וואס טוה איך תשעה באב?

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סמעדרעש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:39 pm

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעדרעש »

צ”ק
כ’מאך מיר א פרישע קאלקעלעישען איבער מיין אידישקייט סטאטוס, און כ’בענק צום בנין בית המקדש בקרוב אמן!
איזהו אדם הלומד מכל חכם ...
קרעדיט: @יצחק אייזיק
משה'לע גרינוואלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

איינער מיט א גוטע שיעור פאר קינדער ?
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
זיסער אידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

מערכת סאטמאר פראגראם
אטעטשמענטס
44371.jpeg
44371.jpeg (114.56 KiB) געזען 466 מאל
נאר מיט תפלה קומט מען אן צו אלעס !
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

ר' יוסף חיים גרינוואלד
עפעס?
משה'לע גרינוואלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

יישר כח
איינער קען אפשר ברענגען ?
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

דערווייל אט מען געליינט די 'לייבי פעדער' אינטערוויא אין די מאמענט און פארגאסן טייכען טרערן דאס האט מיר געפענט ערב ת''ב די תשעה באב געפילן צו מנחה בין איך שוין געגאנגען מיט פארוויינטע אויגן.

פון דארט צו די קינות ברנשטיין אין א בליק ווייטער גייט דאס הארץ איין פאר פיין און ווייטאג, ספפעציאל האט מיר געכאפט די מיטמאכענישן פון די דרייווען השם ירחם, דערנאך ווי הרב דוד קלצקין ווארט אז זיין קינד זאל זיך דערוועגען.

דא אויף אייוועלט די נייע תגובה פון וועלטס מבין די המשך המעשה פון 'ברוך' א געטליך קינד, איך האב צוריקגעמישט צו די ערשטע תגובה זיכער מאכן אז דאס איז א פיקטיווע געשיכטע געבעיסט אויף אמתע פאקטן, בין איך געווארן געפרוירען ווי ער שרייבט אין די הקדמה אז דאס איז א אמתע מעשה און נאר די נעמען זענען פיקטיוו. על אנה אני בוכיה.

דערנאך האבן זיך געטראפן אפליינען פענע'ס פריוואטע ימי אבילות ווי ער פירט אזוי אריין אין די גאנצע פראסעס פון די דיגנאזען ביז די שבעה פון זיין טייערע מאמע ז''ל
yid
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: וואס טוה איך תשעה באב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

אום 9 אזייגער צופרי וועט מען הערן פון הרב אברהם יוסף גארדאן שליט"א איבער שטראלן פון ליכטיגקייט אין די צייטן פון שווערע ביטערע צרות וואס אידן האבן מיטגעמאכט דורכאויס די גלות, באגלייט מיט האר אויפשטעלענדע געשיכטעס פון אידישע גבורה אין פינסטערע זמנים.

– אום 10 אזייגער צופרי וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט ר' משה וויינבערג וועלכער איז אויפגעוואקסן געווארן אונטער די טונקעלע קאמוניזים אין גרוזיע-רוסלאנד, וואו ער האט צוגעזען ווי די גאנצע קהילה און זיינע דורות פאלן אוועק, זייענדיג אינטערדרוקט דורך די ברוטאלע קעי-זשי-בי וואס האבן אים מיט גרויס ברוטאליטעט כמעט אומגעברענגט, און איז די לעצטע מינוט מיט ניסים געראטעוועט געווארן.

– אום 11 אזייגער צופרי, וועט מען הערן אפ אפהאנדלונג צווישן ר' משה שפיצער און ר' אלימלך ניימאן איבער דאס אהערשטעלן די אטאם באמבע וואס האט געשפילט א שטארקע ראלע אין די ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג, די אידן וואס זענען געשטאנען אונטער דעם, און וויאזוי עס וואלט געקענט אפראטעווען די אונגארישן אידנטום, אבער איז צוזאמגעשטעלט געווארן עטליכע חדשים שפעט.

– אום 12 אזייגער וועט מען הערן אינטערוויוס איבער קינדער וועלכע זענען פלוצלינג נעלם געווארן, און ביז היינט האט מען נישט געהערט פון זייערע שפירן, - הילד משה שימאון, וועלכער איז נעלם געווארן באלד 80 יאר צוריק ראש השנה אינמיטן דאווענען, א בענקעדיגע שמועס מיט זיין ברודער ר' יצחק, וועלכער האט אלס 11 יעריג יונגעל געטריי געטראגן זיין 3 יעריג ברודערל אין שוהל, פון ווי ער איז נישט אהיימגעקומען, - א שמועס מיט ר' משה אילאוויטש, א טאטע פון קינדער, וועלכער האט געפראוועט א ל"ג בעומר אין מירון מיט 6 יאר צוריק, און האט זיך מיסטריעיז קיינמאל אומגעקערט אהיים, - און איבער הבחור מושי קליינערמאן, וועלכער איז דאס לעצטע מאל געזען געווארן באלד 900 טעג צוריק ביי הבדלה מוצאי שבת אין מירון.

– אום 1 אזייגער וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט הרב יעקב יצחק אלבוים איבער די אידן ביי וועמען עס איז 'תשעה באב' א גאנצע יאר, אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה. וויאזוי עס שפירט זיך ווען דער ריכטער גיבט דעם אורטייל, וויאזוי און מיט וואס גייט מען צום טורמע, וויאזוי עס איז דאס לעבן דארט צווישן די גויים, שבתים און ימים טובים צווישן די גראטעס, און די שמחה ווען מ'איז געוואויר געווארן אז דער פרעזידענט האט אים פארדאנירט צווישן אנדערע היימישע אידן

– אום 2 אזייגער וועט מען הערן אינטערוויוס מיט ווייטאגליכע זכרונות פון "צושטערטע שמחות", ווען זאכן זענען געגאנגען אנדערש ווי געפלאנט, צוערשט דער בר מצוה בחורל וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין בר מצוה, - דער חתן וואס זיין מחותן האט אויסגעהויכט די נשמה אינמיטן מצוה טאנץ, - די ערשטע צעשטערטע חתונה אין קאראנע, ווייטאגליכע געשיכטעס ביי חתונות ווי מחותנים האבן ליידער געטאנצן ביים מצוה טאנץ זייער לעצטער טאנץ, - און די צוזאמפאל פון א צוויי שטאקדיגע חתונה זאלן אין ירושלים, וואס האט ליידער געקאסט 22 לוויות.

– אום 3 אזייגער וועט מען הערן דורך ר' מענדל אונגאר א בליק אריין אין די אויפברענגונג פון דער ערגסטער ארכי מערדער אדאלף היטלער ימ"ש, וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מאכט אויסצופירן זיינע שרעקליכע פלענער, און איבער זיין בוך וואס ווערט נאר ביז היינט צעשפרייט איבער די וועלט, און האדעוועט פרישע אנטיסעמיטן און שעדליכע גרופעס.

– אום 4 אזייגער וועט מען הערן זכרונות פון דריי העלדישע הצלה דיספעטשער'ס איבער זייערע איבערלעבענישן דורכאויס די שווערע קאוויד תקיפה ווען די טעלעפאנען האבן נישט אויפגעהערט קלינגען און מענטשן האבן מורא געהאט פון די אייגענע שאטן, אינטערוויוס מיט ר' אברהם מארקאוויטש, ר' אליעזר הערש שפירא און ר' יושע בראך.

– אום 5 אזייגער וועט מען הערן דורך ר' דוד וועבער די געשיכטעס פון פיר שוידערליכע שריפות וואס האבן פאסירט אין בתי מקדש מעט אין די פארגאנגענע יארן, אינטערוויוס מיט הרב הערשל גראס פון אנטווערפען דערציילט איבער די צוויי שריפות אין דעם היסטארישן "אסטען" שול אין שנת תש"א און אין שנת תשכ"ג; הרב ר' יחיאל שמואל פריעד שילדערט זיינע זכרונות פון דעם שריפה אין דעם סקווירא בית המדרש אום ב' ניסן תשכ"ו; און ר' דוד דערציילט זיינע פערזענליכע זכרונות געדענקדיג דעם שוידערליכע שריפה אויף דעם פאפא בית המדרש אום ב' דפסח שנת תשנ"ג; און הרב יעקב אריה שטערן פון לאנדאן דערציילט זיינע זכרונות פון דעם ביטערן פייער אין ישיבת "תורת חסד" אין היטשין ענגלאנד אום כ"ג סיון תשנ"ח.

– אום 6 אזייגער וועט מען הערן א קאנפערענץ אינטערוויו איבער א באגעגעניש נאך 76 יאר פון צוויי מלחמה איבערלעבער, ר' מיכאל עפשטיין און ר' אברהם ראזענבערג וואס האבן אלס קינד געלערנט אין איין חדר אין דעם די. פי. קעמפ אין פעלדאפינג, פון דארט האבן זיי זיך געשיידט וועגן נישט וואוסנדיג איינער איבער'ן צווייטן, ביז 76 יאר שפעטער ווען זיי זענען דורך א וואונדערליכע השגחה פרטית צוריק פאראייניגט געווארן דורך א פראגראם "נישט קיין נומערן, נאר נעמען", - די צוויי זקנים שילדערן זייערע איבערלעבענישן ביים קריג און דערציילן איבער דער אינטרעסאנטע השגחה פרטית וויאזוי זיי זענען צוריק פאראייניגט געווארן.

– אום 7 אזייגער וועט מען הערן אינטערוויוס מיט משולחים וואס לאזן איבער זייערע שטובער אין אר"י און מאכן מיט אויסטערלישע יסורים און שוועריגקייטן, קלעטערנדיג פון טיר צו טיר צו שאפן נדבות צו קענען שפייזן זייערע קינדער געבענטשטע פאמיליעס.

– אום 8 אזייגער וועט מען הערן א ביטערע געשיכטע איבער א איד וואס האט מסכים געווען "מיטצונעמען א רענצל" אויף א פליגער און אריינגעפאלן אין א טיפן זומפ, ווערענדיג אריינגעשלעפט אין ביזנעס געשעפטן מיט די נישט-ריכטיגע מענטשן און זיך געטראפן אין א שרעקליכער צרה אין דער ווייטער אינדיע.

מען קען עס הערן ביי די ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם ביי די "פארשידענס" אפטיילונג אויפן סייט/עפפ:

www.yiddish24.com/cat/210
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”