוועהן ידם על עליונה און האבין מצליח גיווען אהינצוברענגין די ייט"ב,מיט זיין אנקום האט ער געטוהן כמה פעולות וואס האבין גיברענגט חסידי ויזניץ אונטער איין דאך, צווישין זיי אפגעשטאט א באזוך ביי ר' מנדל מוויזניץ, און אויך האט ער נאכגיזאגט פון ר' חיים מקאסוב תורות ווי מען טרעפט אין זיין ספר ייטב לב, אויך האט ער איינגעפירט כמה מנהגי וויזניץ וואס עד היום איז מען נוהג אזוי בחצרות סיגעט[למשל ידיד נפש פאר הודו, און נאך]
קדיו"ט - בימיו האט זיך אנגעהויבין אביסל וועגין די מארמורישער כוללות פרשה איינע פון די ענינים וואס ער האט איבער געלאזט צוואה פאר זיין זוהן דער עצ"ח איז גיוועהן "טייל דיך מיט א אייגענע כולל"
עצ"ח - בשעתו האט זיך די פרשה פון די כוללים צופלאקערט און אנגעקומען צו דין תורה ביים חוסטער רב, וואס האט אנגעהאלטין אפאר יאהר.
פארשטייט זיך דעס איז אלעס אויפן שפיץ גאפיל נאר ארויס צוהאבין די פיקטשער איז דאס גענוג לעת עתה ועוד חזון.
סעמיטשקע האט געשריבן:
ר' ייט"ב - נאך זיין פט' זענען די משפחת כהנא געוועהן ידם על עליונה און האבין מצליח גיווען אהינצוברענגין די ייט"ב,מיט זיין אנקום האט ער געטוהן כמה פעולות וואס האבין גיברענגט חסידי ויזניץ אונטער איין דאך, צווישין זיי אפגעשטאט א באזוך ביי ר' מנדל מוויזניץ, און אויך האט ער נאכגיזאגט פון ר' חיים מקאסוב תורות ווי מען טרעפט אין זיין ספר ייטב לב, אויך האט ער איינגעפירט כמה מנהגי וויזניץ וואס עד היום איז מען נוהג אזוי בחצרות סיגעט[למשל ידיד נפש פאר הודו, און נאך]
בנוגע דער ייטב לב'ס גיין צים טיש פונעם צמח, איז שוין ערגעץ דא אין איינע פון די סיגוטע'ר אשכולות געווען א שמועס דערוועגען ווער קען עס טרעפען? אגב דערציילסטי דא א היבשער חידוש אז אין די גאנצע וועלט זאגט מען נישט ידיד נפש פאר הודו??
סעמיטשקע האט געשריבן:
uote] בנוגע דער ייטב לב'ס גיין צים טיש פונעם צמח, איז שוין ערגעץ דא אין איינע פון די סיגוטע'ר אשכולות געווען א שמועס דערוועגען ווער קען עס טרעפען? אגב דערציילסטי דא א היבשער חידוש אז אין די גאנצע וועלט זאגט מען נישט ידיד נפש פאר הודו??
ב''ה זה נכון שאמירת ידיד נפש תיקן הייט''ל היות שהי' מתפלל בביהכנ''ס העירוני וכדי שלא יהא חילוקים בין המתפללים [שמעתי ממו''ר ר' אברהם ברוך ז''ל בראווער ששמע מהדבר''י ] חידוש לי יאסעלע עליך שלא ידעת ש"בכל העולם כולו" לא אומרים ידיד נפש לפני הודו [בבעלז אומרים קפיטל ט''ו מתהילים ] בטשערנאביל אומרים עוה''פ אדון עולם .
סעמיטשקע האט געשריבן:
uote] אגב דערציילסטי דא א היבשער חידוש אז אין די גאנצע וועלט זאגט מען נישט ידיד נפש פאר הודו??
ב''ה חידוש לי יאסעלע עליך שלא ידעת ש"בכל העולם כולו" לא אומרים ידיד נפש לפני הודו [בבעלז אומרים קפיטל ט''ו מתהילים ] בטשערנאביל אומרים עוה''פ אדון עולם .
