יאנאש האט געשריבן:
עניוועי איך גיי סטאפן דא, אבער יעדער וואס שרייבט זאל וויסן אז ער קען זיין דער גורם אז איינער וואס האלט ביים געבן א ניר זאל זיך צוריקהאלטן דערפון, זיכער אז אויב איז עס א סכנה ברויך מען און מען איז מחיוב צו אויפמערקזאם מאכן, אבער ביטע טשעקן די אינפארמאציע פארן שרייבן און נישט סתם טרייען צו שאפן נאך א תגובה'לה..
יאנאש... ביסט 100% גערעכט... ווי געשריבען אויבן האב איך גע'עפענט די אשכול נאכן זען א מאדענע קעפל ווי יענער שרייבט כאילו עס איז א חיוב צי געבן א ניר כ'האב אבער נישט גע'טראכט אז עס וועלן זיין אפשר אזעלכע וואס וועלן עס פראבירען אוועקצימאכן, דערפאר וויל איך בעטן די מנהלים, אז אויב זיי האבן די מינדעסטע ספק אז איינער וועט ארויסנעמען פון דא אינפערמאציע וואס וועט גורם זיין אז מען וועט זיך צוריק האלטן פון ראטעווען א איד, זאל מען שוין אויסמעקן די אושכול, ושלום על ישראל, ענדערש אויסמעקן א אשכול, ווי ח"ו נישט העלפן ראטעווען א איד
בהשגחה בפרטית, זייענדיג היינט ביום שנכפל בו כי טוב, ביי דעם צאן-ארטס האט איינער מיר געגעבען אין די האנט דעם ענגלישן משפחה מאגאזין [נומער 231 שלהי תשרי תחילת שנה זו], וואו ביי די אויטענטישע מעשיות פון א"מ אמיץ, דערציילט איינע פון אירע מיט-מאכענישן פון די נירן, סוף ארטיקל שרייבט זי אז נישט לאנג צוריק האט איינער געשריבן א דאקטאראט אויף די טעמע און לצורך דעם אפ-געהאלטן שמועסן מיט מענטשען וואס האבן מנדב געווען א ניר - אפילו מיט א דרייסיג יאהר פריער - און קיין איינער פון זיי האט נישט במשך די תקופה געליטן אויף עפעס קראנק-הייטן אדער געהאט סיי וואס פאר א קאמפליקאציעס דער-פון.
נארישע שאלה: איז דא א פראבלעם להלכה לאחר מאה ועשרים שנה פון דעם דאנאר וועגן קבורה פון דעם ניר, צו לאחר מו"ש פון דעם רעסיפיענט דארף מען דאס ארויסנעמען??
עס האט זיך געשפירט אין די לופט די דערהויבענקייט פון דעם זמן, געווען איז דאס בין כסא לעשור תשס"ה, ל.מ. א חשובער יונגערמאן פון ווילאמסבורג, א טאטע פון 9 קינדער בלעה"ר, זיצט אויפען סאפע, ווען אין די האנט האלט ער די אידישער זשנוראל "די צייטונג".
משה ל. האט זיך דאן דערמאנט דאס פאר א היפשע פאר יאר צוריק אין יאר תשמ"ט, ווען ער האט געלערענט אין ישיבה גדולה אין קרית יואל, זענען דעמאלטס אראפ געקומען א שטאב מיט עסקנים פון די באוויסטע לעבנס וויכטיגע ארגאנאזאציע "ביקור חולים דראקלענד קאנטי", זיי זענען געקומען נעמען בלוט פון די בחורים, צו וויסען וועלעכע בלוט טייפ זיי פארמאגן, אז אויב א חולה וועט זיך אמאל נויטיגען אין בלוט, זאלן זיי וויסען ווער עס פארמאגט די טייפ בלוט וואס דער חולה פארמאגט, און זיך גלייך ווענדן צום ריכטיגען פערזאן פאר די בלוט.
אין ישיבה האבן זיך דאן געפונען צווישען 300 און 400 בחורים, מען האט פון יעדע איינעם פון זיי גענומען בלוט, שפעטער ווען די רעזולטאט פון די בלוט איז צוריק געקומען, האבן אינגאנצען 3 בחורים פון די גאנצע ישיבה פארמאגט די זעלטענע בלוט טייפ "O נעגעטיוו", משה ל. איז געווען איינער פון די דריי.
פון דעמאלטס אן פלעגט זיך משה ל. ארומדרייען וויסענדיג באזוך אז ער פארמאגט א זעלטענע בלוט טייפ וואס איז נישט אזוי צום געפונען, יעצט זעהנדיג די מודעה, האט עס אים ווי אויפגעבליצט אין זיין מוח, די מעשה פון די ישיבה, און ער האט געטראכט אז אפשר יעצט האט ער א געלעגנהייט צו ראטעווען א אידיש קינד, און צוליב די זעלטענהייט פון די בלוט טייפ פארלאנגט זיך אז טאקע "ער" זאל זיין דער נדבן פון די ניר.
משה ל. האט פראבירט זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון, וואס הייסט איך בין דאך געזונט און שטארק ב"ה, פארוואס זאל איך מיר לייגען אינטער א מעסער ווען עס פעלט נישט אויס, אבער די מודעה איז אים נישט ארויס פון קאפ, יום ולילה לא ישבותו, די מודעה איז אים כסדר ארויפגעקומען, נאך אפאר טעג זעהנעדיג אז ער קען נישט פטור ווערן פון די מודעה, ער האט געשפירט ווי די מודעה רעדט צו אים פערזענליך, האט ער מחליט געווען אנצורופען די נומער.
משה ל. האט האט אנגערופען די נומער, א מעסידזטש מאשין האט אויפגעהויבען, ער האט איבערגעלאזט א מעסעדזש אז ער פארמאגט די בלוט טייפ, און מען קען אים צוריק רופען אויף זיין סעל. נומער. פאר מער פרטים.
