מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

א מעשה נורא וואס ווייזט דעם געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער רבי זי"ע האט געהאט פאר א יעדן איד,

איז געווען א איד א גאר ערליכער איד אבער האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר, ער האט געהאט א שוועסטער א מיידל וואס האט געוואוינט אין מאראקא און א ברידער האט געוואוינט דא אין אמעריקע, און דער ברידער האט זייער געוואלט ברענגען דעם שוועסטער קיין אמעריקע, אבער דער ברידער האט נישט געהאט דאס געלט,

זאגט אים איינער גיי אריין צום הייליגען סאטמאר רבי און ער וועט דיר שוין העלפן, דער איד האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און איז אריבער צום רבין, דער איד האט נאר געקענט רעדן לשון קודש, און די רבי האט אים אויס געהערט די מעשה, און גלייך גייט די רבי אריבער צו זיינע לעדלעך און נעמט ארויס פון דארט א גרויסע סכום און זאגט פארן איד דא האסטו דאס געלט און ברענג דעם שוועסטער אריבער קיין אמעריקע, זאגט דער איד אז ער קען נישט נעמען דאס געלט ווייל צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע ברויך מען האבן א וויזע אז מען גייט דא לערנען ערגעץ, האט די רבי געזאגט פאר דעם איד, די גיי ערלעדיג די וויזע און די גאנצע קאסטן פון אריבער ברענגען וועל איך באצאלן,

דער איד שפאצירט אריין צו שחרית דעם קומענדיגן טאג אין מירער ישיבה, און הגה"ק רבי אברהם קאלמאנאוויטש זי"ע קומט צו צי דעם איד און זאגט אים, די נאכט 3:30 רופט מיך אן דער סאטמאר רבי און בעט מיך איך זאל איינשרייבן דיין שוועסטער אין מירער ישיבה און אזוי וועט זי האבן די וויזע,

און כך הוה, אזוי ווי ער האט געהאט די וויזע איז ער אריבער צום רבין זי"ע, און די רבי האט אים געגעבן די גאנצע קאסטן אז די שוועסטער זאל קומען קיין אמעריקע, און די שוועסטער איז פון די איינציגסטע פון די משפחה וואס האט אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב, און די אנדערע האבן נעבעך געפירט א פרייע לעבן אין ארץ ישראל,
--
הרה"ח רבי בעריש וויינבערגער ז"ל האט דערציילט, אז ער האט איינמאל מסדר געווען די ספרים ביים רבין אין שטוב, און פון די גרויסע וואג פון די ספרים האט זיך די טיש צובראכן און עס האט געמאכט א שטארקע גרידער, און די רעבעצין איז געקומען צו לויפן צו זען וואס עס איז געשען, און ווען די רעבעצין האט געזען דעם טיש האט זי געזאגט אז מען זאל באשטעלן א נייעם טיש,

אבער די רבי האט געזאגט אז ער וויל מען זאל ענדערשט פאריכטען דעם טיש, ווייל אויף דעם טיש האט ער געלערנט יארן לאנג, און אויך אויף דעם טיש האט ער געשריבן דעם הייליגען ספר ויואל משה, און מען האט טאקע פאראכטען דעם טיש, און פון דעם האט מען טאקע געמאכט דעם ארון הקודש אין וואס די רבי איז באערדיגט געווארן,
--
דערציילט מען אז איינמאל איז ביים רבין געווען הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, און אינמיטן איז א איד אריין געקומען צום רבין און מזכיר געווען אז דער דאקטאר האט מציע געווען אז ער זאל מאכן אן אפעראציע און געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טון, און דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן די אפעראציע,

ווען דער איד איז ארויס האט רבי מיכאל בער געפרעגט דעם רבין, האט די רבי רוח הקודש אז דער רבי האט געהייסן מאכן דעם אפעראציע, האט די רבי געזאגט, ניין איך האב נישט קיין רוח הקודש, אבער א איד וואס היט זיך דאס מויל און גיבט אכטונג אויפן דיבור, דאן טוט דער באשעפער אפהיטן זיין דיבור אז ער זאל נאר זאגן די ריכטיגע זאך,
--
איינמאל האט א איד וואס איז געקומען צום רבין וועגן א שידוך, און אזוי בתוך הדברים האט ער געזאגט פארן רבין, אז די וועלט זאגט אז קינדער קען א מענטש נישט קלויבען נאר וואס מען האט דאס האט מען, אבער אן איידעם אדער א שניר קען מען זיך יא קלויבען,