ווייסט דאך הרב בד"ץ אזוי קיקט עס אויס ווען מלעבט זיך אין אן אייגענע באבל
אז מ'רעדט פון די צדדים אין סיגעט דארף מען צו קענטעניס נעמען אז עס איז געווען פיר צדדים, משפחת שטערן וואס אין די ערשטע יארן איז מאראמאראש געווען זייערס, משפחת כהנא די אייניקלעך פון קונטרס הספיקות, חסידי קאסוב, און חסידי סיגעט.
פאשרטייט זיך אז די שטעלונגען פון די צדדים האבן זיך גערייט און געענדערט לויט די אומשטענדן.
די פרשה פון ר' יוסף שטערן אויף וועמען מ'האט אמגעלייגט צוויי הארבע זאכן איז פארבליבן דאקומענטירט אין תשובה ספרים, צום סוף איז ער טאקע אוועק פון הארץ עסענישן.
אז מ'רעדט שוין פון ר' יוסף, הרב ריח"ג דערציילט טייל פון די מעשה אויף איינס פון זיינע שבועות טעיפס, ער דרייט דעם ייט"ל דערין וואס איז לכאורה נישט אמת.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
farshlufen האט געשריבן:
אז מ'רעדט פון די צדדים אין סיגעט דארף מען צו קענטעניס נעמען אז עס איז געווען פיר צדדים, משפחת שטערן וואס אין די ערשטע יארן איז מאראמאראש געווען זייערס, משפחת כהנא די אייניקלעך פון קונטרס הספיקות, חסידי קאסוב, און חסידי סיגעט.
די שטערינס זענען לבסוף גיווען די חסידי וויזניץ, מיסודם תלמידי קוסוב
משפחת כהנא אה"נ זיי זענען גיווען א סעקטע פארזיך, סהאט זיך אנגעהויבין אינמיטין די תקופה פון ייט"ל, ביז דאן זענען זיי גיווען בעד די משפחת התמרים.
די ייט"ב האט אויף זיי ממליץ גיווען דברי רש"י פ' אמור אויפן פסוק "הכהנים בני אהרן" שטעלט זיך רש"י למה לי הכהנים למה לי בני אהרן, האט דער ייט"ב געזאגט אין אוהעל האט ער געליטן ממשפחה מסויימת וואס די ראש בית אב האט גיהייסן אהרן, אין דא אין סיגעט ליידט ער פון די כהנישע, האט דער יט"ב אויסגעפירט, "אין אוהעל למה לי בני אהרן און דאהי אין סיגעט למה לי הכהנים".
אויך איז אינטערסאנט אנצודייטען אז די משפחת כהנא זענען גיווען אקטיוו מיטן אויפנעמען די ייטב לב אלס רב אין סיגעט האבין לבסוף זיך אויסגידרייט די ריקען צום רב [אויסער טייל אירע], אין די פרנס העיר המפורסם ר' משה ארי' פריינד, וואס אנהויב האט ער ניטאמאל אקעגין גיגאנגען נעמן שלום, איז למעשה געווארין פון זיינע נאענסטע מענשין [ואכמ"ל], ר' משה ארי' האט אמאהל מנמק גיווען נאכען זיין מקורב צום ייט"ב "איך בין נישט אקעגי"ן געגאנגען" דהיינו נגדו [מאנכע זאגען אז וויבאלד די השפעה פון ר' משה ארי' איז גיווען אזוי גרויס אויף די אנשי סיגעט האט ער עס בדווקא אזוי אויסגישטעלט אז אפי' די וואס זענען נישט מסכים צום התמנות ווען זיי וועלין לבסוף זעהן ווי ער ווארפט זיך אונטער וועלין זיי איהם נאכטאהן, סאיז אינטערסאנט ווייל אין די מלחמת מצוה ביי טענת כת הספרדים טענהן זיי אז דעס וואס רוב שטאט איז מסכים מיט די ארטה. איז נאר צוליב ר' משה ארי' ווי מענשען גייען איהם נאך בלינדערהייט, אבער די השערה איז נישט ריכטיג ווייל אין די צייט וואס די ייט"ב איז נתמנה גיווארין איז ער גיווען בס"ה פערציג יאהר אלט און סנישט מסתבר אז ער האט שוין דעמאלטס גיהאט אן השפעה אויף די מענטשין]
מדערציילט אז סאמאל אנגיקומען א דעליגאציא פון מונקאטש אנציטראגין די רבנות מוקאטש פארן ייטב וועלינדיג אז די ייטב זאל נעתר ווערן לבקשתם האבין זיי גיזאגט אז די גאנצע שטאט זענען מסכים צו די התמנות אהן קיין שום התנגדות, האט די ייטב צוריק גיענפערט דא אין סיגעט זענען פון אוהבים גיווארין איובים [מיינענדיג מש' כהנא] און פון אויבים זענין גיוארין אוהבים [ר' משה ארי'], אבער אין מוקאטש ווי אלע זיינען אוהבים ווער עט מיר בלייבין אוהב.
