אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 10:41 pm
יעדעס מאל וואס אונטער מיינט אונטן, קומט עס אונטער מיט א ו'.

(לאפוקי: אינטערנאציאנאל, אינטערנעט, אינטערווענירן, אינטערעסאנט.)
או מיט אן א'
און נישט הינטער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ארגאניזאציע

שרייב ארגאן, און לייג צו - יזאציע.

איך שרייב דאס, ווייל איך האב שוין געזען איבער צוואנציג וועגן אויסגעלייגט דאס ווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך שווערמער »

גרשון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:54 pm
ארגאניזאציע

שרייב ארגאן, און לייג צו - יזאציע.

איך שרייב דאס, ווייל איך האב שוין געזען איבער צוואנציג וועגן אויסגעלייגט דאס ווארט.
צוואנציג איז א היבש ביסל.
ארגעניזאציע, ארגיניזאציע, ארגאנאזאציע, ארגאנעזאציע, ארגענעזאציע
נאך 15 צו גיין...
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ארגאניזאציע
ארעניזאציע
ארגיניזאציע
ארגענאזאציע
ארגענעזאציע
ארגעניזאציע
ארגינאזאציע
ארגיניזאציע
ארגינעזאציע
אריגינאזאציע

האלט מיר שוין ביי 10. די איבריגע איבער 10 וועל איך נישט שרייבן, כדי שלא לבייש. (עה, עכט איז נאר דא 18, נאר איך האב מגזם געווען...)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אופס!
איך שרייב געווענליך ארגעניזאציע. אומריכטיג?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אגב, פונקט אויסגעקומען צו קומען צום החלטה אז @גרשון איז גערעכט אז מען שרייבט נאטירליך, און נישט נאטורליך ווי איך האב געשריבן ביז איצט.
עס קומט נאכן אריין טראכטן אין ווארט 'בורג'. פונעם ענגלישן borough ווי אין בארא פארק, צום דייטשן בורג ווי אין האמבורג, שטראסבורג, און נאך פילע, קלערנדיג צו דער אידישער ווארט דערפאר איז מעגליך 'בעצירק'. אזוי קלערנדיג איבער דעם ווארט בכלליות האב איך געכאפט אז 'בירגער' איז ווארשיינליך אויך פון דעם זעלבער יסוד.
אבער וואלט דאך געדארפט שטיין 'בורגער' מיט א ו'? האב איך געקלערט צו כאפן א בליק וויאזוי עס איז אין דייטש. און ווירקליך, עס איז bürger. ווי גרשון זאגט אלס אז א ü איז ווי א חיריק.
און דאס האט מיר איבערצייגט אז מען דארף יא שרייבן 'נארטירליך'.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

איל_משולש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:53 pm
אגב, פונקט אויסגעקומען צו קומען צום החלטה אז @גרשון איז גערעכט אז מען שרייבט נאטירליך, און נישט נאטורליך ווי איך האב געשריבן ביז איצט.
עס קומט נאכן אריין טראכטן אין ווארט 'בורג'. פונעם ענגלישן borough ווי אין בארא פארק, צום דייטשן בורג ווי אין האמבורג, שטראסבורג, און נאך פילע, קלערנדיג צו דער אידישער ווארט דערפאר איז מעגליך 'בעצירק'. אזוי קלערנדיג איבער דעם ווארט בכלליות האב איך געכאפט אז 'בירגער' איז ווארשיינליך אויך פון דעם זעלבער יסוד.
אבער וואלט דאך געדארפט שטיין 'בורגער' מיט א ו'? האב איך געקלערט צו כאפן א בליק וויאזוי עס איז אין דייטש. און ווירקליך, עס איז bürger. ווי גרשון זאגט אלס אז א ü איז ווי א חיריק.
און דאס האט מיר איבערצייגט אז מען דארף יא שרייבן 'נארטירליך'.
ממש באותו הזמן האב איך באמערקט אז דערוילעם פייפט אינגרויסן אויף דאס, אזש איך האב געוואלט קלערן אז ס'איז א יידישיסטישע משוגעת.
אזוי אויך פונקטליך, אייגנטומער, יונגסטער, פרומסטער