בלילה ההוא, משה ל. האט זיך באטייליגט ביי א סיום, אין די חדר ווי זיין צוועליף יעריג יונגל האט געלערנט, אזוי שמועסענדיג מיט די מלמד פון זיין קינד, האט זיך זיין סעלפאן צוקלינגען, און ער זעהט אן אומבאקאנטע נומער אויף די קאלער איידי, ער איז ארויס אינדערויסען אויפצוהייבען דעם טעלעפאן, אויפען אנדערען זייט טרייבל איז געווען א עסקן, ער האט אים באדאנקט פארן אריינרופען וועגן די ניר, ער האט אים געזאגט אז עס רעדט זיך דא פון א טייערע יונגערמאן אין זיינע מיטעלע יארן, ער איז א גרויסער בעל צדקה, און ער נויטיגט זיך און א ניר טראנספלענט ווי אומשנעלסטען.
משה ל. האט געזאגט פאר דעם עסקן איך האב די טייפ בלוט וואס איר זוכט, און איך בין מיך גרייט אריינצולייגען דערין, אבער בעפאר דעם וויל איך וויסען צו עס איז דא דערין א ספיק ספיקא פון א סכנה פאר דעם נדבן. אויב עס וואלט געווען דערין אפילו א ספק סכנה וואלט מען נישט איינגעלייגט די מודעה, האט דער עסקן אים גענטפערט, און איך אליינס קען מעיד זיין דערויף צוליב דעם וואס מיין ווייב האט מנדב געווען א ניר.
דער עסקן האט אים געלאזט וויסען: אז בעפאר ער פאנגט אן עפעס צו טון דערוועגן דארף ער עס דורך רעדן מיט זיין בני בית, ווייל עס פעלט זיך אויס אסאך שטיצע פון די משפחה, און בפרט פון די בני בית בשעת די גאנצע זאך.
דער עסקן האט האט אים געפרעגט צו ער וויל אויך אריינעמען זיינע\אירע עלטערען אין דעם בילד, און בשעת מעשה האט ער דערציילט, אז ביי איין פאל איז שוין געווען א נדבן (א היימישער יונגערמאן), עס האט שוין געהאלטען אזוי ווייט אז דער נדבן איז שוין געלעגן אויפען שפיטאל בעט, גרייט זיך צו לאזען אפערירען, אבער דאן האט זיך זיין מאמע אריינגעמישט און פארפירט אז דאס איז איר איינציגסטער זון, און זי וויל נישט אז ער זאל זיך לאזן אפערירען, און עס טאקע נישט צושטאנד געקומען. משה ל. האט געלאזט וויסען דעם עסקן אז אויב ער וועט זיין די נדבן וועט ער לאזן וויסען זיינע עלטערען נאר ווען עס האלט ביי די לעצטע פאזעס, כדי זיי זאלן נישט מיטהאלטן די גאנצע צייט, און זיי ברענעגען אומזוסטע אנגעצויגענקייט.
נאך אין יענע נאכט בשעת'ן עסן נאכטמאל מיט זיין בני בית, האט משה ל. געמישט די צייטונג, און זיכער געמאכט אז זיין ווייב ליינט מיט, אנקומענדיג צו די מודעה, האט זיך משה ל. אנגערופען בתמימות צו זיין ווייב, זעסט די מודעה, עס פארלאנגט זיך די זעלטענע בלוט טייפ O נעגעטיוו, איך פארמאג די בלוט טייפ, איך טראכט יעצט אז איך זאל זיין דער נדבן, זי האט אים אנגעקוקט מיט ווינדערליכע בליקען די רעדסט יעצט ערנסט דערפון, יא! איך טראכט ערענסט צו העלפן דעם יונגערמאן, וואס זאגסטו דערצו? אלס מיר אויס קענסטו טון וואס די האלסט אז עס איז ריכטיג, איך וועל דיר נישט איינטיילען, עס ווענדט זיך בלויז און דיר!!. משה ל. האט נישט ערווארטערט אזא אנטווארט פון זיין ווייב, וויסענדיג אז זי איז בטבע א דערשראקענע ווען עס קומט צו רעדן פון אפעראציעס אד"ג, און פון איר גרינגע צוגאנג דערצו האט ער געזעהן א סימן מן השמים ווייטער צו טון דערין.
נאכן האבן די הסכמה פון זיין ווייב, בעפאר ער האט נאך צוריק גערופען דעם עסקן, האט זיך משה ל. אריינגעלייגט ראשו ורובו נאכצופארשן די גאנצע צוגאנג פון "נירן טראנספלענט" צו עס איז פארבינדען מיט יסורים, ווי לאנג עס נעמט אד"ג. איין פראגע האט אים די גאנצע צייט געערגבערט אין מוח, צוליב וואס ווענדט זיך דער עסקן צו א דרויסענדיגער צו באקומען א ניר, פארוואס נעמט מען נישט פון די משפחה, וואס געווענדליך טרעפט מען אין די משפחה איינער וואס האט די זעלבע בלוט טייפ פון דער וואס דארף באקומען דעם ניר, ער האט באשלאסן ביי זיך פארצולייגען די פראגע פאר דעם עסקן ווען ער וועט די קומענדיגע מאל רעדן צו אים.
