אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צום פוינט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 8:29 am
טרוקן אדער טריקן ?
טרוקן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:14 pm
יחליצך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:10 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:06 pm
נברא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 pm
דאנקען
דיסעגרי די ווארט איז דאנקן
אומאיינשטימיג
אדרבה קום אריין מיט א מקור, כ'קען באשטיין צו הערן די ריכטיגע.
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p1988697

היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:21 pm
צום פוינט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 8:29 am
טרוקן אדער טריקן ?
טרוקן.

(אבער: טריקענען, אויסטריקענען, פארטריקנט, איינגעטריקנט, געטריקנטע.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:23 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:14 pm
יחליצך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:10 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 1:06 pm
נברא האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 2:08 pm
דאנקען
דיסעגרי די ווארט איז דאנקן
אומאיינשטימיג
אדרבה קום אריין מיט א מקור, כ'קען באשטיין צו הערן די ריכטיגע.
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p1988697
כ'בין מודה
דברי חכמים כדרבונות
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

איז דא חילוק צווישן קעגן, אקעגן, און אנטקעגן ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אקעגן איז לכאורה א פארגרייזטער פארעם.

דאס עיקר ווארט איז קעגן, אבער אנט- איז א הוספה. איך בין נישט זיכער צי ס'איז דא אן עמטליכן חילוק צווישן די צוויי. מעגליך אז קעגן איז מער פארבונדן מיט קעגנער און קעגנערשאפט, ווידער אנטקעגן איז toward.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:34 pm
אקעגן איז לכאורה א פארגרייזטער פארעם.

דאס עיקר ווארט איז קעגן, אבער אנט- איז א הוספה. איך בין נישט זיכער צי ס'איז דא אן עמטליכן חילוק צווישן די צוויי. מעגליך אז קעגן איז מער פארבונדן מיט קעגנער און קעגנערשאפט, ווידער אנטקעגן איז toward.
בעצם קומען ביידע פון איין שורש, סיי TOWARD - ACROSS און סיי התנגדות - קעגנערשאפט עכ"פ אין לשה"ק זיכער.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:34 pm
אקעגן איז לכאורה א פארגרייזטער פארעם.
און אפשר איז עס סתם א צוגעלייגטער א', ווי אין אוודאי, אחוץ, אדערווייל, אפנים, אקיצור, אכלל, אזוי, אזעלכע, אזייגער, אביסל, ועוד ועוד.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביבליאגראף האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 10:52 am

אמת. "סתם צוגעלייגט" און "פארגרייזטער פארעם" זענען כמעט די זעלבע זאך.

אבער רוב ווערטער אין דיין ליסטע זענען נישט אין דער קאטעגאריע. א-וודאי איז בוכשטעבליך "א זיכערע זאך". דאס זעלבע איז מיט אפנים, אכלל, אקיצור, און אביסל. אזוי, אזא, אזוינס, און אזעלכע איז דער א' פונעם שורש, ס'איז בכלל נישט צוגעלייגט. אזייגער איז לכאורה אויך אזוי, נאר איך ווייס נישט גענוי די עטימאלאגיע; ס'איז עפעס אזוי ווי o'clock אין ענגליש.

אחוץ, אדורך, און אדערווייל און טאקע סתם צוגעלייגט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm

אחוץ אדורך זענען טאקע סתם צוגעלייגט, אבער טיף אריינגעגעסן מתסמא שוין הונדערטער יאר אין אידיש, עס האט נישט קיין פשט זיי ארויסצואווארפן סתם.
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז שלעכט אן דעם א'?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:12 pm
וואס איז שלעכט אן דעם א'?
אסאך מאל רעדט/שרייבט זיך בעסער אזוי.
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האלט נישט אזוי. ס'דארף נישט זיין צוויי אויסלייגן פאר איין זאך, און אין דעם פאל איז אן דער א' ריכטיגער, כאטש טאקע ס'איז נישט קיין לעצטיגער טעות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:12 pm
וואס איז שלעכט אן דעם א'?
ס'איז שלעכט אזוי ווי אלע יידישיסטישע פארדרייטע אויסלייגן. וואס איז שלעכט צו שרייבן אזויווי מ'זאגט עס אין מאמע לשון? פארוואס דארף מען סתם צופליקן ווערטער?
לעצטנס הערט מען שוין ווייניגער אחוץ, אוואס, איא, אוואו, וכו' ווייל דער עולם מיינט אז ס'איז גרייזיג, ווייל מ'האט עס אויסגעריסן פון שריפט.
נאך ערגער זענען די וואס שרייבן הפנים, הכלל, הקיצור, ווייל זיי קענען נישט גלייבן אז מ'זאל צוטשעפענען אן א' צו א לשה"ק ווארט, מוז זיין אז ס'קומט א ה' הידיעה. פארוואס "אוודאי" פארשטייען זיי יא אז ס'שטימט?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm
א-וודאיאיז בוכשטעבליך "א זיכערע זאך". דאס זעלבע איז מיט אפנים, אכלל, אקיצור, און אביסל.
הייסט עס אז מ'דארף זאגן "א זיכער"? "א ווייניג"?

אזוי, אזא, אזוינס, און אזעלכע איז דער א' פונעם שורש, ס'איז בכלל נישט צוגעלייגט.
דאן פארוואס איז עס אין אלט-יודיש "זא / זוי"?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13880
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ביבליאגראף האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 10:52 am
גרשון האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:34 pm
אקעגן איז לכאורה א פארגרייזטער פארעם.
און אפשר איז עס סתם א צוגעלייגטער א', ווי אין אוודאי, אחוץ, אדערווייל, אפנים, אקיצור, אכלל, אזוי, אזעלכע, אזייגער, אביסל, ועוד ועוד.
און אפשר איז דאס די זעלבע א ווי אין אהיים, אהין, אהער (א קרוב מיט היער און הער אין דייטש און ענגליש), ארויף, אראפ, אריין, ארויס (דייטשע ראַוס) אפיר, אריבער, ארונטער, אוועק (פארוואונדעט מיטן ענגלישן wake?), אנידער?
ביבליאגראף האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:51 pm
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm
א-וודאיאיז בוכשטעבליך "א זיכערע זאך". דאס זעלבע איז מיט אפנים, אכלל, אקיצור, און אביסל.
הייסט עס אז מ'דארף זאגן "א זיכער"? "א ווייניג"?
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm
אזוי, אזא, אזוינס, און אזעלכע איז דער א' פונעם שורש, ס'איז בכלל נישט צוגעלייגט.
דאן פארוואס איז עס אין אלט-יודיש "זא / זוי"?
ס'ווערט גענוצט אין אידיש צו באטאנען באוועגונג/ריכטונג.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ביבליאגראף האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:51 pm
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm
א-וודאיאיז בוכשטעבליך "א זיכערע זאך". דאס זעלבע איז מיט אפנים, אכלל, אקיצור, און אביסל.
הייסט עס אז מ'דארף זאגן "א זיכער"? "א ווייניג"?
גרשון האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:20 pm
אזוי, אזא, אזוינס, און אזעלכע איז דער א' פונעם שורש, ס'איז בכלל נישט צוגעלייגט.
דאן פארוואס איז עס אין אלט-יודיש "זא / זוי"?
זיכעראיז אן אדיעקטיוו/אדווערב, אזוי אויך ווייניג, און ס'קען נישט קומען פארדעם א. וודאיאון ביסלזענען זאכווערטער, פונקט ווי ספקאון ס(א)ך, מילא קלעבט דער אדערויף זייער גוט.

אין בין נישט קיין מבין אויף אלט אידיש, אבער אלע ווערטער אין דעם צווייגל (אז, אזא, אזוי, אזוינס, אזוינע, אזעלכע, און אויך אלס) זענען אנגעבליך פונעם דייטשן also, ווי אויפגעהיטן אין ענגליש אלס as. דער שורש איז טאקע so, אבער דער א(ל)- איז שוין צוגעלייגט הונדערטער יארן אין דייטש אלס פרעפיקס.

---
ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז יידישיסטן האבן דאס פארדרייט. דורך און חוץ זענען אלץ געווען ריכטיגע אויסלייגן. ייווא האט סך הכל געמאכט א סטאנדארט, און דער סטאנדארט איז געווען אויסצוקלויבן דעם אריגינעל-ריכטיגן אויסלייג. אבער לו יצוייר זיי האבן יא פארדרייט און זיי זענען געווען סוקסעספול, איז עס נישט עפעס אן אפנויג פון מסורה אויף וואס מ'וועט געשטראפט ווערן. ס'וועט קיינעם נישט פאסירן קיין שלעכטס פאר'ן נישט שרייבן דעם א'.

@שלמה הילדעסהיימער אוועק איז ווי away; בעצם אווע ג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 12:15 am
זיכער איז אן אדיעקטיוו/אדווערב, אזוי אויך ווייניג, און ס'קען נישט קומען פארדעם א. וודאי און ביסל זענען זאכווערטער, פונקט ווי ספק און ס(א)ך, מילא קלעבט דער א דערויף זייער גוט.
ווען כ'וועל וויסן וואס ס'מיינט אדיעקטיוו און אדווערב, וועל איך האפנטליך פארשטיין וואס איר זאגט דא.
גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 12:15 am
אין בין נישט קיין מבין אויף אלט אידיש, אבער אלע ווערטער אין דעם צווייגל (אז, אזא, אזוי, אזוינס, אזוינע, אזעלכע, און אויך אלס) זענען אנגעבליך פונעם דייטשן also, ווי אויפגעהיטן אין ענגליש אלס as. דער שורש איז טאקע so, אבער דער א(ל)- איז שוין צוגעלייגט הונדערטער יארן אין דייטש אלס פרעפיקס.
אין אלט-יודיש טרעפט מען נישט אזוי, אזעלכע, אזוינע וכו', נאר זא (שפעטער: זוי), זולכע, זוכע, זונע, וכו'. והלא דבר הוא.