נאר אינגערמאן האט מען מחליט געווען אז עס מוז קומען מיט א חיריק
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 9:04 pm
איל_משולש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:53 pm
אגב, פונקט אויסגעקומען צו קומען צום החלטה אז @גרשון איז גערעכט אז מען שרייבט נאטירליך, און נישט נאטורליך ווי איך האב געשריבן ביז איצט.
עס קומט נאכן אריין טראכטן אין ווארט 'בורג'. פונעם ענגלישן borough ווי אין בארא פארק, צום דייטשן בורג ווי אין האמבורג, שטראסבורג, און נאך פילע, קלערנדיג צו דער אידישער ווארט דערפאר איז מעגליך 'בעצירק'. אזוי קלערנדיג איבער דעם ווארט בכלליות האב איך געכאפט אז 'בירגער' איז ווארשיינליך אויך פון דעם זעלבער יסוד.
אבער וואלט דאך געדארפט שטיין 'בורגער' מיט א ו'? האב איך געקלערט צו כאפן א בליק וויאזוי עס איז אין דייטש. און ווירקליך, עס איז bürger. ווי גרשון זאגט אלס אז א ü איז ווי א חיריק.
און דאס האט מיר איבערצייגט אז מען דארף יא שרייבן 'נארטירליך'.
ממש באותו הזמן האב איך באמערקט אז דערוילעם פייפט אינגרויסן אויף דאס, אזש איך האב געוואלט קלערן אז ס'איז א יידישיסטישע משוגעת.
אזוי אויך פונקטליך, אייגנטומער, יונגסטער, פרומסטער

נאר אינגערמאן האט מען מחליט געווען אז עס מוז קומען מיט א חיריק
גיימיר צוריק צום דריידל פון יידיש און אידיש.

(ווער, וואס קען שרייבן, שרייבט נישט פינקטליך, אייגנטימער, און פרימסטער?)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:48 am
וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
איך וועל פארןמיט א קאר

איך וועל איבערגעבן די געלט פאר'ןבעה"ב
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

איל_משולש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:53 pm
אגב, פונקט אויסגעקומען צו קומען צום החלטה אז @גרשון איז גערעכט אז מען שרייבט נאטירליך, און נישט נאטורליך ווי איך האב געשריבן ביז איצט.
עס קומט נאכן אריין טראכטן אין ווארט 'בורג'. פונעם ענגלישן borough ווי אין בארא פארק, צום דייטשן בורג ווי אין האמבורג, שטראסבורג, און נאך פילע, קלערנדיג צו דער אידישער ווארט דערפאר איז מעגליך 'בעצירק'. אזוי קלערנדיג איבער דעם ווארט בכלליות האב איך געכאפט אז 'בירגער' איז ווארשיינליך אויך פון דעם זעלבער יסוד.
אבער וואלט דאך געדארפט שטיין 'בורגער' מיט א ו'? האב איך געקלערט צו כאפן א בליק וויאזוי עס איז אין דייטש. און ווירקליך, עס איז bürger. ווי גרשון זאגט אלס אז א ü איז ווי א חיריק.
און דאס האט מיר איבערצייגט אז מען דארף יא שרייבן 'נארטירליך'.
איר מיינט אוודאי 'נאטירליך'...
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:56 am
איל_משולש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:53 pm
אגב, פונקט אויסגעקומען צו קומען צום החלטה אז @גרשון איז גערעכט אז מען שרייבט נאטירליך, און נישט נאטורליך ווי איך האב געשריבן ביז איצט.
עס קומט נאכן אריין טראכטן אין ווארט 'בורג'. פונעם ענגלישן borough ווי אין בארא פארק, צום דייטשן בורג ווי אין האמבורג, שטראסבורג, און נאך פילע, קלערנדיג צו דער אידישער ווארט דערפאר איז מעגליך 'בעצירק'. אזוי קלערנדיג איבער דעם ווארט בכלליות האב איך געכאפט אז 'בירגער' איז ווארשיינליך אויך פון דעם זעלבער יסוד.
אבער וואלט דאך געדארפט שטיין 'בורגער' מיט א ו'? האב איך געקלערט צו כאפן א בליק וויאזוי עס איז אין דייטש. און ווירקליך, עס איז bürger. ווי גרשון זאגט אלס אז א ü איז ווי א חיריק.
און דאס האט מיר איבערצייגט אז מען דארף יא שרייבן 'נארטירליך'.
איר מיינט אוודאי 'נאטירליך'...
אופס!
פארשטייט זיך.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:48 am
וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
ביזדערווייל איז נישטא קיין 'אזוי שרייבט מען', נאר יעדער שרייבט ווי עס שמעקט אים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 5:52 am

