אידן וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין קדיש זאגער'ס
פארשטייט זיך אז מ'זאל לייגן ווי מער פרטים, למשל די יום ושנת הפטירה, זיין משפחה, וואו יענער איז נטמן געווארן וכו', און אביסל איבער יענעמ'ס מעשים טובים.
חוץ ווען מ'שרייבט קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט, דארף מען זיכער מאכן אז די משפחה וואלטן מסכים געווען צי באשרייבן פרטים. אסאך מאל קען מען אליינס פארשטיין, למשל מ'זעט אז די משפחה געט צדקה לע"נ און זיי לאזן דאס מפרסם זיין, קען מען פארשטיין אז זיי וואלטן מסכים געווען צי דערמאנען זייער קינד'ס נאמען.