[אגב, ביים רעדן זאגט מען "אז א כע" און "אזעכע" אן דעם ל'. דאס איז נישט גרייזיג, מ'טרעפט עס אין אלט-יודיש.]
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

שלא באותו ענין, מען קען זיגער אויסניצן די צווי אויסלייגן "אדורך" און "דורך", צו פוננאדערשיידן די צוויי באדייטן דער ווארט קען האבן.
"גיי דורך דעם שורטקאט" מיינט איין זאך
"גיי אדורך דעם שורטקאט" – א צווייטער
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@ביבליאגראף , עפן אן אשכול מיט א ביטע איבער אויסלייגן ווערטער ווי מ'זאגט עס אפטמאל אין מאמע-לשון. (איך בין ביזדערווייל מיט @גרשונ'ען .)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:20 pm
עס איז דער "מאמענטאלע אספעקט".
אנע אריכות, "געבן א שרייב" איז אינגאנצען נישט איינפאך געשריבן, יא?
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:22 pm
מ'קען אריינלייגן דער סוספענס פארדעם "האסטיג געכאפט דאס פעדער און געשריבן". "געגעבן א שרייב" איז פשוט נישט צודערזאך אין מיינע אויגן.
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:41 pm
"זיי אזוי גוט, גיב א קוק וואס ס'טוט זיך אינדרויסן".
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 pm
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
איינער געדענקט נאך דעם שמועס?

נארוואס געליינט אין יודל מארק'ס גראמאטיק פון דער יידישער כלל-שפראך, ווערב, י-4 (איבערגעשריבן אין היינטיגן אויסלייג):

דער אספעקט פון 'מיטאמאליגקייט', וואס דריקט אויך אויס אז די טואונג איז פלוצלינג, אומגעריכט און האסטיג, פארמאגט דריי באשטאנדטיילן: דעם אומבאשטימטן ארטיקל 'אַ', דעם סובסטאנטיוו וואס איז דער ווערבאלער שטאם און דעם הילפסווערב טאָן . אט האבן מיר כאראקטעריסטישע זאצן: "איך קען זיך נישט איינהאלטן און מוז אַ לאך טאָן "; "ער האט אַ קיצל געטאָן דאס קינד אין בייכעלע"; "קענסט עפענען די טיר און אַ קוק טאָן וואס עס טוט זיך אינעווייניג אין צימער"; "מען וועט אַן ארבעט טאָן אלע צוזאמען און זיך אַ באפרײ טאָן פון דער באשטעלונג איינס און צוויי"; "מען דארף אים אַ פארשטאפ טאָן דאס מויל, ער זאל נישט קענען אַ שרײ טאָן "; "ער וואלט זיך געטאָן אַ צעהוליע , אויב איך וואלט אים געטאָן אַ רוק ארײן א פינפערל אין האנט".

ביי א צאל ווערבן קען דער ווערבאלער שטאם קומען אין צוויי געשטאלטן, ווי ער איז אין דער יעצטיגער צייט צי אין אינפיניטיוו אדער ווי ער איז אין פארטיציפ: א שפרונג טאן און א שפרינג טאן, א ווארף טאן און א ווארף טאן, א ביס טאן און א בייס טאן, א ריס טאן און א רייס טאן, א לאף טאן און א לויף טאן, א קלונג טאן און א קלינג טאן, א בראך טאן און א ברעך טאן, א שטאך טאן און א שטעך טאן, א שניט טאן און א שנייד טאן, א קניפ טאן און א קנייפ טאן, א פארדריס טאן און א פארדראס טאן. אזוי איז אבער בלויז אין דער קלענערער צאל ווערבן. ס'רוב איז גובר דעם שטאם אין אינפיניטיוו איבערן שטאם אין פארטיציפ: א הייב טאן (נישט א הויב טאן), א בייג טאן (נישט א בויג טאן), א זינג טאן, א ווינטש טאן, א שווים טאן, א פלי טאן, א מעסט טאן, א פלעכט טאן, א נעם טאן, א שטארב טאן, א שרייב טאן, א שרעק טאן, א דינג טאן און נאך א סך אנדערע. זיך מערקן: א דרוק טאן איז פון ווערב דרוקן, א דריק טאן פון ווערב דריקן; פון ווערב שמייסן איז א שמיס טאן און א שמיץ טאן (הגם לויטן פארטיציפ וואלט געקענט זיין א 'שמיס' טאן).

_____

@א שטענדיג צעמישטער , אז דו האסט עס יא געליינט, וואס האסטו נישט גלייך מסביר געווען?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:16 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:20 pm
עס איז דער "מאמענטאלע אספעקט".
אנע אריכות, "געבן א שרייב" איז אינגאנצען נישט איינפאך געשריבן, יא?
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:22 pm
מ'קען אריינלייגן דער סוספענס פארדעם "האסטיג געכאפט דאס פעדער און געשריבן". "געגעבן א שרייב" איז פשוט נישט צודערזאך אין מיינע אויגן.
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:41 pm
"זיי אזוי גוט, גיב א קוק וואס ס'טוט זיך אינדרויסן".
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 pm
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
איינער געדענקט נאך דעם שמועס?

נארוואס געליינט אין יודל מארק'ס גראמאטיק פון דער יידישער כלל-שפראך, ווערב, י-4 (איבערגעשריבן אין היינטיגן אויסלייג):

דער אספעקט פון 'מיטאמאליגקייט', וואס דריקט אויך אויס אז די טואונג איז פלוצלינג, אומגעריכט און האסטיג, פארמאגט דריי באשטאנדטיילן: דעם אומבאשטימטן ארטיקל 'אַ', דעם סובסטאנטיוו וואס איז דער ווערבאלער שטאם און דעם הילפסווערב טאָן . אט האבן מיר כאראקטעריסטישע זאצן: "איך קען זיך נישט איינהאלטן און מוז אַ לאך טאָן "; "ער האט אַ קיצל געטאָן דאס קינד אין בייכעלע"; "קענסט עפענען די טיר און אַ קוק טאָן וואס עס טוט זיך אינעווייניג אין צימער"; "מען וועט אַן ארבעט טאָן אלע צוזאמען און זיך אַ באפרײ טאָן פון דער באשטעלונג איינס און צוויי"; "מען דארף אים אַ פארשטאפ טאָן דאס מויל, ער זאל נישט קענען אַ שרײ טאָן "; "ער וואלט זיך געטאָן אַ צעהוליע , אויב איך וואלט אים געטאָן אַ רוק ארײן א פינפערל אין האנט".

ביי א צאל ווערבן קען דער ווערבאלער שטאם קומען אין צוויי געשטאלטן, ווי ער איז אין דער יעצטיגער צייט צי אין אינפיניטיוו אדער ווי ער איז אין פארטיציפ: א שפרונג טאן און א שפרינג טאן, א ווארף טאן און א ווארף טאן, א ביס טאן און א בייס טאן, א ריס טאן און א רייס טאן, א לאף טאן און א לויף טאן, א קלונג טאן און א קלינג טאן, א בראך טאן און א ברעך טאן, א שטאך טאן און א שטעך טאן, א שניט טאן און א שנייד טאן, א קניפ טאן און א קנייפ טאן, א פארדריס טאן און א פארדראס טאן. אזוי איז אבער בלויז אין דער קלענערער צאל ווערבן. ס'רוב איז גובר דעם שטאם אין אינפיניטיוו איבערן שטאם אין פארטיציפ: א הייב טאן (נישט א הויב טאן), א בייג טאן (נישט א בויג טאן), א זינג טאן, א ווינטש טאן, א שווים טאן, א פלי טאן, א מעסט טאן, א פלעכט טאן, א נעם טאן, א שטארב טאן, א שרייב טאן, א שרעק טאן, א דינג טאן און נאך א סך אנדערע. זיך מערקן: א דרוק טאן איז פון ווערב דרוקן, א דריק טאן פון ווערב דריקן; פון ווערב שמייסן איז א שמיס טאן און א שמיץ טאן (הגם לויטן פארטיציפ וואלט געקענט זיין א 'שמיס' טאן).

_____

@א שטענדיג צעמישטער, אז דו האסט עס יא געליינט, וואס האסטו נישט גלייך מסביר געווען?
"איך קען זיך נישט איינהאלטן און מוז אַ לאך טאָן"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5272
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 12:45 pm
שלא באותו ענין, מען קען זיגער אויסניצן די צווי אויסלייגן "אדורך" און "דורך", צו פוננאדערשיידן די צוויי באדייטן דער ווארט קען האבן.
"גיי דורך דעם שורטקאט" מיינט איין זאך פּרעפּאָזיציע
"גיי אדורך דעם שורטקאט" – א צווייטער קאָנווערב
ס'קען אויך זיין אן אַדווערב: קענען די מסכתא דורך און דורך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:16 pm
@ביבליאגראף, עפן אן אשכול מיט א ביטע איבער אויסלייגן ווערטער ווי מ'זאגט עס אפטמאל אין מאמע-לשון. (איך בין ביזדערווייל מיט @גרשונ'ען.)
דיינע ווערטער זענען צו טיף פאר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”