@א ברעקעלע שכלוואסי די עניוות? פון דיינע מעשים קוקט אויס ווי דו פארמאגסט אסאך מער ווי א ברעקעלע…
לענינינו; ביסט א מאנסטער! איך ווייס נישט וויפיל מענטשן דיין עידזש האבן די שטארקייט צו טוהן אזאנע הייליגע מעשים. כמוך ירבו בישראל! רפואה שלימה!
אגב, ווען דו גייסט קומען צו די כוחות ערווארטן מיר א געהעריגע באשרייבונג וויאזוי ס׳גאנצע מעשה איז צוגעגאנגען, וואס האט דיר אינספערירט צו מנדב זיין א חלק פון דיין גוף אזוי אינג? וויאזוי גייט צו די גאנצע פראסעס? ועוד.
עוד יזכור לנוהאט געשריבן:↑מיטוואך מארטש 13, 2024 1:25 pm
צוויי היינט
דער צווייטער בין איך "ישעי' יוסף בן שרה"
---גילו אלערט---
מזל טוב
צו די גרויסע מצוה וואס דו האסט זוכה געווען צו טוהן דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיין מצוה גוררת מצוה און דו זאלסט קענען טוהן מצות ומעשים טובים בככ"י
Wow wowאיז נישט גענוג, איך ווער ממש איבער גענומען פון וואס עס גייט דא פאר, איך גיי אי"ה די וואך מנדב זיין א ניר, אין איך האב געמיינט אז עס איז א זאך וואס וויינעג מענטשן האלטן ביים טוען, איך מוז מודה זיין אז איך האב דאס נישט געגלייבט, אז אויף די פלאטפארמע אליין זענען שוין דא א שיינע פאר ניר נדבנים, אין ווי א יעדער פאר טעג קומט ארויף א פרישע ליסטע פון נעמען,

ברוכים הבאים צו די ניר נדבנים געמיינדע
יהי רצון עס זאל זיין א געלונגענע פראצעדור, מיט א שנעלע ערהוילונג פאר ביידע פון אייך
מארגן אי"ה גייט זיין אפאר, און איך האף צי זיין אויף די ליסטע, אויב קענט איר פרובירט צי זאגן כאטש איין קאפיטל תהילים, פאר אידן וואס געבן אוועק פון זיך פאר א צווייטן. א דאנק פון פאראויס.
נו וויאזוי איז עס אריבער? וויאזוי שפירט זיך נאכן טון דעם מעגא חסד פון אוועקגעבן א חלק פונעם אייגענע גוף פאר א צווייטן?
ב"ה עס איז הימל אין ערד א יעדן טאג ווערט עס בעסער אין בעסער איך פיל מיר שוין כמעט צוריק צי נארמאל ב"ה אין דאס איז שוין נאך וואס איך בין אהיים פון שפיטאל פרייטאג וואס הייסט שוין זיין זייער לאנג אין שפיטאל אבער ב"ה מען האלט שוין דא