האט די רבי זי"ע געזאגט, באמת איז דאס פונקט פארקערט, ביי א איידעם קען א מענטש נישט קלויבען, ווייל די גמרא זאגט דאך "ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואומרת בת פלוני לפלוני" קומט דאך אויס אז די שידוך איז שוין אויסגעריפן געווארן נאך בעפאר דאס קינד איז געבוירן געווארן, אבער די אייגענע קינדער דאס קען א מענטש זיך קלויבען, ווייל לויט וויפיל דער מענטש איז מתפלל און לאזט טרערן פאר זיינע קינדער און לויט וויפיל חינוך א מענטש לייגט אריין, דאס ברענגט אז דאס קינד זאל זיין ערליכער,
--
הרה"ח רבי משה מאיר וויינבערגער ע"ה האט געוואוינט אין שטאט סאטמאר, און עס איז אים געבוירן געווארן א מיידל, אבער די רבי איז דאן נישט געווען אין שטאט נאר איז געווען אין קיט דאטשע, איז דער ר' משה מאיר ע"ה אריבער געפארן אויף שבת צום רבין אז די רבי זאל אים זאגן וועלכע נאמען ער זאל געבן,

שבת קודש צופרי ביים עולה זיין ווען עס איז געקומען צו ויקרא שמה בישראל, האט די רבי געזאגט נא, ווי מען פרעגט וואסערע נאמען ער וויל געבן, אבער ר' משה מאיר האט צוריק געזאגט נו, ווי מען זאגט די רבי זאל זאגן וועלכע נאמען צו געבן, האט זיך די רבי אנגערופן, "ווייסטו וואס, זאלסט האבן א ברכה אין שטוב", דערציילט זיין זון הרה"ח ר' אהרן הערש וויינבערגער אז פון דאן אן האט די טאטע געהאט א גרויסע שפע, עס האט זיך געגאסן די שפע ביים טאטן, געלט ווי בלאטע,
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

ביז ווען האט דער רבי זי''ע געוואוינט אין 500 בעדפארד?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע:אין אפיס

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

טשעירמאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:06 am
ביז ווען האט דער רבי זי''ע געוואוינט אין 500 בעדפארד?
תש"ל ל"א
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

גוט צו זיין גוט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:33 pm
סיפורים ועובדות על הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אתמול מוצש"ק ראה תשפ"ג לפ"ק, ע"י כ"ק מרן אדמו"ר מ'וויען שליט"א
https://www.dropbox.com/scl/fi/x97w8w2a ... ym64py1f6v
נו, אז דער עולם באדאנקט אזוי שיין, קומט זיך אייך נאך.
נאַט אייך דברות קודש כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א, פארגאנגענעם יאר פרשת עקב תשפ"ב, מוצש"ק לפני ההילולא.
דא איז דער קונטרס:
https://drive.google.com/file/d/1SGNvUK ... sp=sharing
און א טעימה קלה, האט איר:
Vien, Satmar.png
Vien, Satmar.png (273.01 KiB) געזען 1287 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4543
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

דאנקער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:48 am
דערציילט מען אז איינמאל איז ביים רבין געווען הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, און אינמיטן איז א איד אריין געקומען צום רבין און מזכיר געווען אז דער דאקטאר האט מציע געווען אז ער זאל מאכן אן אפעראציע און געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טון, און דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן די אפעראציע,

ווען דער איד איז ארויס האט רבי מיכאל בער געפרעגט דעם רבין, האט די רבי רוח הקודש אז דער רבי האט געהייסן מאכן דעם אפעראציע, האט די רבי געזאגט, ניין איך האב נישט קיין רוח הקודש, אבער א איד וואס היט זיך דאס מויל און גיבט אכטונג אויפן דיבור, דאן טוט דער באשעפער אפהיטן זיין דיבור אז ער זאל נאר זאגן די ריכטיגע זאך,
קודם א שכוח פאר דיין הערליכען ארבעט, גיי אן נאך.