ער האט אנגערופען דעם עסקן, און אים דערציילט אז זיין ווייב איז מסכים, אזוי שמועסענדיג האט ער אים פארגעלייגט די פראגע וואס שטערט אים, פארוואס ווענדט מען זיך נישט צו די משפחה? האט אים דער עסקן גענטפערט מיט א צובראכענע שטומע 'דער איד וואס דארף באקומען די ניר, איז מיין ברודער! ליידער איז קיינער פון די משפחה נישט ביכולת אוועק צו געבן א ניר, ווייל עס די ניר קראנקהייט לויפט אין די משפחה, איך אליינס -זאגט דער עסקן- האב באקומען א ניר פון מיין ווייב! ממילא האבן מיר זיך געדארפט ווענדן צו אונזערע אידישע ברידער רחמנים בני רחמנים, דער עסקן האט צוגעלייגט 'זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס א איד מיט נירן פראבלעמען גייט אדורך, נישט אומזיסט האבן חז"ל קובע געווען די ברכה פון "אשר יצר", אפילו מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע וואס מען ניצט דיאלאסעס צו רייניגען די בלוט, אבער דאס איז פארבינדען מיט גרויס צער און אומבאשרייבליכע יסורים, חוץ די עצם צער פון נישט קענען ארויסגיין, קען מען נישט אלעס עסן, די גיסטע איז כסדר צוקלאפט אד"ג, מיטן געבן דיין ניר – האט דער עסקן געזאגט – טוסטו ארויסנעמען א איד פון א קלעם, און די ראטעוועסט אים מיט זיין גאנצע משפחה.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
פון די שפיטעלער וואס צייכענען זיך אויס מיט נירן איבערפלאנצונג איז די "מאנטפיורו" שפיטאל דער בעסטע, דער הויפט סירזשענט פון די אפטיילונג איז דר. משולם גרינשטיין א חשובע איד וואס האט טעגליכע שיעור אין גמרא, און ער צייכענט זיך זייער אויס און זיין פאך.
ווי אויך האט די "מאנטיפירו" שפיטאל א מעלה, דאס זיי רעכענען זיך זייער מיטן נדבן, זיי טוען שטארק רעספעקטירען זיין באשלוס דאס ער איז גרייט אוועקצוגעבן א ניר פון זיך, ווי אויך טוען זיי אים אינפארמירען די פרטים פון די גאנצע עסק ארום און ארום, אא"וו זיי רעכענען זיך מיט אים על כל פנים אזוי זיי רעכענן זיך מיט דעם פאציענט אדער מער. לעומת זה איז דא א באוויסטער שפיטאל אין מאנהעטן, וואס זיי קוקען קרים אויף דעם נדבן, זיי פראבירען אים אפצורעדן פון די גאנצע עסק. ווי עס דערציילט א היימישע יונגערמאן פון ווילאמסבורג א "הצלה מעמבער" וואס ער איז געווען גרייט אוועק צו געבן א ניר, נאכן צוזעהן די צער פון די פאציענטען ביי פעלער וואס ער איז געווען דערביי, פארן דורך גיין די אפערעציע האט דער דאקטאר אים געזאגט "וואס פעלט דיר עס אויס, צו ווייסטו אז די וועסט נישט קענען אויפהייבען דיין קינד ביז א חודש נאך די אפעראציע".
צוליב די מעלות פון די "מאנטיפורו" שפיטאל, איז באשלאסן געווארן אז דארט וועט בעז"ה פארקומען די טראנספלענט. עס איז באשטימט געווארן אז צוויי וואכן נאך יום טוב וועט פארקומען די ערשטע באגעגעניש צווישען משה ל. און דער איד וואס גייט באקומען די ניר, ווי משה ל. האט אים אנגערופען "מיין מחותן". די באגעגעניש האט געזאלט פארגעקומען אינעם שפיטאל, בשעת משה ל. מיט זיין מחותן וועלן אהינקומען צו נעמען די "קראסס מעשטינג" טעסט, ביי די טעסט מישט מען אויס די בלוט פונעם נדבן, און דער וואס באקומט די ניר, צו זעהן אויב די בלוט שטימט טאקע, כדי די קערפער זאל נישט אנארקענען דעם ניר אלס א פרעמדע זאך.
צוויי וואכן דערויף מיטוואך אינדערפרי האט זיך משה ל. ארויסגעלאזט מיט זיין קאר פון ווילאמסבורג קיין מאנהעטן צום שפיטאל, אנקומענדיג און פארענט פונעם שפיטאל האט ער געזעהן ווי זיין "מחותן" איז אויך דאן אנגעקומען צוזאמען מיט זיין ברידער דער עסקן. משה ל. די באגעגעניש צווישען די צוויי איז געווען זייער עמאנאציעל, דער איד האט מיט טרערן אין די אויגען באדאנקט משה ל. פאר זיין מסירות נפש וואס ער איז גרייט אוועקצוגעבן א ניר פאר א איד וואס ער זעהט יעצט צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, משה ל. וועלנדיג אביסל פרייליך מאכן דעם איד, האט ער זיך אנגערופען "איך האף אז מיין בלוט וועט זיך פארטראגן מיט דיין בלוט, ווייל איך זייענדיג א סאטמערע חסיד איז מיין בלוט נאכקיינמאל נישט געווען ביים כותל, און דיין בלוט איז שוין מתסמא געווען"!, דער איד האט זיך צושמייכעלט.
אויבען אין שפיטאל זענען זיי אפגעווארט געווארן דורך די קארדינעטאר פון די נירן איבערפלאנצונג אפטיילונג, ער האט מסביר געווען פאר משה ל. זיינע רעכטן וואס ער האט, און קען ווען אימער ער וויל צוריקציען פון צו געבן די ניר.
ווי אויך האט דער קארידנעטאר איבערגעגעבן ווי שטארק זיי שעצן דעם נדבן, זיין גוטהארציקייט פון אוועק געבן זיין ניר אן קיין שום אפצאל, ער האט צוגעלייגט אז ער אליינס האט שוין אוועקגעגעבן א ניר פון זיך, און ער רעדט פון עקספיריענס דאס פארן נדבן איז עס ממש א קלייניגקיייט, איבערהויפט מיט די היינטיגע טענעלאגיע וואס מען דארף כמעט נישט אויפשניידען, ולעומת זה פאר דער פאציענט וואס באקומט זיין ניר איז עס ממש מחיה נפשות, בבחינת זה נהנה וזה לא חסר, אדער גאר זה נהנה וזה נהנה, איבערהויפט ביי א איד דאס ער האט הנאה אז ער האט געקענט מחיה זיין, זיין ברידער מיט זיין גוף ממש.