איר מיינט לכאורה צו זאגן אז באופן כללי איז דאס די מצב, ריכטיג?
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:49 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 5:52 am
משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:48 am
וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
ביזדערווייל איז נישטא קיין 'אזוי שרייבט מען', נאר יעדער שרייבט ווי עס שמעקט אים.
איר מיינט לכאורה צו זאגן אז באופן כללי איז דאס די מצב, ריכטיג?
ער באציט זיך ספעציפיש צו דעם שאלה
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
דוד חיים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 4:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד חיים »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:48 am
וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
אסאך פרעפאזיציעס וואס ווערן געשריבן נעבן דעם לשון זכר 'דעם' ווערט א גענצליך באהאפטענע ווארט:
צו דעם = צום
ביי דעם = ביים
פון דעם = פונעם

עס זענען אבער אויך פאראן ווערטער וואו מ’שטעלט פשוט א שטרעכעלע צווישן דער פרעפאזיציע און די פארקירצטע דעם:
אויפ’ן = אויף דעם
אונטער’ן = אונטער דעם
פאר’ן = פאר דעם
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אינגקאגניטא איז אידיש?

@הרב ברוך יודא קליין נוצט עס.

קודאס פאר גוגל פאר'ן אויסלערנען אידישע ווערטער...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

דוד חיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 11:50 pm
משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:48 am
וויאזוי שרייבט מען: "פאר'ן" אדער "פארן"?
אסאך פרעפאזיציעס וואס ווערן געשריבן נעבן דעם לשון זכר 'דעם' ווערט א גענצליך באהאפטענע ווארט:
צו דעם = צום
ביי דעם = ביים
פון דעם = פונעם

עס זענען אבער אויך פאראן ווערטער וואו מ’שטעלט פשוט א שטרעכעלע צווישן דער פרעפאזיציע און די פארקירצטע דעם:
אויפ’ן = אויף דעם
אונטער’ן = אונטער דעם
פאר’ן = פאר דעם
טאקע אויך ביי "אויפ'ן" און "אונטער'ן" זע איך געוויסע מאכן א שטרעכל און געוויסע נישט.
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:02 am
אינגקאגניטא איז אידיש?

@הרב ברוך יודא קליין נוצט עס.

קודאס פאר גוגל פאר'ן אויסלערנען אידישע ווערטער...
אויב שוין יא, שרייבן דעם לאטיינישן אינקאגניטוס.

Borrowed from Italian incognito, from Latin incognitus (“unknown”), from in- (“not”) +‎ cognitus (“known”), perfect passive participle of cognoscere.
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 2:47 pm

נע, ער מיינט נישט דא דעם באדייט פון דעם אריגינעלן ווארט, נאר דעם טעכנאלאגישן טערמין.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 4:47 pm
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 2:47 pm
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:02 am
אינגקאגניטא איז אידיש?

@הרב ברוך יודא קליין נוצט עס.

קודאס פאר גוגל פאר'ן אויסלערנען אידישע ווערטער...
אויב שוין יא, שרייבן דעם לאטיינישן אינקאגניטוס.

Borrowed from Italian incognito, from Latin incognitus (“unknown”), from in- (“not”) +‎ cognitus (“known”), perfect passive participle of cognoscere.
נע, ער מיינט נישט דא דעם באדייט פון דעם אריגינעלן ווארט, נאר דעם טעכנאלאגישן טערמין.
ער מיינט יא.
ער רעדט פון א נסיעה פון הג"ר דוד דייטש קיין וויען, פון וואס קיינער האט נישט געטארט וויסן.
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

פעלקערמארד זעט מיר אויס עפעס אומבאכלעפטשעט.
איך וואלט עס פארדרייט אויף פאלקסמארד.
קלארער און פראקטישער, א שטייגער ווי פאלקסליד. וואס זוכט דא א לשון רבים?
אויך וואלט מען שוין געמעגט פאבריצירן פאלקסמערדער, אויף דער וואס פירט דורך דעם פאלקסמארד.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:29 pm

איין טעות מיט צוויי גרייזן. א פאלקסליד איז נישט קיין ליד פון פעלקער, נאר אזא ליד וואס איז באליבט ביים פאלק.

יעצט טראכט דעם באדייט פון פאלקסמארד און פאלקסמערדער.

איבער פעלקערמארד — ביי קינדער-מאנטל, ציגנמילך, און זייפנבלאז פארשטייסטו יא דעם מארצאל פארעם? (יודל מארק פארענטפערט עס אז ביי ווערטער וואו עס וואלט שווער געווען ארויסצוזאגן דאס צונויפגעשטעלטע ווארט צוליב וואס ביידע זאכווערטער האבן אן אקצענטירטן טראף וואס קומט איינס נאכ'ן צווייטן, איז אריינגעקומען אין דער גערעדטער שפראך כאילו א מערצאל ענדונג אויפ׳ן ערשטן טייל, פאר א הפסק צווישן די אקצענטירטע טראפן.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:45 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:29 pm
פעלקערמארד זעט מיר אויס עפעס אומבאכלעפטשעט.
איך וואלט עס פארדרייט אויף פאלקסמארד.
קלארער און פראקטישער, א שטייגער ווי פאלקסליד. וואס זוכט דא א לשון רבים?
אויך וואלט מען שוין געמעגט פאבריצירן פאלקסמערדער, אויף דער וואס פירט דורך דעם פאלקסמארד.
איין טעות מיט צוויי גרייזן. א פאלקסליד איז נישט קיין ליד פון פעלקער, נאר אזא ליד וואס איז באליבט ביים פאלק.

יעצט טראכט דעם באדייט פון פאלקסמארד און פאלקסמערדער.

איבער פעלקערמארד — ביי קינדער-מאנטל, ציגנמילך, און זייפנבלאז פארשטייסטו יא דעם מארצאל פארעם? (יודל מארק פארענטפערט עס אז ביי ווערטער וואו עס וואלט שווער געווען ארויסצוזאגן דאס צונויפגעשטעלטע ווארט צוליב וואס ביידע זאכווערטער האבן אן אקצענטירטן טראף וואס קומט איינס נאכ'ן צווייטן, איז אריינגעקומען אין דער גערעדטער שפראך כאילו א מערצאל ענדונג אויפ׳ן ערשטן טייל, פאר א הפסק צווישן די אקצענטירטע טראפן.)
זאל זיין. דער ס האב איך צוגעלייגט לרווחא דמילתא, איר האט אלע רעכטן צו אויסלייגן פאלק מארד און פאלקמערדער.
עס באדערט מיר בעיקר אז דער מערצאל מאכט עס אויסזען אומבאכלעפטשעט. דאכט זיך אז יודל מארקס פלפולים העלפן נישט צופיל.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:54 pm
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:45 pm
ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:29 pm
פעלקערמארד זעט מיר אויס עפעס אומבאכלעפטשעט.
איך וואלט עס פארדרייט אויף פאלקסמארד.
קלארער און פראקטישער, א שטייגער ווי פאלקסליד. וואס זוכט דא א לשון רבים?
אויך וואלט מען שוין געמעגט פאבריצירן פאלקסמערדער, אויף דער וואס פירט דורך דעם פאלקסמארד.
איין טעות מיט צוויי גרייזן. א פאלקסליד איז נישט קיין ליד פון פעלקער, נאר אזא ליד וואס איז באליבט ביים פאלק.

יעצט טראכט דעם באדייט פון פאלקסמארד און פאלקסמערדער.

איבער פעלקערמארד — ביי קינדער-מאנטל, ציגנמילך, און זייפנבלאז פארשטייסטו יא דעם מארצאל פארעם? (יודל מארק פארענטפערט עס אז ביי ווערטער וואו עס וואלט שווער געווען ארויסצוזאגן דאס צונויפגעשטעלטע ווארט צוליב וואס ביידע זאכווערטער האבן אן אקצענטירטן טראף וואס קומט איינס נאכ'ן צווייטן, איז אריינגעקומען אין דער גערעדטער שפראך כאילו א מערצאל ענדונג אויפ׳ן ערשטן טייל, פאר א הפסק צווישן די אקצענטירטע טראפן.)
זאל זיין. דער ס האב איך צוגעלייגט לרווחא דמילתא, איר האט אלע רעכטן צו אויסלייגן פאלק מארד און פאלקמערדער.
עס באדערט מיר בעיקר אז דער מערצאל מאכט עס אויסזען אומבאכלעפטשעט. דאכט זיך אז יודל מארקס פלפולים העלפן נישט צופיל.
פאר מיר הערט זיך עס דווקא יא פערפעקט, דארף מען הערן פון די אנדערע באטייליגטע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”