די מעשה איז געווען אביסל אנדערש, ס'געווען א בחור וואס האט געלערענט ביי ר' מיכאל בער וואס די דאקטוירים האבן געזאגט אז מ'דארף אפערירען אז נישט איז ער אין א גרויסע סכנה, איז ער געקומען צום רבי'ן פאר א ברכה און די רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך נישט אפערירען וכך הוה, רמ''ב וואס האט דאס מיטגעהאלטען איז אריבערגעפארן צום רבין און ארויסגעשיקט פאיער רב ז''ל און געפרעגט דעם רבין מסיח לפי תומו צו ס'נאך דא היינט רווח הקודש האט די רבי געזאגט ניין, האט ער געזאגט ס'געווען דא א בחור וואס די דאקטוירים האבן געהייסן אפערירען אין די רבי האט געזאגט אז ניין... די רבי איז ווייס געווארן און זיך פארטראכט פאר א וויילע, און זיך אנגעריפען א איד וואס גיבט זיך אכט וואס גייט אריין אין זיין מויל און וואס גייט ארויס פון זיין מויל העלפט דער אייבערשטער ער זאל האבן סייעתא דשמיא און זאגן וואס איז ריכטיג, און די רבי האט נאך צוגעלייגט ווייסט וואס איך וועל אייך זאגען? איר קענט אויך..
(רמ''ב האט עס ביים ארויסקומען איבערפארציילט פאר פאיער רב אלץ פיוס פארן ארויסשיקען)
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
נארפאקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2014 5:37 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארפאקטן »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:52 pm
דאנקער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:48 am
דערציילט מען אז איינמאל איז ביים רבין געווען הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, און אינמיטן איז א איד אריין געקומען צום רבין און מזכיר געווען אז דער דאקטאר האט מציע געווען אז ער זאל מאכן אן אפעראציע און געפרעגט דעם רבין וואס ער זאל טון, און דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן די אפעראציע,

ווען דער איד איז ארויס האט רבי מיכאל בער געפרעגט דעם רבין, האט די רבי רוח הקודש אז דער רבי האט געהייסן מאכן דעם אפעראציע, האט די רבי געזאגט, ניין איך האב נישט קיין רוח הקודש, אבער א איד וואס היט זיך דאס מויל און גיבט אכטונג אויפן דיבור, דאן טוט דער באשעפער אפהיטן זיין דיבור אז ער זאל נאר זאגן די ריכטיגע זאך,
קודם א שכוח פאר דיין הערליכען ארבעט, גיי אן נאך.

די מעשה איז געווען אביסל אנדערש, ס'געווען א בחור וואס האט געלערענט ביי ר' מיכאל בער וואס די דאקטוירים האבן געזאגט אז מ'דארף אפערירען אז נישט איז ער אין א גרויסע סכנה, איז ער געקומען צום רבי'ן פאר א ברכה און די רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך נישט אפערירען וכך הוה, רמ''ב וואס האט דאס מיטגעהאלטען איז אריבערגעפארן צום רבין און ארויסגעשיקט פאיער רב ז''ל און געפרעגט דעם רבין מסיח לפי תומו צו ס'נאך דא היינט רווח הקודש האט די רבי געזאגט ניין, האט ער געזאגט ס'געווען דא א בחור וואס די דאקטוירים האבן געהייסן אפערירען אין די רבי האט געזאגט אז ניין... די רבי איז ווייס געווארן און זיך פארטראכט פאר א וויילע, און זיך אנגעריפען א איד וואס גיבט זיך אכט וואס גייט אריין אין זיין מויל און וואס גייט ארויס פון זיין מויל העלפט דער אייבערשטער ער זאל האבן סייעתא דשמיא און זאגן וואס איז ריכטיג, און די רבי האט נאך צוגעלייגט ווייסט וואס איך וועל אייך זאגען? איר קענט אויך..
(רמ''ב האט עס ביים ארויסקומען איבערפארציילט פאר פאיער רב אלץ פיוס פארן ארויסשיקען)
איך האב געהעט די מעשה פון פאיער רב ז"ל אליינס, און אויב איך געדענק גוט האט דער רבי געזאגט בערך די ווערטער, "אז מען האט ריכטיגע אהבת ישראל, און אז מען היט זיך וואס מען רעדט, האט מען סייעתא דשמיא" כ'דענקט נישט פונקטליך די ווערטער, אבער איך געדענק אז דער רבי האט דערמאנט "אהבת ישראל" און "היטן וואס מען רעדט"
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

