טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

געלעגער האט געשריבן: גם אני מצטרף ליאנאש,
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אידן זענען געוועהן אויפן שיף,

א שיינעם דאנק ר' מיללער שליט"א

א ליסטע פון אידיש-קלינגענדע נעמען, פון די טיטאניק אונגעקומענע.

http://www.jewishgen.org/infofiles/titanic.txt ‬‬

This signature was intentionally left blank
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אביסל ריסערטש האב איך געטראפן אז דער ירוחם בירנבוים איז געווען א דיאמאנטן סוחר פון אנטווערפן און זיין זון יעקב האט אנגעפירט דעם געשעפט אויפן אנדערן זייט פפונעם אטלאנטיק וואונענדיג אין סאן-פראנסיסקא, יעקב בירנבוים איז געפארן מיטן טיטאניק צוריק קיין אמעריקא מיטנעמנדיג מיט זיך דיאמאנטן און צירונג, וועלכע איז פארשטייט זיך פארלוירען געגאנגען במצולות ים.

די משפחה האט שפעטער געקלאגט די שיף פירמע פאר די פארלוסט ון די פארמעגנס, זעהט דא בירנבוים צווישען די אידענטיפיצירטע אינעם טיימס ארטיקל אפריל 27 1912
http://query.nytimes.com/mem/archive-fr ... 5B828DF1D3
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

מיללער האסט מיך געפעדערט, אבער אז איך האב שוין אפגעשריבן, וועל איך עס ארויפשטעלן:

הבחור יעקב בירנבוים ז"ל איז געבוירן ר"ח סיון תרמ"ז, אין קראקא, אלס דער צווייטער פון 9 קינדער, צו זיין פאטער ר' ירוחם און זיין מוטער מרת חי' טויבא.
די בירנבוים פאמיליע האט זיך געצויגן קיין אנטווערפן, בעלגיע, און אנגעפירט דארט א דיאמאנטן ביזנעס. יעקב האט פארטרעטן די פאמיליע געשעפטן אין לאס אנזשעלעס אין אמעריקע.
ווינטער שנת תרע"ב האט יעקב געוויילט אין אנטווערפן. ער האט געזאלט צוריקפארן קיין לאס אנזשעלעס נאך בעפאר פסח, אבער די פאמיליע האט אים געבעטן צו בלייבן ביז איבער יו"ט. ער האט באשטעלט א רייזע בילעט ביי א שיף קאמפאני, אבער צוליב א קוילן-סטרייק וואס איז דאן פארגעקומען אין ענגלאנד, איז זיין בילעט אריבערגעפירט געווארן צום טיטאניק שיף. זיין פאמיליע האט אים געבעטן ער זאל נישט פארן מיט'ן טיטאניק, וויבאלד עס איז די ערשטע רייזע פון דער שיף, ער האט דאס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז דאס איז אומזינקבאר...
ער איז אויפגעשטיגן אויפ'ן שיף אין שערבורג פארט אין נארמאנדי, פראנקרייך. ליידער איז ביי אים מקוים געווארן רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה און ער איז אומגעקומען ווען דער טיטאניק האט געזונקען אום כ"ח ניסן תרע"ב, אין אינגן עלטער פון 25 יאר.
זיין קערפער איז געפונען געווארן נאך 12 טאג, דורך די מעקעי-בענעט שיף, וועלכע איז געדינגען געווארן דורך די 'ווייט-סטאר ליינס' פירמע [די אייגנטומערין פונ'ם טיטאניק], אויפצוזוכן די דערטראנקענע פונ'ם טיטאניק.
זיין קערפער איז איבערגעגעבן געווארן פאר זיין פאטער אין ניו יארק און איז דערנאך געפירט געווארן למנוחתה אין ביה"ח אין פיטע, האלאנד. ער איז נקבר געווארן אום אסרו חג שבועות.

---

זיין פאטער האט א יאר שפעטער אריינגעגעבן אן אינשורענס קלעים, פאר די סומע פון 2,000 דאלאר פאר די ווערט פון דיאמאנטן וואס יעקב האט געהאט מיט זיך, 1,200 דאלאר פאר זיין פערזענליכע קליידונג און צירונג, נאך 8,000 דאלאר פאר די איבעריגע חפצים און סחורה וואס ער האט געהאט, און באזונדער 50,000 דאלאר פארגיטיגונג.
אין 007' האט זיין פאמיליע אוועקגעשאנקען עטליכע איבערבלייבענישן וואס מען האט געפונען אויף אים, פאר די 'נעשאנאל מעריטיים מוזעאום' אין גרינוויטש, ענגלאנד. אין דעם איז אריינגערעכנט א גאלדענער טאשן-זייגער, 2 פאר שליסלען, דאקומענטן, בילדער און נאך.

This signature was intentionally left blank
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שטיקל היסטארי. יישר כח יואלי
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

געלעגער האט געשריבן: הערליךשטיקל היסטארי. יישר כח יואלי

צ"ל, טראגיש
ועמך כולם צדיקים
shlomyg
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shlomyg »

דער בלאט האט געהאט א ביישרייבינג נישט לאנג צירוק
וואס האט געהאט ציטאן מיטן טיטאניק ווייסט עימיצער אויב סאיז יש דברים בגוי?
--
אז איר קויפט אויף עמעזאן שטיצט מקימי אין גייט נאר דירך דעם לינק
amzn.to/mekimi
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

shlomyg האט געשריבן: דער בלאט האט געהאט א ביישרייבינג נישט לאנג צירוק
וואס האט געהאט ציטאן מיטן טיטאניק ווייסט עימיצער אויב סאיז יש דברים בגוי?

לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די מעשה, איז דאס אויסגעזויגן פון פינגער (פיקציע בלע"ז...)

This signature was intentionally left blank
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ס'איז זיכער א פיקציע, אבער געבויעט אויף געוויסע ריכטיגע פאקטן. ווי אסאך פון די סארט לעגענדעס.

טאבאקא האט געשריבן: אגב, ר' בערל שווארץ שרייבט, אז דער טיטאניק אומגליק האט אפגעהאלטן יאסעלען פון קומען אויף אמעריקע פאר אפאר חדשים.
לכאורה צוליב די שרעק פון די ב"ב צו פארן אויף א שיף.

איך ציטיר פונעם ביכל "זמירות ישראל" פון ר' בערל שווארץ נ"י, ווי ער באשרייבט ווי יאסעלע גרייט זיך צו אימיגרירן צום גאלדענעם לאנד.

די פאמיליע איז שוין געווען גענצליך גרייט צו די נסיעה, אבער אין די "לעצטע מינוט" האט פאסירט א טראגישע פאסירונג, צוליב וועלכע ער איז געווען געצוואונגען צייטווייליג אויפצוגעבן די רייזע. ער האט באקומען די ידיעה אז זיין מוטער איז ל"ע אוועק, אזוי אז אנשטאט אויפשטייגן אויף די שיף קיין אמעריקע, מוז ער אצינד פארן צו איר לוי', און דערנאך זיצן שבעה, ווי די הלכה איז.

ווען ער האט זיך אויפגעהויבן פון די שבעה, האט געטראפן א צווייטע קאטאסטראפע ר"ל. הגם עס איז נישט געווען זיין פערזענליכע, נאר א וועלטס אומגליק, דאך איז דאס גענוג געווען צו לייגן א שטער צו זיין געפלאנטע רייזע איבער'ן ים.

די קאטאסטראפע איז באשטאנען דערפון, אז פונקט דאן האט פון איינע פון די ענגלישע האפן שטעט, סאוט-העמפטאן, זיך ארויסגעלאזט די גרעסטע און מעכטיגסטע סטים שיף אויף דער וועלט, די טרויעריג בארימטע שיף "טיטאניק", וואס איז ארויסגעפארן אויף איר ערשטע און לעצטע רייזע, מיט צוויי טויזנט צוויי הונדערט פאסאזשירן אויף איר דעק. געזאלט האט זי פארן קיין ניו יארק, אבער זי איז דארט קיינמאל נישט אנגעקומען, ווייל זייענדיג אינמיטן וועג, שוין נאנט צו ניו-פינלאנד, האט זי זיך אנגעשטויסן אין א ריזיגן אייזבארג, און באקומען אזא גרויסן ריס, וואס האט איר געמאכט ביז עטליכע שעה זינקען אין טיפן אפגרונד, מיטנעמענדיג מיט זיך א טויזנט פינף הונדערט פאסאזשירן!

די טראגעדיע האט דעמאלט אויפגעטרייסלט די גאנצע וועלט, און א פינצטערער פחד איז געפאלן אויף די אלע וואס האבן זיך געקליבן אויפצושטייגן אויף א שיף, און זיך "פארמעסטן" מיט'ן ים מאנסטער. אויך די פרוי ראזענבלאט איז נישט געווען בעסער אין דעם הינזיכט פון די אלע ביז-צום-טויט-דערשראקענע פאסאזשיר "קאנדידאטן", און האט מיט א שטארקע אנטשלאסענקייט זיך קעגן געשטעלט צו די געפלאנטע רייזע. "ניין! מיר פארן נישט!" האט זי געזאגט צו איר מאן. "איך זעץ מיך נישט ארויף, און איך דערלאז נישט אז אונזער פאמיליע זאל זיך ארויפזעצן אויף אזא געפערליכן 'כלי משחית' ווי א שיף! בעסער מיר זאלן בלייבן אין האמבורג מיט א מאגערע קעסט, ווי איידער מיר זאלן פארוואנדלט ווערן אין פעטע שפייז פאר די וואל פישן..."
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

אין "דער איד" בערך אכצן יאר צוריק איז געווען א סעריע וועגן טיטאניק, באשריבן אזוי הארציג און געשמאק אז ס'ליגט נאך היינט אין די ביינער.

יענע יארן איז דער איד געווען אין קלימאקס בתפארתו, און די סעריע איז געליינט געווארן דורך קליין און גרויס, עפעס מורא'דיג גוט געשריבן.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

יוםטובערליך האט געשריבן: אין "דער איד" בערך אכצן יאר צוריק איז געווען א סעריע וועגן טיטאניק, באשריבן אזוי הארציג און געשמאק אז ס'ליגט נאך היינט אין די ביינער.

יענע יארן איז דער איד געווען אין קלימאקס בתפארתו, און די סעריע איז געליינט געווארן דורך קליין און גרויס, עפעס מורא'דיג גוט געשריבן.

יא יא, מיר געדענקען דאס, און מיר האבן דאס אפילו געהאט אויסגעשניטן און אוועקגעלייגט, אבער מיט די לויף פון די יארן איז דאס מיטגעלאפן ערגעצוואו...

This signature was intentionally left blank
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אין "דער אידישער געדאנק" (איר געדענקט עס נאך?) איז בשעתו געווען אויך א שיינער רייכער ארטיקל איבערן טיטאניק
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

נאך א מצבה פון א אידישער אומגעקומענער אויפ'ן טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

פ"נ הקדוש
סיני ב"ר שמואל
מנדיל קאנטאר
שטבע במצולות ים
עם אנית
טיטאניק
יום קבורתו י"א אייר תרע"ב לפ"ק
תנצבה
Sinai Kantor
Victim of Titanic
Disaster
April 15, 1912
Age 34
Sinai Kantor.jpg
Sinai Kantor.jpg (31.17 KiB) געזען 3560 מאל

עס איז אינטערעסאנט אז אויפ'ן מצבה רופט מען אים 'הקדוש' וואס דאס נוצט מען געווענליך פאר איינעם וואס איז אומגעקומען דורך רוצחים.

---

אין די אויבנדערמאנטע טיטאניק אנציקלאפעדיע שטייט אז זיין קבר איז אין מאונט ציון ביה"ח אין קווינס, למעשה האב איך געזוכט אויף זייער סייט און נישט געטראפן אזא נאמען, אדער בכלל איינער וואס אומגעקומען אינעם טיטאניק.

This signature was intentionally left blank
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

כ'האב געהערט א ווערסיע אז מען האט שוין אייניגע מאל פרובירט ארויפצוברענגען דעם טיטאניק ממצולות ים, אבער - ווי א קללה פון ג'אט שוועבט דערויף - האט זיך די קייטן איבערגעריסן, ונטבעו בים.

ווייסט איינער צו עס איז נאר א לעגענדע אדער עס איז טאקע אמת (דוכט זיך אז כ'האב עס געזעהן אין איינע פון די אויבנדערמאנטע ארטיקלען פונעם טיטאניק)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

שאץ מאץ האט געשריבן: יאסאלע ראזנבלאט אין זיין ק'ל מלא רחמים זינגט ער "אנשי טיטאניק"
.

