היסטארישע מכתב בקשה און קריאה דחופה פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וואו דער רב שליט"א ווענדט זיך צו די חברי הקהילה תושבי וויליאמסבורג אנטייל צו נעמען אינעם טעסטינג דרייוו דורכ'ן חשוב'ן ארגאניזאציע רינועל נאך וואס א יונג קינד מילדי חשובי הקהילה ליידט ליידער פון א ביטערע מחלה וואס ברענגט צו פארלירן די נירן.
די טעסטינג דרייוו וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פ' במדבר אויפדערנאכט אין אלע בתי מדרשים דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג.