טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון
ווי באקאנט איז דער מעכטיגער 'טיטאניק' לוקסוריעזע שיף געווען אויף איר ערשטע רייזע פון אייראפע קיין אמעריקע מיט אריבער פופצן-הונדערט רייזענדע און מאנשאפט פערזאנען ווען דער שיף האט אריינגעקלאפט און א מעכטיגען אייז-בארג וואס האט צוטיילט דעם שיף און צווייען און אריינגעשליידערט רוב פון אירע מיטפארער במצולות ים אשר לא יזכרו ולא יפקדו רח"ל, א קליינע צאל מיטפארער האבן זיך באוויזען צו ראטעווען בדרך נס מיט די רעטונגס-שיפלעך וועלכע זענען געווען אויף די שיף און מיט די הילף פון דרויסענדיגע רעטונגס קראפטן.
עטליכע אידישע רייזענדע זענען אויך געווען אויפן שיף און האבן מיטגעטיילט די גורל פון רוב מיטפארער, ווערנדיג דערטראנקען רח"ל און מים שאין להם סוף, וואס פון א הלכה'דיגען שטאנדפונקט ווערט א גרויסע שאלה בהתרת עגונות נאכדעם ווי די הלכה לייגט פאר שוועריקייטן ביים מתיר זיין א פרוי וואס איר מאן איז אוועקגעקומען און א ים אין וועלכע עס איז שווער צו זאגען אויף זיכער אז ער איז שוין נישט בין החיים, היות עס קען גאר געמאלט זיין אז ער איז ארויסגעקומען מעבר לים און קיינער ווייסט מיטאמאל אז ער לעבט.
הגאון ר' יעקב מעסקין ז"ל אב"ד קהל חיי אדם בעיר בוירלינגטאן, ווערמאנט, ולאחריו בבראנקס, ניו יארק; בספרו בית יעקב סימן מ"ט איז געווארן אנגעפרעגט אזא שאלה דורך די פרוי פון 'שמעון מייזנער' וועלכער איז אנוועזנד געווען אויפן טיטאניק, און די עלנדע עגונה האט אים געבעטן א היתר, די שאלה איז נאך געקומען צו אים אלס רב אין רוסלאנד אין שטאט 'נאווא-פראגא' ווי דער באטרעפננדער מייזנער האט געוואונט.
הרב מעסקין האט זיך געוואנדען צום פאנעוויזשער רב ר' יצחק יעקב ראבינאוויץ המכונה ר' איצה'לע פאנעוויזשער פאר הילף, און דער פאנעוויזשער רב אליינס איז נישט אזוי ברור בהתירא (עיי"ש ווי הרב מעסקין ברענגט א ראי' פון א תשובה פון רי"א מקאוונא בספרו עין יצחק איבער א ענליכע טראגעדיע מיט א שיף פון האמבורג קיין אמעריקא, ועי' בספר 'אזני יהושע' לר' יהושע סיגעל מניו יארק המכונה 'שערפסער עילוי' סי' כ"ט שדן בהנידון)
דער זעלבער ר' יעקב מעסקין, דערמאנט די טראגעדיע בספרו אבן יעקב סי' ס"ח אלס א משל ווי וויכטיג די תשב"ר זענען פאר כלל ישראל אין גלות צווישען די גלי הים וואס ווילען פארשוועמען דאס אידישע פאלג, זענען די קינדער די וואס ראטעווען אונז, פונקט ווי ביים טיטאניק וואס די סיבה פארוואס אזויפיל מענשט זענען דערטראנקען געווארען און נישט געראטוועט געווארען, איז געווען ווייל ביים אפשיקען די שיף אין וואסער האט מען אלעס אנגעגרייט מכי טוב וכל טוב, אבער פונעם עיקר דאס הייסט פון די קליינע רעטונגס-שיפלעך האט מען פארגעסן, נישט צושטעלנדיג גענוג שיפלען פאר אלע מיטפארער, א זאך וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט פאטאל רח"ל.
נאך אן אמעריקאנער גדול וועלכער דערמאנט די טראגעדיע איז ר' גדלי' סילווערסטאון אב"ד וואשינגטאן די. סי. בספרו
פנינים יקרים ח"ב סי' י"ז ביי א דרשה וואס דער רב האט געזאגט ביי א חופה, רעדט ער דארט צו חתן וכלה אז זיי טרינקען אונטער די חופה פונעם זעלבן גלעזל מרמז צו זיין אז פון היינט און ווייטער גייען זיי זיין אייניגע שותפים אין ליידן און אין פריידען, ברענגט ער ארויס אז נישט לאנג צוריק ביי די 'טיטאניק' טראגעדיע, צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.
למעשה איז איר וואונטש ערפילט געווארן און צוזאמען מיט נאך הונדערטער רייזנדע איז די שטרויס פארפאלק איינגעזינקען במצולות ים, מיט יארען שפעטער האט א בריטישע קארגא-שיף אנטעדקט די קערפער פון איזידאר, און ער איז געקומען לקבר ישראל אין וואדלאון סעמעטערי אין די בראנקס.
ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אין זיין חיבור ' לבית דוד סי' ט"ז שרייבט אראפ א הספד וואס ער האט געזאגט אין זיין קהילה נאך די טראגעדיע, ווי ער באוויינט מיט פארביגע קאלירען דאס טויס פון מר. ומרס. שטרויס און ברענגט ארויס די מעשי הצדקה וואס זיי האבן געטאן בחייהם.
יהודה דוד אייזנשטיין, דער באקאנטער אמעריקאנער חוקר און שרייבער, דערמאנט די 'טיטאניק' טראגעדיע און זיין טאג-בוך אוצר זכרונותי זייט 122 ווי ער פארציילט די שטרויס עפיזאד.