דערנאך האט זיך משה ל. געטראפן פערזענליך מיט דר. גרינשטיין, ער האט אים זייער שיין אויפגענומען, דר. גרינשטיין האט אים דערמאנט דעם מאמר חז"ל (ברכות) כליות יועצות, ווי אויך האט ער צוגעלייגט אז לדעתו! האט דער בורא עולם באשאפען צוויי נירן, כדי מען זאל קענען איינס אוועקגעבען, ווי אויך האט ער געזאגט דאס די שאנסן אז עס זאל שאטן פארן נדבן איז בלויז 0.3% דאס איז א נישטיקע פערצענט קעגן דעם וואס א מענטש איז אויסגעשטעלט צו עקסידענעטען אד"ג.
יעצט האט משה ל. געווארט צו הערן וואס די רעזולטאט פון די קראס מעטשינג טעסט איז, צו ער וועט קענען געבן זיין ניר פאר דעם איד. דעם נעקסטען אינדערפרי באקומט ער א טעלעפאן רוף, אז עס שטימט און מען קען ווייטער גיין. יעצט האט משה ל. געדארפט אריבער גיין פארשידענע מינע טעסטס צו זעהן אויב זיין געזונט צושטאנד איז גוט, ער האט געדארפט נעמען א קע"ט סקע"ן, טשעס"ט עקסרע"י, פארשידענע בלוט טעסטס, איבערהויפט האבן זיי אינטערזוכט ווי אזוי זיינע נירן פונקאציערען, דאס האט גענומען בערך צוויי וואכן. נאך יעדע טעסט ווען משה ל. האט געהערט אז די רעזולטאט איז צוריק געקומען גוט, האט דאס אים געגעבן א שטופ אויף ווייטער צו גיין, זעהנדיג אז ער איז ברוך השם געזונט אין שטארק, און ער קען נאך דערביי העלפן זיין ברידער זיין געזונט.
אין די צוויי וואכן איז משה ל. ארומגעלאפן צו רבי'ס און רבנים, סיי צו פרעגן זייער דעת תורה דערויף, און אויך צו נעמען א ברכה, צווישען זיי איז ער געגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, ווען ער האט זיך מזכיר געווען האט זיך סקלונער רבי אנגערופען חז"ל זאגן אונז (מס' נדרים) אשרי משכיל אל ד"ל, ד"ל מיינט א חולה, ווי אויך זאגט די גמ' (מס' ברכות) דאס די נירן געבן קלוגע עצות פארן מענטש, ביי אונזער פאל שטימט זייער גוט די פסוק אשרי משכי"ל (דאס מיינט קלוג) אל ד"ל, די געסט אוועק פון דיר פארן חולה די אבר וואס מאכט קלוג. – ווי אויך איז ער געווען ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ער האט זיך אנגערופען דערביי, אז ווען דאס וואלט ווען געווען אין די צייט פון דעם פארטיידיקער פון כלל ישראל רבי לוי יצחק בן שרה סאשע וואלט ער זיכער געמאכט צימעס דערפון, און מלמד זכות געווען אויף אידישע קינדער וואס זענען גרייט אוועק צו געבן א חלק פון זיך פאר זייערע ברידער.
* די אפעראציע איז באשטימט געווארן אויף מיטוואך פ' וישלח, מאנטאג בעפאר האט משה ל. צוזאמען מיט דער איד (דער פאציענט) געדארפט אדורך גיין די לעצטע אינטערזוכונג בעפאר מען גייט אדורך פירען די טרענספלענט.
נאכדעם וואס די טעסט'ס האבן געוויזען פאזאטיוו איז ענדגילטיג באשטימט געווארן די אפעראציע אויף מיטוואך אינדערפרי. משה ל, האט דיין אנגעפאנגען צו שפירען "חבלי ניתוח" דאס בויך האט זיך אים געדרייט אד"ג, שפעטער נאכן אריינטראכטן דערין האט ער זיך בארוהיגט אז עס איז אומזיסטע שרעק, ווייל לויט די סטאטיסטיק דארף ער סאך מער מורא האבן צו פארן אין א קאר, אדער אריבער גיין א גאס, ווי אוועק צוגעבן א ניר.
ער גרייט זיך צו די אפעראציע
פון דינסטאג נאכט האט משה ל. גארנישט אריינגענומען אין מויל לויט די אנוייזינגען פונעם דאקטאר, ער האט אויך דאן אנגערופען זיינע עלטערען זיי צו דערציילען דאס ער גייט אוועקגעבען א חלק פון זיך צו גרינגער מאכן זיין אידישע ברידער'ס לעבן, זיינע עלטערען האבן ארויפגעקוקט זיין העלדישקייט און מסירות נפש, און אים אנגעוואונשטען ברכה מיט הצלחה.
מיטוואך צופרי איז ער אויפגעשטאנען גאר פרי פארן עלות, ער איז זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה, צוליב די פריע שעות האט ער נאך נישט געקענט דאווענען. ביים עלות האט ער צוזאמען מיט זיין בני בית זיך ארויסגעלאזט צום שפיטאל. אנקומענדיג אינעם שפיטאל איז ער שוין אפגעווארט געווארן דורכ'ן איד צוזאמען מיט זיין בני בית און זיין ברידער, עס איז געווען א העכסט רינדענד באגעגעניש ווען די ווייבער פון די מענער האבן זיך באגעגענט, די פרוי פון דעם איד (דער פאציענט) האט מיט טרערן אין די אויגען באדאנקט די פרוי פון משה ל. פארן געבן רשות פאר איר מאן אוועקצוגעבן א ניר, און דורך דעם ראטעווען איר מאן, און די קינדער זאלן האבן א געזונטען טאטען!.
