Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט
איז געווען א איד א גאר ערליכער איד אבער האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר, ער האט געהאט א שוועסטער א מיידל וואס האט געוואוינט אין מאראקא און א ברידער האט געוואוינט דא אין אמעריקע, און דער ברידער האט זייער געוואלט ברענגען דעם שוועסטער קיין אמעריקע, אבער דער ברידער האט נישט געהאט דאס געלט,
זאגט אים איינער גיי אריין צום הייליגען סאטמאר רבי און ער וועט דיר שוין העלפן, דער איד האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און איז אריבער צום רבין, דער איד האט נאר געקענט רעדן לשון קודש, און די רבי האט אים אויס געהערט די מעשה, און גלייך גייט די רבי אריבער צו זיינע לעדלעך און נעמט ארויס פון דארט א גרויסע סכום און זאגט פארן איד דא האסטו דאס געלט און ברענג דעם שוועסטער אריבער קיין אמעריקע, זאגט דער איד אז ער קען נישט נעמען דאס געלט ווייל צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע ברויך מען האבן א וויזע אז מען גייט דא לערנען ערגעץ, האט די רבי געזאגט פאר דעם איד, די גיי ערלעדיג די וויזע און די גאנצע קאסטן פון אריבער ברענגען וועל איך באצאלן,
דער איד שפאצירט אריין צו שחרית דעם קומענדיגן טאג אין מירער ישיבה, און הגה"ק רבי אברהם קאלמאנאוויטש זי"ע קומט צו צי דעם איד און זאגט אים, די נאכט 3:30 רופט מיך אן דער סאטמאר רבי און בעט מיך איך זאל איינשרייבן דיין שוועסטער אין מירער ישיבה און אזוי וועט זי האבן די וויזע,
און כך הוה, אזוי ווי ער האט געהאט די וויזע איז ער אריבער צום רבין זי"ע, און די רבי האט אים געגעבן די גאנצע קאסטן אז די שוועסטער זאל קומען קיין אמעריקע, און די שוועסטער איז פון די איינציגסטע פון די משפחה וואס האט אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב, און די אנדערע האבן נעבעך געפירט א פרייע לעבן אין ארץ ישראל,
--
הרה"ח רבי בעריש וויינבערגער ז"ל האט דערציילט, אז ער האט איינמאל מסדר געווען די ספרים ביים רבין אין שטוב, און פון די גרויסע וואג פון די ספרים האט זיך די טיש צובראכן און עס האט געמאכט א שטארקע גרידער, און די רעבעצין איז געקומען צו לויפן צו זען וואס עס איז געשען, און ווען די רעבעצין האט געזען דעם טיש האט זי געזאגט אז מען זאל באשטעלן א נייעם טיש,
אבער די רבי האט געזאגט אז ער וויל מען זאל ענדערשט פאריכטען דעם טיש, ווייל אויף דעם טיש האט ער געלערנט יארן לאנג, און אויך אויף דעם טיש האט ער געשריבן דעם הייליגען ספר ויואל משה, און מען האט טאקע פאראכטען דעם טיש, און פון דעם האט מען טאקע געמאכט דעם ארון הקודש אין וואס די רבי איז באערדיגט געווארן,
--
דערציילט מען אז איינמאל איז ביים רבין געווען הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, און אינמיטן איז א איד אריין געקומען צום רבין און מזכיר געווען אז דער דאקטאר האט מציע געווען אז ער זאל מאכן אן אפעראציע און געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טון, און דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן די אפעראציע,
ווען דער איד איז ארויס האט רבי מיכאל בער געפרעגט דעם רבין, האט די רבי רוח הקודש אז דער רבי האט געהייסן מאכן דעם אפעראציע, האט די רבי געזאגט, ניין איך האב נישט קיין רוח הקודש, אבער א איד וואס היט זיך דאס מויל און גיבט אכטונג אויפן דיבור, דאן טוט דער באשעפער אפהיטן זיין דיבור אז ער זאל נאר זאגן די ריכטיגע זאך,
--
איינמאל האט א איד וואס איז געקומען צום רבין וועגן א שידוך, און אזוי בתוך הדברים האט ער געזאגט פארן רבין, אז די וועלט זאגט אז קינדער קען א מענטש נישט קלויבען נאר וואס מען האט דאס האט מען, אבער אן איידעם אדער א שניר קען מען זיך יא קלויבען,
האט די רבי זי"ע געזאגט, באמת איז דאס פונקט פארקערט, ביי א איידעם קען א מענטש נישט קלויבען, ווייל די גמרא זאגט דאך "ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואומרת בת פלוני לפלוני" קומט דאך אויס אז די שידוך איז שוין אויסגעריפן געווארן נאך בעפאר דאס קינד איז געבוירן געווארן, אבער די אייגענע קינדער דאס קען א מענטש זיך קלויבען, ווייל לויט וויפיל דער מענטש איז מתפלל און לאזט טרערן פאר זיינע קינדער און לויט וויפיל חינוך א מענטש לייגט אריין, דאס ברענגט אז דאס קינד זאל זיין ערליכער,
--
הרה"ח רבי משה מאיר וויינבערגער ע"ה האט געוואוינט אין שטאט סאטמאר, און עס איז אים געבוירן געווארן א מיידל, אבער די רבי איז דאן נישט געווען אין שטאט נאר איז געווען אין קיט דאטשע, איז דער ר' משה מאיר ע"ה אריבער געפארן אויף שבת צום רבין אז די רבי זאל אים זאגן וועלכע נאמען ער זאל געבן,
שבת קודש צופרי ביים עולה זיין ווען עס איז געקומען צו ויקרא שמה בישראל, האט די רבי געזאגט נא, ווי מען פרעגט וואסערע נאמען ער וויל געבן, אבער ר' משה מאיר האט צוריק געזאגט נו, ווי מען זאגט די רבי זאל זאגן וועלכע נאמען צו געבן, האט זיך די רבי אנגערופן, "ווייסטו וואס, זאלסט האבן א ברכה אין שטוב", דערציילט זיין זון הרה"ח ר' אהרן הערש וויינבערגער אז פון דאן אן האט די טאטע געהאט א גרויסע שפע, עס האט זיך געגאסן די שפע ביים טאטן, געלט ווי בלאטע,