yoy האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:00 am
סיפורים הפלא ופלא ממשנתו פון כ"ק אדמו"ר הגה"צ חו"פ דער שינאווער רבי זצוק"ל
אין דער בלאַט אוצר פרייטאג פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב תשפ"ג


אז מ'היט זיך דאס מויל
איך האב זוכה געווען צו לערנען אין נייטרא ביי רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל דער איד איז געווען אזוי גרויס, אה, מלא אהבת ישראל.
ס'איז אמאל געווען א בחור, וואס די דאקטוירים האבן געזאגט אז ער מוז ל"ע האבן אן אפעראציע, איז ער אריין צום רבי'ן ז"ל מזכיר זיין, און דער רבי האט געזאגט אז ער דארף נישט קיין אפעראציע. עס איז נישט געווען אזוי
שכיח ביים רבי'ן אזוי צו רעדן שטארק קעגן א דאקטאר, אבער אזוי איז געווען די מעשה.
איז רבי מיכאל בער אריינגעגאנגען צום רבי'ן, און געמאכט א שמועס צי עס איז היינט נאך דא רוח הקודש. זאגט דער רבי אז היינט איז שוין נישטא קיין רוח הקודש.
פרעגט ער "אויב אזוי ווי האט דער רבי געזאגט אז דער בחור זאל זיך נישט אפערירן?"
האט דער רבי געזאגט "כ'וועל דיר זאגן, אויב היט מען זיך דאס מויל אז מ'זאל נישט ארויסזאגן א דבר שלא כהוגן, קען מען דאס", און דער רבי האט מוסיף געווען "און דו קענסט דאס אויך", אזוי האט אים דער רבי געזאגט.
זעט אויס, ס'איז דא א בחינה פון רוח הקודש, און ס'איז דא א בחינה פון 'לא יחל דברו ככל היוצא מפיו יעשה'.
https://www.dropbox.com/scl/fi/z0lq7uuu ... icwbm3zir7
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

איז פאראן א מקור צו די מעשה?
מקור למעשה זו.
מקור למעשה זו.
IMG_5695.jpeg (114.12 KiB) געזען 1005 מאל
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

איד בכלל אמאל געווען א רעדע פון א
שבת התאחדות ביי מרן הק׳ מסאטמאר זי״ע
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

קרבן-פסח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:17 am
איז פאראן א מקור צו די מעשה?

IMG_5695.jpeg
א באקאנטע מעשה,

אבער עס האט צובאקומען אביסל איזריעלי שקר..

נישט קיין שבת התוועדות סתם א פרייטאג צונאכטס טיש...

ניט אז די רבי האט געזאגט ער האט א ”קבלה’

נאר סתם א גוט ווארט וואס די רבי האט געזאגט פארוואס ער פאלגט די רעביצין,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

קרבן-פסח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:17 am
איז פאראן א מקור צו די מעשה?

IMG_5695.jpeg
די רבי איז נישט געווען קיין 2020 רבי וואס מיז צושטעלן די סארט סערוויסעס פארן ציבור
אפשר איז ווי @מקובל אלוקי האט געשריבן אז די מעשה האט פאסירט סתם א פרייטאג צונאכטס אבער א די מושג פון שבת התאחדות איז געבוירן געווארן יארן שפעטער
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)





אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

קרבן-פסח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:17 am
איז פאראן א מקור צו די מעשה?

IMG_5695.jpeg
כל פרט ופרט הוצריך להיות בדיוק...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

כהאב מיך געווינדערט ווען כהאב געליינט די מעשה אין באר הפרשה אז סאמטינג פישי..
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:04 am
די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
פונקט ווי די רבי ז''ל זאל האבן געבענטשט א 2016 קוואדער..
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:50 am

כל פרט ופרט הוצריך להיות בדיוק...
כאפ נישט וואס איר ווילט פינפאונטען למעשה אויב איך הער א מעשה מיט פרטים אפי' קליינע וואס קען נישט זיין, איז די גאנצע מעשה מוטל בספק
און חוץ א מעשה וואס די קליינע ברעקלעך קענען מאכן גרויסע חילוקים און שפילען א ראלע אין די מעשה
א ביישפיל די א.ד. מעשה פון ר' מיכאל בער די ערשטע ווערסיע הערט זיך אביסעל קראצעדיג (ער איז געווען אינסייד בשעת די הזכרה און זאל זיך אנרופן) בעת די צווייטע מיט 'מינדערוויכטיגע' טוישונגען איז שוין מסתבר
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:00 pm
כהאב מיך געווינדערט ווען כהאב געליינט די מעשה אין באר הפרשה אז סאמטינג פישי..
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:04 am
די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
פונקט ווי די רבי ז''ל זאל האבן געבענטשט א 2016 קוואדער..
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:50 am

כל פרט ופרט הוצריך להיות בדיוק...
כאפ נישט וואס איר ווילט פינפאונטען למעשה אויב איך הער א מעשה מיט פרטים אפי' קליינע וואס קען נישט זיין, איז די גאנצע מעשה מוטל בספק
און חוץ א מעשה וואס די קליינע ברעקלעך קענען מאכן גרויסע חילוקים און שפילען א ראלע אין די מעשה
א ביישפיל די א.ד. מעשה פון ר' מיכאל בער די ערשטע ווערסיע הערט זיך אביסעל קראצעדיג (ער איז געווען אינסייד בשעת די הזכרה און זאל זיך אנרופן) בעת די צווייטע מיט 'מינדערוויכטיגע' טוישונגען איז שוין מסתבר
איך האב דעיס געמיינט כאילי ביים רבין האט מען געקענט אויסרעכענען יעדע פרט פון פראויס..
אטעטשמענטס
IMG_5695.jpeg
IMG_5695.jpeg (109.36 KiB) געזען 798 מאל
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אהא נישט געכאפט
עניוועי איך כאפ שוין פון וועלכע ספר דאס קומט..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
חי' ועוף
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חי' ועוף »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:04 am
די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
אויך ביים רבי'ן דער ב"מ זצ"ל איז נישט געווען
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:00 pm
כהאב מיך געווינדערט ווען כהאב געליינט די מעשה אין באר הפרשה אז סאמטינג פישי..
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:04 am
די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
פונקט ווי די רבי ז''ל זאל האבן געבענטשט א 2016 קוואדער..
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:50 am

כל פרט ופרט הוצריך להיות בדיוק...
כאפ נישט וואס איר ווילט פינפאונטען למעשה אויב איך הער א מעשה מיט פרטים אפי' קליינע וואס קען נישט זיין, איז די גאנצע מעשה מוטל בספק
און חוץ א מעשה וואס די קליינע ברעקלעך קענען מאכן גרויסע חילוקים און שפילען א ראלע אין די מעשה
א ביישפיל די א.ד. מעשה פון ר' מיכאל בער די ערשטע ווערסיע הערט זיך אביסעל קראצעדיג (ער איז געווען אינסייד בשעת די הזכרה און זאל זיך אנרופן) בעת די צווייטע מיט 'מינדערוויכטיגע' טוישונגען איז שוין מסתבר
איך וועל בלי נדר מארגן נאכברענגן די מעשה כמו שהיה
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
כבני מרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:11 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבני מרון »

רוסישע פרינץ האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:54 pm
כבני מרון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:59 pm
איך האב אסאך צו ענטפערן אבער ווי עס קוקט אויס גלייבט איר אייערע השערות און נישט פאקטן ממילא איז א שאד די צייט פאר מיר אויפצו-ווייזן פאר אייך.
איר שרייבט דאך אליין:
יעצט ווער סקען מענדל ער האט אביסל א לויזער מויל און איז נישט קיין ליגנער אבער א דייקן אויך נישטאון היות ער אליינס איז געווען אלעמאל די סוקיאריטי גארד פונעם רבין אליינס האט ער זיך מתיר געווען צו פארציילן פאר א אידישע צייטונג בלויז אין אידיש און אויך נאך אזוי פיל יאר האט ער געטראכט עס איז אוקעי צו פארציילן.
אויב אזוי קענט איר איבערשיירן נאך טויזענט מאל אז איר האט עס רעקארדירט..

ס'ווערט אבער נאכאלס נישט קיין פאקט אז די סיקרעט סערוויס איז געווארן אריינגעמישט.. (אזוינע אנגעלעגענהייטן געהערן.. סיי דאן און סיי היינט.. פאר די FBI/CIA.. נישט די סיקרעט סערוויס.)
איך האב דיר דא געשיקט זיין סעל ס’איז דא געווען א 2 וואכן ביז איינער האט עס געמעקט, אז די ווילסט אין אישי וועל איך נאכאמאל געבן זיין סעל, קאל אים וועסטו זעהן די אמת.
לעצט פארראכטן דורך כבני מרון אום פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כבני מרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:11 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבני מרון »

כבני מרון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:52 am
כבני מרון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:48 am
כבני מרון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:36 am
צום פוינט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:01 am
כבני מרון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:13 am


הרב וואזנער שרייבט צו איינעם א בריוו אז דער רבי האט אים געגעבן איבערצוקוקן דעם ויואל משה פארן ארויסגעבן און ער שרייבט אינעם בריוו אז ער האט מייעץ געווען דעם רבי'ן אויפן ספר איבער אפאר ענינים.
שרייבט ער וואס די ענינים זענען געווען ?
ניין ער שרייבט נישט איך וועל זעהן אויב איך קען ברענגען דעים בילד.
''וכאשר כ''ק האדמו''ר הגאון הק' מסאטמר זיע''א הוציא בפעם ראשון ספרו 'ויואל משה' בקשני לבקר הכ''י שלו, ויעצתי אותו בזה וקיבל ממני העני'',

חשיפה נדירה והיסטורית בלעדית בפרסום ראשון מדוע צינזר הרה''ק רבי יואל מסאטמר זיעוכי''א קטע מספרו ויואל משה לבקשת מרן בעל השבט הלוי זיע''א

בכי''ק ובעדות מכלי ראשון של מרן הגה''ק רבי שמואל הלוי וואזנר בעל ''שבט הלוי'' זיעוכי''א

מצב טוב
וואזנער ויואל משה.JPG
איך האב יעצט געהערט פון אן אנטיק דילער וואס האט געזעהן די גאנצע בריוו נישט צוגעדעקטערהייט, און הרב וואזנער שרייבט דארט אז ער האט געבעטן דעים רבי’ן בנוגע די ויואל משה אז לטובות הענין של קנאות אז ס’זאל אויפגעהילט ווערן אין די וועלט אין די ריכטיגע וועג, זאל זאל דער רבי נישט שרייבן צו שארף אויף קהלות אדער רבנים און אויך נישט שרייבן קיין נעמען, און אויף דעים שרייבט הרב וואזנער אז דער רבי האט אנגענומען זיין אנבאט.

ער גייט מיר אפשר שיקן א קאפי פון די גאנצע, און אויב איך באקום עס וועל איך מזכה זיין דעים גאנצן עולם דא מיטן נישט צוגעדעקטן בילד.
חי' ועוף
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חי' ועוף »

אלטע שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:49 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:45 pm
חי' ועוף האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 6:10 pm
farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:04 am
די באגריף פון "שבת התאחדות" איז הערשט געבוירן לאנגע יארן נאכן רבי'ןס הסתלקות.
אויך ביים רבי'ן דער ב"מ זצ"ל איז נישט געווען

און איך מיין אז ביי יבלח"ט האדמו"ר מהר"י שליט"א איז אויך נישט געווען

'דערווייל' טאקע נישט (נאר אלץ רב, מיט די בחורים)
לויט ווי זאכן פירן זיך וועט קיינמאל זיין (עיין הדלקה ל"ג בעומר וכו)
לאוו דווקא, אסאך זאכן האבן זיך געטוישט לפי המצב, ווי באקאנט דאס ווארט פון רב"צ באבובער זצ"ל אז ווען דער שונא ווארפט באמבעס קען מען נישט צוריקווארפן פיילן
חסידי קמאי
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:41 am

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידי קמאי »

איז די רביצין געוועהן אן אייניקעל פון רבין ר’ אלימלך?
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

קרבן-פסח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:19 am
איד בכלל אמאל געווען א רעדע פון א
שבת התאחדות ביי מרן הק׳ מסאטמאר זי״ע
נע, אין רעבינ׳ס צייטן איז דאך געווען נשתכח תורת הבעש״ט לגמרי מן העולם. הערשט אין די 2000 סענטארי הייבט עס אן צוריק נתגלה צו ווערן…
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

חסידי קמאי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 12:56 am
איז די רביצין געוועהן אן אייניקעל פון רבין ר’ אלימלך?
ר' אביגדור שפירא מטשענסטחויב-י"ח אדר תרפ"ז
נולד בקשאנוב תר"מ לאביו ר' שלום מפשיטיק בן ר' יעקב יצחק מבלענדוב(חתן ר' לייבוש נייהויז מטאמאשוב חתן ה'אור לשמים' מאפטא) בן השרף ממאגלניצא(חתן ר' אלעזר מליזענסק בן הר"ר אלימלך זי"ע) בן ר' אבי עזרא זעליג חתן המגיד מקאזניץ,
ולאמו הרבנית נחמה בת ר' דוד מקשאנוב בן ה'דברי חיים',
נשא את בת ר' קלונימוס קלמן בעער מווידאמא(חתן ר' עמנואל משעדבורז בן ר' ישעי' מפשעדבורז) בן ר' משה אבא מאיסטריק חתן ה'גיטער יוד' מניישטאט בן ה'מאור ושמש',
משנת תר"ס אדמו"ר בטשענסטחוב,
נסתלק ח"י אדר תרפ"ז בטשענסטחוב ובשנת תשל"א הועלה ארונו לארה"ב ונטמן בחלקת סאטמאר בוואשינגטאן ניו זשערסי,
בניו: ר' יוסף ברוך אב"ד גארשעקאוויץ (חתן ר' שלום הורוויץ מחענטשין בן ר' חיים שמואל מחענטשין נכד הרבי מלובלין)-ר' יעקב יצחק- ר' אלימלך
בנותיו: אשת ר' יואל ט"ב מסאטמאר-אשת ר' בנימין זאב רובין מו"ץ בטשענסטחוב בעל "טל חרמון",
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רחש לבי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 1:27 am
קרבן-פסח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:19 am
איד בכלל אמאל געווען א רעדע פון א
שבת התאחדות ביי מרן הק׳ מסאטמאר זי״ע
נע, אין רעבינ׳ס צייטן איז דאך געווען נשתכח תורת הבעש״ט לגמרי מן העולם. הערשט אין די 2000 סענטארי הייבט עס אן צוריק נתגלה צו ווערן…
וואס מיינט שבת התאחדות?

רוב ציבור האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, מ'איז געקומען צו די תפילות און צו שלש סעודות צו זיין במחיצת הצדיק, צום טיש ליל שב"ק איז אפשר געווען אביסל ווייניגער כידוע און בכלל האט מען ביי די טישן נישט געזינגען קיין סך.

דער ציבור וועלכע האט געוואוינט אין די איסט סייד פלעג אויך אריבער שפאצירן דעם בריק מיטצוהאלטן און זיך איינזאפן קדושה וטהרה פאר א גאנצע וואך.

וואס מיינט דאס אויב נישט שבת התאחדות?

התאחדות / התפרדות, כ'האב נישט קיין איינונג וואס מ'רעדט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”