נאך א האלבע שעה ווארטן אינדערויסען האט מען איינגערופען משה ל. אינעם פארצימער, דארט האט ער זיך אנגעטוהן די שפיטאל קליידער, און די דאקטורים זענען געקומען שואל זיין בשלומו, און האבן אים אריינגעפירט צום אפערעטינג צימער, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל (ברוך השם) וואס ער איז געווען אין א אפערעטינג צימער ער האט זיך ארומגעקוקט און באטראכט די אלע אינסטרעמענטען, און בשעת מעשה האט ער אפגעגעבען א שבח והודי' פארן בורא כל עולמים אז ער איז נישט דא אין דעם צימער צוליב א מחלה ל"ע, נאר פשוט צו ראטעווען אן אנדערען איד!
במשך די גאנצע צייט האט משה ל. נישט געשפירט קיין יסורים, חוץ אביסל פרעשער פון די געז וואס מען אריינגעבלאזן אין אים בעפאר די אפעראציע (זעה מער אינעם מעדעיצינישען אפטיילונג), די נירסעס האבן אים געגעבן ווארעמע צודעקן און דאס האט פארלייכטערט די פרעשער.
אום זיבן אזייגער און אווענט האט מען ארויפגעפירט משה ל. אויפען זיבעטען שטאק, דריי פון זיינע ברידערס האבן אים שוין אפגעווארט דארט, און האבן געמיטליך פארברענגט. איבערנאכט איז איין ברידער געבליבען מיט אים, אים צו בארוהיגען פון זיינע יסורים, אבער קיין יסורים האט ער ברוך השם נישט געהאט. אינדערפרי האט ער שוין ארומשפאצירט אינעם שפיטאל, און געטרינקען א קאווע כאילו לא היה, און בעיקר האט ער זיך גוט געשפירט אז ער האט געהאלפן א אידיש קינד.
שפעטער אין טאג איז ער געגאנגען באזוכען דעם איד, ער האט יא געהאט יסורים, אבער די דאקטורים זענען געווען זייער צופרידען פון די טרענספלענט באפרייט פונעם שפיטאל פרייטיג דערויף איז משה ל. באפרייט געווארן פונעם שפיטאל, בא שבת בא מנוחה, שבת האט ער זיך פיין אויסגערוהט. דינסטאג דערויף איז ער צוריק געגאנגען אין שפיטאל פאר א טשעקאפ, דער דאקטאר איז זייער צופרידען געווען מיט זיין צושטאנד. זייענדיג אינעם שפיטאל איז ער געגאנגען באזוכען דעם איד, און אים געפונען אין א גוטן צושטאנד ב"ה, גרייטענדיג זיך אהיים צו גיין.
די פאלגענדע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין יאר תשס"ב. שמואל וואלדמאן פון לעיקוואד, א היימישע ענגערישער ביזנעסמאן אין זיינע דרייסיגער יארן, האט זיך דערוויסט דאס זיין נאנסטע פריינד'ס זון א יונג קינד ליידט אויף די נירן ל"ע, און ער מיז ליידער צוקומען צו דיאלעסעס. און צו די ווייטאג פון די עלטערען האבן די דאקטורים זיי געלאזט וויסען אז צו לאנג וועט די קליינע קערפער פונען קינד נישט קענען פארנעמען די יסורים וואס די דיאלעסעס ברענגט מיט זיך, און מען מיז דרינגענד טרעפן א פרישע ניר.
האבענדיג מיטלייד מיט זיין פריינד האט ער זיך אנגעפאנגען אריינצולייגען אין דעם גאנצען ענין פון "נירן טרענספלענטס" צו זעהן מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין. ווי שמואל דערציילט האט ער ביז דעמאלטס נישט געלייגט צופיל אכט אויף די נירן, ער האט געוויסט אז ערגעץ אין די בויך רעכטס אדער לינקס זענען די נירן סטאנצירט, מער פון דעם האט ער נישט געוויסט. יעצט נאכפארשענדיג די נירן איז ער דערגאנגען וואסערע וויכטיגע חלק דאס איז פארן מענטש, און די יסורים וואס מען גייט אדורך ווען זיי פונקאציאנירען נישט ווי עס דארף צו זיין.
שמואל האט מחליט געווען אז ער וועט זיין דער שליח פון הימל וואס וועט ראטעווען דאס לעבן פון דעם יונגעלע, און ער וועט אוועק געבן איינע פון זיינע נירן פארן קינד. ער האט זיך דורך גערעדט מיט זיין פרוי, זי האט אים געגעבען איר הסכמה דערצו, און נאך צוגעשטיפט. אומר ועושה, שמואל איז געגאנגען נעמען א בלוט טעסט צו זעהן אויב ער פארמאגט די זעלבע בלוט טייפ ווי דעם קינד. צו זיין פרייד איז דער רעזולטאט געווען אז ער פארמאגט די זעלבע בלוט טייפ. שמואל האט ציוויסען געטון זיין פריינד אז ער איז גרייט אוועק צו געבן זיין ניר.
עטליכע וואכן שפעטער האבן די דאקטורים איינגעמאלדן שמואל, אז מען דארף מאכן א רי-טעסט אויף די בלוט, ווייל צוליב די דיאלעסעס, האבן זיך פארמערט אינעם קינד "אנטיבאדי"ס" אויף זייער א הויכע פארנעם, און דאס קען פאראורזאכן אן ארויסשטויס פון יעדע פרעמעדע אבר וואס קומט אריין אינעם קינד. נאכן מאכן די רי-טעסט איז דער רעזולטאט געווען אז די בלוטען שטימען נישט מער!. שמואל איז זייער צובראכן געווארן, האבענדיג מיטלייד מיט זיין נאנטער פריינד.
נישט געזארגט!! מיר האבן א גרויסען טאטען אין הימעל וואס ער זארגט זיך פאר אונז, שמואל האט געגעבען, און דאס קינד האט באקומען. פאר וועם האט שמואל געגעבען? און פון וועם האט דאס קינד באקומען? אט דאס ליינט ווייטער.
*
דאס קינד זייענדיג אין א שווערע מצב איז ער ארויפגעלייגט געווארן אויף די "עקטיוו וועטינג ליסטע" פון די UNOS "יונייטיד נעטווארק פאר ארגע"ן שערינ"ג" דעמאלטס זענען געווען אזויפיל ווי 68,471 מענטשען וואס האבן געווארט צו באקומען א פרישע ניר.
