"תג"! דער פראגראם פאר עימוד ספרי קודש וכדו'
גערעכט, עס איז דא שוין אזאנס, א פארום וואס מען שמועסט אדורך בשבת אחים גם יחד די עולים ויורדים פון תג ( www.prog.co.il ), אבער היות עס איז געשריבן געווארן אין א שפראך וואס איז מער ווייניגער פרעמד פאר יושבי חוץ לארץ, אין מיר פערזענליך האט עס גענומען צו לאנג אדרוכצולייענען א תגובה, ווער רעדט וועגן שרייבן איינס, האב איך מיר גענומען די מיה דא צו עפענען אן אשכול דערפאר. אזוי אז אפילו מיר אידעלעך וואס רעדן בלויז מאמע לשון זאלן אויך קענען הנאה האבן.
אבער, מורי ורבותי! פארשטייט זיך אז, ווי געשמאק ס'זעט נאר אויס, האב איך נישט ליב צו רעדן צו זיך אליינס (האסט געמיינט דו קענסט מיר, הע?...)! דערפאר מאך איך דא אן אפיעל ברבים צו אלע באנוצערס פון תג, אלט און ניי: שטייט נישט אין די זייט גלייכגילטיג כאילו מען מיינט אייך נישט, שפרינגסט אריין מיט'ן גאנצען אייפער! שאקלעטס אויף עולם ומלואו מיט ענקערע ידיעות! זאגט א חידוש, פרעגט א שאלה, ענטפערטס יענעמ'ס פארנעפעלטע פראבלעמען, בקיצור: לאזט אייך הערן! זאלן אלע וויסן אז ווען מ'האט א שאלה בנוגע סיי וועלכע חלק פון תג, ווייסט מען גלייך ווי זיך צו ווענדן.
ווי אויך, טייערע חברים, אויב האט איר א חבר וואס איר ווייסט וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, אל תמנע טוב, זייט אים מודיע דערוועגן (לייג צו אביסל זאלץ און פעפער... אוי, און האניג...), און בעזהשי"ת נעשה ונצליח! דא גייט זיין א צענטער פון תג פאר אידישע רעדנער בכל קצוי תבל און א מוסטער פאר'ן אידישען וועלט (תרתי משמע...).
צו זעהן צי ס'איז דא טאקע מיט וועמען צו גיין צום טיש, וויל איך בעטן א פערזענליכע טובה פון ענק, אויב ביסטו א באנוצער פון תג, אפילו יעצט אויפ'ן מינוט האסטו נישט וואס צו פרעגן (טאקע נישט?...) אדער וואס צוצולייגען (כ'גלייב נישט!...) געב א קוועטש דעם קנעפל, שרייב כאטש אריין און זיי מודיע אז, הנני, איך בין דא, און איך וועל דא זיין ווען איך גיי האבן א געלגענהייט.
מיט דעם ענדיג איך דעם תגובה, אבער נישט מיינע ווערטער, נאר מען וועט בע"ה פיל הערן פון מיך (אויב איינער איז וויליג מיר אויסצוהערן...)
נו, ווער גייט ערשט?