אין די ארץ ישראל'דיגע צייטונג 'הארץ' האט דער באקאנטער חוקר און פראפעסארדוד ווייס-הלבניאפגעשריבען זיינע זכרונות פון 'סיגוט-ראמעניא' ווי ער איז אויפגעוואקסען אלס קינד אונטער די השפעה פון זיין זיידע א חסידישער איד ר' ישעי' ווייס ע"ה.
א ישיבה [לכאורה ר' זלמן לייבעלעס] אין סיגוט, ארבעט פאר טיים [אזוי איז געעוען איינגעפירט אין מארמאראשער ישיבות]:
Prewar photograph of students in a weaving workshop at a yeshiva (rabbinical academy) in the northern Transylvanian town of Sighet Marmatiei. Romania, prewar.
אטעטשמענטס
siget yeshiva.jpg (39.1 KiB) געזען 12589 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס איז די סיבה פארוואס היינט איז נישט איינגעפירט אין 'געהעריגע' ישיבות דער סיסטעם פון ארבעטן א חלק טאג. מחדש זיין נייע זאכן איז שווער, אבער אויב איז אזוי געווען דער סדר, למה לא?
איך וועל באשרייבען וואס די וויכוח איז געווען אין סיגוט בשנת תרמ"ב- תר"נ. צווישען הקדושת יום טוב זי"ע והרה"ח המובהק הראש הקהל ר' משה ארי' פריינד ז"ל (ארטדאקסען), אין הרה"ח המובהק הראש הקהל ר' קלמן כהנא ומשפחת כהנא וחסידי וויזניץ (ספרדים).
קודם אפאר נקודות:
1) מיר וויסען אלע ווער עס איז געווען גערעכט למעשה. ווי שוין געשריבען פריער: אז א שטיק צייט נאכן ד"ת זענען רוב ערליכע ארויס פין קהלת ספרדים. - איך וויל נאר דא ארויסברענגען וואס די 2 צדדים זענען געווען. (איך וועל אויסלאזען אלע זאכען וואס קען זיין שלא בכבוד).
2) עס איז דא אפאר גירסות וואס די שורש הוויכוח איז געווען: י"א וועגען רבנות הקדיו"ט (וואס איז נישט מסתבר, ווייל ר' קלמן כהנא האט אינטערגעשריבען קאנסוס של הקדיו"ט). י"א סיגוט איז דעלמאטץ אריבער פין א קהלה צי א חסידות, אין די ראה"ק האבען עס נישט ליב געהאט. עכ"פ איך וועל דא שרייבען וואס די גדולי ישראל האבען זיך מתווכח געווען, אין וואס מ'האט דן געווען ביי די ד"ת. אין נישט די חשבונות פין יעדע בעה"ב וכדומה.
3) די סיבה וואס איך רעדט פין דעם איז, ווייל עס איז באשריבען אין געוויסע היינטיגע ביכער, אין עס איז נישט קיין סוד, אין רובו דרובו ווייסן נישט וואס איז פארגעגאנגן.
4) כדי צי פארשטיין וואס די וויכוח איז געווען וועט מען דארפען רעדן אז עס איז געווען טענות קעגען די אורטדקאסישע קאנצליי. אבער מ'דארף וויסען אז (all in all) שהיה מוסד קדוש, אין ס'האט אויסגעפירט איר שליחות מחזק צי זיין די יראים. אין אדרבה: דע טענות וואס גדולי ישראל האבען געהאט אמאל אמאל, האט געהאלפען אז עס זאל נישט פארלירען די תכלית.
קודם אביסעל וועגן טיילונג בשנת תר"ל.
אין אונגארין (אין אין דייטשלאנד) איז געווען א געזעץ אז יעדע מענטש (יוד אדער להבדיל גוי) מיז באלאנגען צי א קהלה, די קהלה האט געהאט געוויסע רעכטען אויף די מענטש, ואכ"מ.
ווען עס האט זיך אנגעפאנגען די ירידות הדורות אין אונגארין (בשנת הת"ר בערך) האט זיך געמאכט מחלוקת אין אסאך שטעט צווישען די יראים אין די משכילים/רעפארמער.
אין שנת תר"ל האט די רעגירונג איינדערקענט אז עס איז דא 2 מינע יודען, אין זיי האבען געלאזט אויפשטעלן 2 יודישע קהילות אין יעדע שטאט (אורטדאקסין אין להבדיל נעלאגען - רעפארמער)
כדי מחזק צי זיין די אורטדאקסישע קהילות אין אונגארין, האבען די רבנים אויפגעשטעלט א מוסד (קאנצליי – לשכה המרכזית) אין עיר הבירה פעסט, וואס איר אויפגאבע איז געווען צי שתדלן ביי די רעגירונג לטובת היראים. אויך האבען די רבנים מחייב געווען אז אלע קהילות פין שומרי הדת (אורטדאקסין) מיז זיך אינטערווארפען אינטער קאנצליי (ד.מ. אז די קאנצליי האט געקענט שטעלן כלי קודש אין די קהילות). די סיבה איז געווען, כדי ציזאמנעמן אלע פרימע קהילות אינטער איין מוסד, ווייל אזוי האבען די רעפארמער אויך געטיען (זיי האבען אויך געהאט א קאנצליי), אין די רבנים האבען געוואלט עס זאל זיין זה לעומת זה. ועוד סיבות. (אפילו נאכען טיילונג האבען די רעפארמער נאך אלץ גשתדל'ט אז די רעגירונג זאל מבטל זיין די רעכט פין 2 קהילות, אין מהאט געדארפט האלטען אן אויג אין פעסט).
די יו"ר פין די קאנצליי איז געווען א בעה"ב (פארשטייט זיך א ירש שמים מרובים), אין ער האט געהאט באזיך שתדלנים – לויער'ס וכדומה. אין עס איז געווען אין שטאט פעסט (וואס איז געווען די מאדערנע שטאט אין אונגארין).
ווי שטארק די כח פין די קאנצליי זאל זיין אויף די קהילות איז געווען א שאלה, די ערשטע דאס ארויף ציברענגען איז געווען הגה"ק ר' הערשעלע ליסקער (תלמיד הישמח משה) וואס האט געזאגט אז אויב די קאנצליי וועט נישט געבן געוויסע רעכטען פאר די חסידישע קהילות וועט ליסקא נישט אריינגיין אין קאנצליי (עי' בתולדותיו שבסוף ספר אך פרי תבואה). - אויך הגאון ר' אברהם שאג (מכתבו נדפס בספר דרשות הרא"ש, ירושלים תשס"ו)
למעשה (אין שנת תרל"ב) האט מען געמאכט א שטיקעל פשרה, אז יעדע קהלה וועט האבען אייגענע כח אויך.
אפילו נאכען פשרה האבן גדולי ישראל שטארק חושש געווען אויף דעם.
דער ייטב לב זי"ע (המקורות לזה ראה להלן).
דע חשש האט אויך געהאלטען הגאון מהר"י מודרן מסיגוט. (הגר"י איז געווען שטארק אינוואלד אין די טיילונג בשנת תר"ל, והיה נציג העיר סיגוט ביחד עם הרה"ח ר' משה ארי' פריינד, להקונגרעס בפעסט. ע"ע מזה בספר פרי העץ ברוקלין תשס"ט)
אויך הגאון ר' חיים סופר (עי' בספר תולדות סופר, דברים חריפים אודות הקאנצליי בשנת התרמ'ס), הגאון ר' ירמי' לעוו אב"ד איהעל (כידוע אז איהעל איז נישט אריין אין קאנצליי - עי' בספר לקורות היהות בטראנסלבניה), אין הגאון ר' הלל מקלאמיע האט חושש געווען.
אינטערסאנט: ווי באקאנט זענען ר' חיים סופר, ר' ירמי לעוו, אין ר' הלל מקלאמיע, געווען פין די גערעסטע לוחמים קעגן די רעפארמער, אין אן זיי וואלט נישט געווען קיין טיילונג. פין די צווייטע זייט זענען זיי (ר' חיים סופר אין ר' ירמי' לעוו) געווען די גרעסטע מעוררים נישט צי געבן שטארקע כח פאר די קאנצליי אויף די קהילות. (אויך ר' אברהם שאג איז געווען פין די ראשי הלוחמים ביים טיילונג, ראה אין דרשות הרא"ש הנ"ל בהמכתב של הגה"ק מדעש שמעיד כן).
די סיבה שרייבט ר' חיים סופר אין ר' אברהם שאג: אז מ'טאר נישט איבערגעבן אזוי סאך כח פאר א בעה"ב.
ר' יהודה מודרן שרייבט אז מ'טאר נישט ציזאמנעמן אלע קהילות פין איין לאנד, בפרט אז דער פירער איז בעה"ב. ואעתיק חלק מדבריו: ...ונהירנא מה ששמעתי מפ"ק אדמ"ו גאון וקדוש ישראל בעל החת"ס זי"ע שפעם בא אליו השר והטפסר ראטשילד [ז"ל] ואמר לו שאפשר לו לפעול אצל הממשלה יר"ה למנותו לרב על מכל מדינת אונגרין וזינבערגען ובלעדו לא ירום איש את ידו למנות רב או שו"ב בכל במדינה והיה נצמח מזה טובה גדולה לחזק הדת בכל המדינה כמובן, כי כבר החלו אז המתחדישם והמתפרצים. ואדמו"ר זי"ע בענות רוחו ובחכמת אלקים אשר בקרבו לא רצה לקבל המשרה הזאת על שכמו באמרו אם כי ידעתי אשר לעת כזאת יצמח מזה טובה גדולה לכללות ישראל בהמדינה, אך מי יודע מי יבוא אחר מוע"ש אחרי, ומי יודע אם לא יקלקל יותר מאשר יתקן וכל הפצרת הטפסר הנ"ל לא הזיז אותו מדעתו (ע"כ).
פין די צווייטע זייט זענען געווען (די אויבעלענדישע רבנים) הגאון ר' חיים הערש מאנהיימער, הגאון הליקוטי חבר בן חיים, אין (איך מיין) אויך דער מהר"ם שיק (ראה להלן), וואס האבען געהאלטען אז מ'דארף שטיצען די קאנצליי אינגאנצען, אין אלק קהילות דארף זיך אינטערווארפען, ווייל דעס איז די מוסד וואס שטייט בראש הקאמף.
למעשה האט דער ייטב לב אין אויך מהר"י מודרן געהאלטען אז מ'דארף שטיצען קהילות ארינציגיין אין קאנצליי, אין ביי קהילות איהעל שרייבט הגאון ר' שמעון סופר (אין אגרות סופרים) אז ער האט באקריגען א בריוו פין דעם ייטב לב אין פין הגאון ר' יהודה מודרן צי שטיצען די קהלה אין איהעל וואס וויל אריינגיין אין קאנצליי (ע"ע מזה בספר מהר"ם שיק וזמנו).
פין דער צוויטער זייט שרייבט מהר"י מודרן אין א בריוו, שאנשי סיגוט מוכנים לחזק הקאנצליי בממון ובכל אפשרי, אך "לפי תכונות העיר הזאת" אין זה טובת הדת אריינציגיין אין קאנצליי.
(נאך אזאך וואס געט מער צי פארשטיין התכונה של עיר סיגוט. המהר"י מודרן שרייבט אין א תשובה (צו הגה"צ ר' נפתלי שווארטץ הבית נפתלי זצ"ל) בענין לאכול עופות החדשים בלי מסורה:
...מכתבו הנעים קבלתי, ואחריתו להשיבו על אתר יען לא חקרתי עוד אודות העופות היאך המנהג במחוז שלנו... (אחר הבירור עפ"י הלכה שהוא מותר, מסיים הגר"י): והנה פה בעירנו אין השוחטים שוחטים אותם וכן בהרבה מקומות במחוז שלנו. אכן שמעתי כי בהרבה קהלות קהל יראים אוכלים אותם וכאשר כתוב גם מכת"ה אשר במונקאטש אוכלן אותו, ובכל זאת לדעתי המחמיר תע"ב עד כי יתברר במקום גדולם העקרי אשר משם אפשר יוודע המסורת).
אויך די ייטב לב האט געגעבן א משל: א שוחט וואס גייט שפאצירען מיט זיין ווייב שבת נאכמיטאג, איז גיט פאר די קאנצליי, אין פאר פעסט, נישט פאר סיגוט.
היו"ר פין די קאנצליי העסקן והחסיד ר' יצחק רייך ז"ל איז ארפגעקימען צום ייטב לב פויעלן ער זאל אריינגיין, די ייטב לב האט נישט געוואלט (מקונטרס "שוחרי השם"), אויך האט הגה"צ ר' חיים הערש מאנהיימער בשנת תרל"ח געשיקט א שליח צום ייטב לב ער זאל אריינגיין, דער ייטב לב האט נישט געוואלט (מספר עין הבדלוח).
למעשה (אפילו דער הייליגער ייטב לב איז געווען א לוחם קעגן רעפארמער אין סטטאטס-קווא כמובן) איז סיגוט ביז שנת תרל"ט (9 יאר נאכען טיילונג) נאך נישט אנגענימען די תקנת שומרי הדת, אין ס'האט נישט געהייסען קהלת אורטדאקס.
בשנת תרל"ט האט ר' חיים הערש מאנהיימער, אין ר' פייבול פלויט (הליקוטי חבר בן חיים) געשיקט א בריוו צום ייטב לב אז עס פעלט זייער אויס אז סיגוט זאל אנעמען תקנת אורטדאקסין (מספר מלחמת מצוה), אויך יענע יאר ווען דער ייטב לב איז געגאגען באזיכען דעם מהר"ם שיק (2 חדשים פאר מהר"ם שיק'ס פטירה אין ווינטער בשנת תרל"ט) האט דער מהר"ם שיק געבעטען דעם ייטב לב ער זאל אננעמען תקנת שומרי הדת, (מספר דרכי משה החדש – תולדות מהר"ם שיק).
א שטיקצייט נאכדעם האט דער ייטב לב געשטעלט ר' קלמן כהנא (מספר מלחמת מצוה) ער זאל אנפירען די ארבעט פין מאכען נייע שטאטען פאר סיגוט. אין אין שנת תרמ"א האט סיגעט אינטער ר' קלמן אנגענימען די נאמען אורטדאקסין די תקנת שומרי הדת - אחוץ די תקנה אז די קאנצליי זאל זיך קענען אריינמישען בענין דיינים ושוחטים.
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
די קאנצליי, אין אויך הרה"ח ר' משה ארי' פריינד זצ"ל אין אויך די הייליגער קדושת יו"ט האט מחליט געווען אז דע תקנות איז נישט גיט, אין מהאט אנגענימען די תקנת שומרי הדת אינגאנצען. אויך האט מען ציגעלייגט א תקנה אז די ראה"ק מיזן זיין שומרי תומ"צ. (אין די תקנת שומרי הדת פין גאנץ אונגארין איז נישט געווען די תקנה. אין תקנת שומרי הדת איז נאר געשטאנען אז די תקנת הקהילות מיזען זיין עפ"י תורה. דע תקנה וואס מהאט ציגעלייגט אין סיגוט איז לכאורה געקימען פין די תקנת מחזיקי הדת אין גלציה (בעלזא) וואס מהאט געמאכט בשנת תרמ"ב).
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
דעלמאץ האט מען געמאכט 2 קהילות, אורטדאקסין (אינטערן קאנצליי), אין ספרדים תקנת שומרי הדת אנעם קאנצליי.
כדי אביסעל צי זען ווער ר' קלמן איז געווען, איז כדי צי פארציילען: אז אפילו פארן ד"ת האט ר' קלמן נישט געגעסן פין זיין אייגען שחיטה, ווייל עס איז 'בחינת בשר שהורה בה חכם אל יאכל בעל נפש ממנו'!!! (כך כתוב הרה"ק ר' ברוך מגארליטץ בספר מלחמת מצוה), אויך האב געהערט ממקור נאמן אז ער פלעגט שיקען זיין שליח צים סיגעטער שוחט.
(ר' חיים סופר האט זיך נישט געוואלט ארינמישען (עי' בספר תולדות סופר). אויך ר' הלל מקלאמיער האט נישט געוואלט אסערן די ספרדים. (כ"כ בקו' שוחרי השם), אויך הגה"ק משינאווא וכל בני הקדושים מצאנז, הגאון השבט סופר זצ"ל ועוד, האבען נישט געוואלט אסרען די שוחט ביז מ'גייט צי ד"ת).
ר' קלמן איז געווען א הייסער צאנזער חסיד (ער פלעגט זיך וואשען די הענט פארן דערמאנען די דברי חיים'ס נאמען, מספר מצבת קודש), אין ער האט מסכים געווען אז הרה"ק מגארליטץ זאל זיין ראב"ד ביי די ד"ת אפילו הרה"ק מגארליטץ איז געווען א שוואגער מיטן הרה"ק הקדיו"ט.
למעשה אין שנת תרמ"ז איז געווען א ד"ת וועגען דעם, אין הרה"ק ר' ברוך גארליצער האט געפסקענט (אין נאכדעם האט שינאוואר רב זי"ע וכמה גדולי ישראל באשטעטיגט) אז מען דארף אננעמען תקנת שומרי הדת אינגאנצען.
אויך האב איך געהערט נאך א סיבה זיי האבען פארלוירען די ד"ת, ווייל אין די ספרדישע קהלה במשך הימים זענען אריין די מאדערנע פין שטאט, ווייל עס האט נישט געהאט קיין רב. (אין ר' קלמן ומשפחתו האט נישט געדאווענט אין די ספרדישע שיהל, ער האט געהאט אן אייגענע שיהל ווי ער האט געדאווענט, ממילא איז די ספרדישע שיהל געווען שטח הפקר).
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
למעשה במשך השנים זענען רוב ערליכע צוריק צי די סיגעטער קהלה.
אין קונט' שוחרי השם שטייט אז בדיעבד האט דער קדיו"ט הנאה געהאט אז עס איז דא נאך א (שוואכע) קהלה אין סיגוט, ווייל אזוי זענען די שוואכע יודן אוועק פין זיין קהלה, אין עס איז געווען א עכטע טיילונג.
ברוקלין האט געשריבן:
(איך וועל אויסלאזען אלע זאכען וואס קען זיין שלא בכבוד). ציילט אן וואו פיל מאל איר לאזט אויס אינפארמאציע, עס איז שוין באלד עומד מרובה על הפרוץ.
2) עס איז דא אפאר גירסות וואס די שורש הוויכוח איז געווען: י"א וועגען רבנות הקדיו"ט (וואס איז נישט מסתבר, ווייל ר' קלמן כהנא האט אינטערגעשריבען קאנסוס של הקדיו"ט). אפילו ער האט אונטער געשריבן איז נישט מוכרח אז ער האט אים געשטיצט.
אין שנת תר"ל האט די רעגירונג איינדערקענט אז עס איז דא 2 מינע יודען, אין זיי האבען געלאזט אויפשטעלן 2 יודישע קהילות אין יעדע שטאט (אורטדאקסין אין להבדיל נעלאגען - רעפארמער) עס זענען געווען נאך צוויי סארט קהלות, ספרדים און שטאטוס-קווא, דאס איז שוין א טעמע פאר נאך א געהענגעל, פון וועלכע עס איז שוין דא א שמועס אין בחצרות.
א מוסד (קאנצליי – לשכה המרכזית) א צענטעראלע קערפערשאפט.
אויך הגאון ר' אברהם שאג (מכתבו נדפס בספר דרשות הרא"ש, ירושלים תשס"ו) וועגען דעם האט ער טאקע עולה געווען קיין ארץ ישראל [עם תלמידו מהרי"ח זאננענפעלד].
אויך הגאון ר' חיים סופר (עי' בספר תולדות סופר, דברים חריפים אודות הקאנצליי בשנת התרמ'ס), הגאון ר' ירמי' לעוו אב"ד איהעל (כידוע אז איהעל איז נישט אריין אין קאנצליי - עי' בספר לקורות היהות בטראנסלבניה), אין הגאון ר' הלל מקלאמיע האט חושש געווען. הג"ר מאיר פערל'ס פון קראלי דערמאנט איר נישט.
(מקונטרס "שוחרי השם"),
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
דעלמאץ האט מען געמאכט 2 קהילות, אורטדאקסין (אינטערן קאנצליי), אין ספרדים תקנת שומרי הדת אנעם קאנצליי. יעמאלט האבן זעך די משפחת כהנא ועוד אף געטיילט פון די צענטעראלע קהלה וועלכע האט אן גענומען די תקנת הארטאדאקסן און געגרינדעט א זעלבסט-שטענדיגע קהלה אונטער דעם נאמען ספרדים, נישט וואו איר ווילט עס אראן לייגן כאילודעלמאץ האט מען געמאכט צוויי קהלות.
(כ"כ בקו' שוחרי השם),
אין ער האט מסכים געווען אז הרה"ק מגארליטץ זאל זיין ראב"ד ביי די ד"ת אפילו הרה"ק מגארליטץ איז געווען א שוואגער מיטן הרה"ק הקדיו"ט. א קרוב שנתרחק, ואעפ"כ האבן זיי שפעטער געוואלט מערער זיין דערויף.
(איך וועל דא אויסלאזען געוויסע פרטים)
אין קונט' שוחרי השם
ציילט אן וואו פיל מאל איר לאזט אויס אינפארמאציע, עס איז שוין באלד עומד מרובה על הפרוץ, וכאילו מען קאן דער-צו נישט צו-קומען.
דער שוחרי השם נעמט איר אן וואו צו א שטארקער נאמן, ודי.
1) די פרטים וואס איך שרייב נישט איז ווייל עס איז דא עס וועט זיין א פגיעה אין איינעמס כבוד. אז איר וויל קען איך אייך זאגען (א חלק פין די זאכען) בפרטיות.
אויך האב איך נאר געוואלט שרייבען די זאכען וואס ביידע צדדים האבען מסכים געווען, אין נישט ווי עס איז געווען א פלוגתא אין מציאות.
2) איך האב נאר אויסגערעכענט די גדולי ישראל וואס זענען געווען קעגן די סטטאס-קווא, אין האבען געהאט טענות קעגן קאנצליי מצד הימין, נישט מצד השמאל. וועגן דעם האב איך נישט אויסגערעכענט די גאון זצ"ל וואס איר דערמאנט.
3) איר זענט גערעכט, די ספרדים האבען זיך אפגעטיילט פין די צענטראלא קהלה.
4) קיקט'ס אויך אין די ספר לקורות היהדות בטרנסלבניה (וואס האט הסכמה/ברכה מהגה"ק מהר"י ט"ב זי"ע) אין דארט שטייט אויך ענדליך וואס איך האב געשריבען.