דער פריינד פון שמואל האט שוין דאן געהאלטען נאכן סעודת שבת קודש. צוויי שעה שפעטער האט זיך דער טעלעפאן צוקלינגען, דער פריינד ווארטענדיג פיר און צוואנציג שעה א טאג אויף די טעלעפאן קאל פון די UNOS האט שנעל אויפגעהויבען דעם טעלעפאון (זייענדיג א פיקוח נפש פאל), אויף די אנדערע זייט טרייבעל האט מען אים איבערגעגעבן אז ער זאל שוין אריבער קומען צום מעי"א קליניק שפיטאל מיט זיין קינד, ווייל מען האט א ניר וואס עס שטימט מיט די בלוט פון זיין קינד.
דער איד אנקומענדיג אין שפיטאל איז ער געוואר געווארן די נייעס אז א סענטאר איז אומגעקומען אין א פליגער קראך, און ער האט נאך אין זיין לעבן אינטערגעשריבען אז מען קען ניצען זיינע אברים צו ראטעווען די לעבנ'ס פון אנדערע מענטשען [פארשטייט זיך אז פאר א איד איז דאס אסור]. און די ניר פון די סענעטאר וועט זיין זון באקומען. דאס קינד איז ברוך השם אדורך א סוקסעספולען נירן טרענספלענט.
*
שמואל וואלדמאן, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם סוגיא פון נירן טרענספלענטס ראשו ורובו, ער איז נאכגעגאנגען די פארשידענע דיזיזעס וואס פאראורזאכן אז די נירן זאלן אויפהערן צו פונקאצירן. ווי אויך איז ער נאכגעגאנגען די מיטמאכענישען וואס די ליידענדע גייען אדורך.
א כראנישער נירן דיזיס טוט פאראורזאכן אז די נירן זאלן נישט פילטערען די טרינקען וואס קומט אריין אינעם קערפער, ווי אויך טוט עס פאראורזאכן ציקער פראבלעמען, וואס צוליב די דיזיס ווערט די ציקער נישט געהעריג באלאנסירט.
שמואל איז פון די אלע פארשונגען נאך שטערקער ערצייגט געווארן אז ער מיז זעהן צו ראטעווען א אידיש קינד דורך אוועק געבן א ניר פון זיך.
שמואל פלעגט כסדר צו זעהן די עד'ס אין די אידישע צייטונגען ווי מענטשן בעטן זיך פאר א ניר. ביז דאן האט ער זיך נישט צופיל וויסענדיג געמאכט דערפון, ווי מען מיינט נישט אים נאר יענעם. זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין די אויספארשינגען האט עס נאך ווי אים געמיינט.
אזוי איז טאקע געווען, שמואל האט געזעהן אין איינע פון די פאפלורע אידישע צייטונגען א פארלאנג פאר א ניר. ער האט זיך נישט געפוילט נאר תיכף אנגערופען די נומער וואס איז געשאטאנען דארט. א ענסערינג מאשין האט אויפגעהויבען, ער האט איבערגעלאזט א מעסעדזש אז מען קען זיך פארבינדען מיט אים.
עטליכע שעה שפעטער האט שמואל באקומען א טעלעפאן קאל, אויפען אנדערען זייט טרייבעל איז געווען א איד וואס האט זיך אנגעגעבען אלס דער קרוב פון דעם פאציענט, און ער האט דערציילט פאר שמואל פון וואס עס רעדט זיך דא: מען רעדט דא פון א דרייצען יעריג מיידל פון ארץ ישראל.
אנגעפאנגען האט זיך עס ווען זי איז אלט געווען עלף יאר, מען האט געזעהן אויף איר אז זי קען נישט מיטהאלטען אין קלאס. נישט מיטהאלטענדיג די שיעורים איז זי אטאמאטיש ארויסגעפאלן פון קלאס. מען האט איר גענומען צו א דאקטאר, און נאך פארשידענע טעסט'ס איז אויסגעקומען אז אירע נירן פונקאציאנירען נישט ווי עס דארף צו זיין. די דאקטורים האבן פראבירט צו טוהן אלע מעגליכקייטן זי זאל נישט דארפן צוקומען צו קיין דיאלעסעס, צוליב די הויכע מאס אנטיבאדי"ס וואס זי האט פארמאגט, און דאס קען נאך פארמערט ווערן דורך די דיאלעסעס.
פאר צוויי יאר איז געלונגען פאר די דאקטורים מיטן באשעפערס הילף, איר צו האלטן אין קאנטראל דורך מעדיצינען. נאך צוויי יאר האבן די מעדעצינען אויפגעהערט צו ווירקען אויף איר. דער דאקטאר האט איר בשום אופן נישט געוואלט לייגען אויף דיאלעסעס צוליב די אנטיבאדי"ס, ווי פריער דערמאנט. דער דאקטאר האט געזאגט פאר די עלטערען אז עס פארלאנגט זיך פאר איר א נירן טרענספלענט די שנעלסטע וואס נאר מעגליך.
דער קרוב האט ווייטער פארציילט, אז מען האט קודם פראבירט צו טרעפן א ניר אין די משפחה, אבער די טאטע'ס בלוט שטימט נישט מיט איר'ס, און פון די מאמע קען מען נישט נעמען וויבאלד זי ליידט אויף דיפרעסיע, אויף אזוי ווייט אז די שטוב איז צוטיילט, און טייל קינדער געפונען זיך ביי קרובים. ווידעראום דער מאמע'ס שוועסטער האט חתונה געהאט צו א משפחה וואס פיר פון די משפחה מיטגלידער זענען שוין דורך געגאנגען נירן טרענספלענט'ס, און איר ניר איז שוין פארמשכונ'ט. אט דאס איז דער מצב האט דער קרוב פארענדיגט זיין שמועס. שמואל האט אים פארזיכערט אז ער גייט זיך אריינלייגען דערין.