ער זינגט עס צוויי מאל. אין איין רעקארדינג זינט ער אנשטאט "אנשי טיטאניק שנטבעו בים ושהלכו לעולמם" די ווערטער "הרוגי המלחמה."
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יואל ווייס האט געשריבן: עס איז אינטערעסאנט אז אויפ'ן מצבה רופט מען אים 'הקדוש' וואס דאס נוצט מען געווענליך פאר איינעם וואס איז אומגעקומען דורך רוצחים.

1. "הקדוש" שרייבט מען אויף איינער וואס איז אומגעקומען אויף קידוש ה'.
2. "הי"ד" שרייבט מען איינער וואס איז גע'הרג'עט געווארן.

הקדוש איז א פלא, אבער הי"ד וואלט געוען מער פאסיג.
נישטא וואס צו רעדן, איז דער ארכיטעקט פון דער שיף, וואס האט באשלאסען צו שניידען אין די צאל פון רעטטונג שיפען, פון דער שיף פלאטפארמע, איז געווען א געמיינע מאסן מערדער...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איטשע האט געשריבן:

האט איינער אין געחולמט אז מגייט עס בכלל דארפן ניצן ? וואס עפעס א מאסן מערדער ??
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

jkup50 האט געשריבן: האט איינער אין געחולמט אז מגייט עס בכלל דארפן ניצן ? וואס עפעס א מאסן מערדער ??

ענדערש איז ער געווען א מאסן בעל גאוה
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

א יוד א בעל תשובה האט מיר פארציילט
זיין זיידע האט געדארפט גיין מיטן טיטאניק אויף די גרויסע רייזע אבער ביז די שיף איז געפרען איז ער געגאנגען אין האטעל אראפ לייגען זיינע זאכן, ווען די שיפ האט געהאלטן ביים ארויס פארן האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פארגעסן זיינע תפלין און האטעל אין איז ער צריק געגאנגען עס נעמען אזוי ביני לביני איז די שיפ אוועק געפארן אן אים אזוי איז ער געראטוועט געווארן
און זעט אויס אז אין דער זכות איז די אייניקעל געווארן א פולקאמע בעל תשובה
יאנקעל די פופציגער
ברוך אתה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 1:21 pm

זענט איר אפשר א קרוב צו א טיטאניק אומגעקומענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך אתה »

די לעצטע איבערלעבערין פונעם טיטאניק איז לעצטענס געשטארבן, די שאלה איז, צו צווישן אזויפיל היימישע אידישע נעמען, זענען פארהאן היינט משפחה מיטגלידער פון די אומגעקומענע, אויב יא, ביטע זיך מעלדן צו מיר אין אישית
ברוך אתה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 1:21 pm

טיטאניק קרובים געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך אתה »

זעענדיג אז קיינער האט זיך דערווייל נישט אנגערופן, אפעליר איך נאכאמאל, אז אויב איינער איז א קרוב, אייניקעל אדער פלימעניק אדער סיי וואס פאר א שייכות, צו א אידישער טיטניק אומגעקומענער, זאל ער ביטע אונז איינמעלדן

א שיינעם דאנק
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

ס'קוקט אמת'דיג אויס , ווי די האסט אן אויג אויף איינעם. און ביסט ברוגז אז יענער האט זיך נאכנישט אנגערופן.:?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
ברוך אתה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך אתה »

איך פראביר צו כאפן JKUP אין אישית, אבער עס כאפט נישט מאיזה סיבה שהוא, הרב דזשעי קאפ, אויף מעגליך אונז ביטע געבן א קאנטאקט צו דעם בעל תשובה וואס האט אייך דערציילט די געשיכטע אז זיין זיידגע האט געזאלט רייזן אויפן טיטאניק.
דאנקע שיינע
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

ברוך אתה האט געשריבן: איך פראביר צו כאפן JKUP אין אישית, אבער עס כאפט נישט מאיזה סיבה שהוא, הרב דזשעי קאפ, אויף מעגליך אונז ביטע געבן א קאנטאקט צו דעם בעל תשובה וואס האט אייך דערציילט די געשיכטע אז זיין זיידגע האט געזאלט רייזן אויפן טיטאניק.
דאנקע שיינע

איך האב דיר שוין גענפערט אין אישית איך בין פשוט פארנומען לעטצטענס
יאנקעל די פופציגער
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אויף קולמבשר איז דא עטליכע אונטערוויאו'ס בנוגע די טיטאניק שיף. אפציייכענענדיג קנאפע הונדערט יאר זינט די ביטערע פאסירונג איז פארגעקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”