אפאר טעג שפעטער, איז שמואל אראפגעפארן צו די "נעשענאל אינסטעטוט אף העלט" אין בעטסדע"י מערילענ"ד, וואס איז באקאנט אלס אמעריקע'ס בעסטע ריסירטש סענטער. וויבאלד די "טרענספלענט'ס" איז נאך אפעציעל אין די קעטעגאריע פון "ריסירטש", איז די עצם אפעראציע אומזיסט.
דארט אינעם שפיטאל האט זיך שמואל געטראפן מיט א "עדווייזער" וואס זיין פליכט איז געווען אפצושאצן די גייסטישע מצב פונעם נדבן, צו זעהן אויב ער איז סטאביל, און אז דער נדבן האט געמאכט זיין אייגענע ענטשיידונג אז ער וויל אוועק געבן זיין ניר. ווי אויך פארשן זיי נאך צו ער טוט דאס נישט פאר קיין געלט, וואס דאס איז לעגאל נישט אויסגעהאלטן. נאכן אפשאצונג האבן זיי געגעבן די "אקעי" אז מען קען גיין ווייטער.
דערנאך האבן זיי אפגעשאצט זיין פיזישען מצב. צום ערשט האבן זיי געמאכט א קרא"ס מעטשינ"ג טעס"ט ווי מען מישט אויס די בלוטען פון די צוויי צו זעהן צו זיי פארטראגן זיך. דערנאך מאכן זיי פארשידענע אנעדערע טעסט'ס. ווי אויך טוען זיי נאכקוקען זיין גענעטישער אפשטאם.
אינצווישען די צייט האבן די דאקטורים פונעם מיידעל אריבערגעשיקט אירע מעדעצינישע פיילס. נאכן נאכקוקען אירע פיילס האבן די דאקטורים פון אמעריקע געגעבען זייער צושטימונג צו די אפעראציע.
עס איז באשטימט געווארן א דאטום צו די אפעראציע, ווען א משפחה מיטגליד האט געפרעגט שמואל'ן עטליכע טעג בעפאר די אפעראציע צו ער איז נערוועז? האט ער גענטפערט, עס איז זייער עמנאציעל אוועק צו געבן א חלק פון דיין קערפער, אפילו איך האב נישט געוויסט פונקטליך ווי די נירן זענען סטאנצירט, און איך האב כמעט נישט געלייגט קיין אכט אויף זיי. אבער איך האב ביי מיר אין מחשבה אפגעמאכט, אז איך טוה די ריכטיגע שריט, און יא! איך גיי מיר לאזן אפערירען. נאכן אפמאכן דאס ביי מיר, בין איך נישט נערוועז, און איך האב נישט קיין מורא דערפון.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
די טאג פאר די "גרויסע טאג" – ווי שמואל האט עס אנגערופען – איז זיך די משפחה צוזאמגעקומען געבן חיזוק פאר שמואל. זיינע עלטערען האט ער ערשט ציוויסען געטון דער טאג פון די אפעראציע, האלטענדיג אז עס איז בעסער פאר אים אז זיי ווייסען נישט דערפון, איבערהויפט – האט שמואל געזאגט מיט א שמייכעל – אז מיין מאמע איז א "גאלאציאנער"!. שמואל האט געהייסען זיין ברידער, אז ער זאל זאגן פאר זיין מאמע אז ער גייט זיך אפערירען בשעת ער איז שוין אין די אפערעטונג צימער, וויסענדיג אז ער קען עס פון איר נישט אינגאנצען פארהוילען. ווייל זי וועט נישט מוחל זיין די תהלים וואס זי האט געקענט זאגן פאר מיין וואולזיין.
די "נעשענאל אינסטעטוט אף העלט" שפיטאל געפינט זיך נעבן די "סילווער ספרינג אידישע קאמיונטי", און אסאך פון די אידען דארט זענען איינגעשטעלט אין די שפיטאל. די אידישע קאמינוטי דארט זענען אויסערגעווענליך געטריי פאר די אידען וואס קומען צו די שפיטאל, זייער חסד איז להפליא. ווי אויך שטייען זיי פארבינדען מיט די וועלט בארימטע ארגאנאזאציע "חי' לייפליין". און ביי אונזער פאל זענען זיי געווען זייער געטריי צו שמואל, און צי די מיידל און איר משפחה.
דאס באגעגעניש צווישען שמואל אין דאס מיידעל, איז געווען זייער רירענד. פון שמואל'ס אויגען האבן זיך געגאסן טרערן פון שמחה אין צער ביינאזאם. פון איין זייט האט ער געוויינט איבער די דורכמאכעני'ש וואס די מיידעל'ע גייט אדורך פיזיש און גייסטיש, און פון די צווייטע זייט איז דאס געווען טרערן פון שמחה, אז דאס מיידעל גייט ענדליך ווערן אויפגעראכטן.
מען האט אריינגעפירט שמואל'ן אינעם אפעראציע צימער. אין די זעלבע צייט האט מען אויך אריינגעפירט די מיידעל און א דערנעבנדיגע צימער. צוויי גרופע דאקטורים האבן געארבעט אויף איינמאל אויף איר און אויף אים. שמואל געדענקט נישט גארנישט פון די אפעראציע, ער איז טיף טיף געשלאפן.
נאך דריי וואכן האט זיך שמואל גענצילך ערהוילט. ווי אויך איז דאס טרענספלענט סוקסעספול געלונגען ברוך השם. די מיידעל היינט שוין אכצען יאר אלט, איז פולקאם געזונט. די אלע דורות וואס וועלן פון די מיידעל ארויסקומען וועט אודאי גיין אויפען חשבון פון דער העלד פון אונזער פאסירונוג "שמואל וואלדמאן" כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא. – מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ. * זינט די פאסירונג האט שמואל באקומען א צונאמען "דער נירן שדכן". דאס איז צוליב דעם וואס ער האט זיך אריינגעלייגט ארויס צו העלפן אונזערע אידישע ברידער און שוועסטער וואס נוטיגען זיך אין א ניר.
וויסענדיג פון שמואל'ס עקספיריענס מעלדן זיך מענטשן וואס נויטיגען זיך אין א ניר צו שמואל. און מיט די צייט האט שמואל אויפגעבויט אזא "דעטע בעס" פון אידן וואס זענען גרייט אוועק צו געבן זייער ניר. ווי שמואל דערציילט, איז זייער זעלטן אז מען זאל טרעפן א perfect match.פון הונדערטער קעיסעס וואס מען האט זיך געוואנדן צו שמואל. האט ער נאר פיר! אויסגעפירט.
ווי ער געט איבער איז דאס זייער א שווערע אין דעליקאטע ארבעט. און עס איז אייביג בעסער ווי ווייניג מעטשן ארום עס ווייסען דערפון. ער דערציילט אז ער האט שוין געהאט א פאל וואס א נדבן איז שוין געווען אין שפיטאל גרייט אוועק צוגעבן זיין ניר. מען האט שוין געהאלטען א שעה! פאר די אפעראציע. די שוויגער האט אריינגערופען אין שפיטאל און געסטראשעט, אין ער האט געקענסעלט די אפעראציע. און די שוויגער האט צוגעלייגט "ווער ווייסט וואס וואלט געווען ווען מען קענסעלט נישט די אפעראציע"! [באמערקונג פונעם שרייבער: אן ענטפער צו די שוויגערס קשיא. "ווען מען קענסעלט ווען נישט די אפעראציע, וואלט א איד געהאלפן געווארן מיט א ניר, און צוליבען קענסלען האט דער איד ווייטער געליטן יסורים און מכאובים!"]. מיר ווייסען אויך פון א פאל וואס א יונג ווייבעל פון ווילאמסבורג האט אוועק געגעבן א ניר פאר א איד. די שווער און שוויגער האבן זיך קעגן געשטעלט דערויף, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן נישט גערעדט צו איר (און זייער זון איר מאן) פאר א יאר צייט! צוליבען חטא פון העלפן א איד. האפענטליך נאכן ליינען די ארטיקעל, וועט דער ליינער שוין וויסען וואס די "עד" אין די צייטונגען באדייטען * . זאל הקב"ה העלפן שלא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר, קיינער זאל נישט דארפן צוקומען צו געבן און צו נעמען די נירן איינע פון אנדערען. אידען בכל מקומות מושבותיהם זאלן זיין געזונט און שטארק. זאל דאס זיין א לימוד זכות פאר אידישע קינדער, אמן כן יהי רצון.
פארמאגענדיג פינף זון האט ער ענדערש געוואלט נעמען פון זיי, ווי פו די טעכטער זייענדיג מאמעס פון קינדער. פון די פינף זון איז איינער נאך געווען א בחור, איז צוליב שידוכים איז ער אויך אפגעמעקט געווארן פונעם ליסטע, איז איבער געבליבען פיר זון וואס יעדע פון זיי טענה'ט אז ער איז דער פאסיגער צו געבן די ניר פארן טאטע'ן.
נישט האבענדיג קיין ברירה האבן זיי זיך געוואנדן צו א תורה פערזינליכקייט ער זאל פסקנע'ן ווער עס זאל געבן די ניר, דער רב נאכן אויסהערן די טענות פון די זון, האט ער געפסקנ'ט אז נאר צוויי פון די פיר האבן א טענה, דער עלטסטער משה האט א געטענה'ט אז אזוי ווי ער איז דער בכור, זענען די אנדערע ברידער מחיוב אין זיין כבוד, און נאך מער ווייל לויט די הלכה פאלן די "חובות הבית" אויפען עלטסטען זון, לעומת זה האבן די אנדערע ברידער געטענה'ט אז דאס געבן א ניר פאר א טאטע איז א "זכות" נישט קיין "חובה". דער דריטער פון די ברידער שמשון, האט געטענה'ט אז ער איז געווען דער ערשטער פון די ברידערס וואס האט אנגעטראגן די פלאן אז איינע פון די קינדער זאל אוועקגעבן א ניר, ווי אויך איז ער געווען דער ערשטער וואס איז זיך געגאנגען אינטערזוכן צו זעהן אויב זיין בלוט טייפ שטימט מיט זיין טאטענ'ס, והמתחיל במצוה אומרים לו גמור. על כל פנים די ליטוואקעס האבן געמאכט א "לומדות" פון די "נירן".
דער רב זעהנדיג אז ביידע האבן גוטע טענות, האט באשלאסן צו מאכן א "גורל" און דער גורל וועט ענטשיידען די דילעמע.
די משפחה איז זיך צוזאמענגעקומען כדי צו זיין אנוועזענד בשעת די הגרלה וועט פארקומען, דער דריי יעריגע אייניקעל ביילא איז מכובד געווארן ארויס צוציען די צעטעלע, זי האט ארויסגעצויגען די צעטל וואס אויף איר איז געשטאנען "משה דניאל", דער ברידער דער בכור האט געווינען די זכות (אדער לשיטתיה חובה) צו זיין דער וואס וועט געבן זיין ניר פארן טאטען.
עטליכע טעג שפעטער איז די גאנצע משפחה געגאנגען צו די "בילינסון" שפיטאל, צו זיין אנוועזענד בשעת דער טאטע און זון וועלן אדורך גיין די אפעראציע. זייענדיג דער בכור! האט מען קודם אפערירט משה דניאל, נאכן אפערירען משה דניאל, האט מען אפערירט דעם טאטען אברהם, די אפעראציעס זענען ברוך השם אדורך בשלום צום פרייד פון די גאנצע משפחה.
נאך די גאנצע פרשה האט זיך דער טאטע אברהם אויסגעדריקט "עס איז געווען ווערט דאס אלעס דורכציגיין, זעהנדיג די געטריישאפט פון די גאנצע משפחה צו מיר".
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא