אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות
- אטעטשמענטס
-
- ברוך.JPG (34.22 KiB) געזען 22376 מאל
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בןהרחמן האט געשריבן: אמאל זעהענדיג ערגעץ א אינטערעסאנטע מציבה האב איך שוין געטראכט פון אזא אשכול, שכח פארן עס עפענען,
יעצט מיין באשטייערונג, א מציבת באתרי' דמר סקרענטאן פענסילוועניא וואס דער איד ישראל יצחק בן מנשה יעקב שטירבאם האט זיך אליין באשריבן אזוי ווי ער שרייבט אויבן מעשה ידי המציבה הזאת, (קרעדיט א זייטל וואס הרב מסקרענטאן האט עטליכע טעג צוריק אנגעצייכענט, איך געדענק נישט וואו)
קרעמער האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן: אמאל זעהענדיג ערגעץ א אינטערעסאנטע מציבה האב איך שוין געטראכט פון אזא אשכול, שכח פארן עס עפענען,
יעצט מיין באשטייערונג, א מציבת באתרי' דמר סקרענטאן פענסילוועניא וואס דער איד ישראל יצחק בן מנשה יעקב שטירבאם האט זיך אליין באשריבן אזוי ווי ער שרייבט אויבן מעשה ידי המציבה הזאת, (קרעדיט א זייטל וואס הרב מסקרענטאן האט עטליכע טעג צוריק אנגעצייכענט, איך געדענק נישט וואו)
איך האב שוועריקייטן אויסצולעזן דאס לעצטע ווארט פונעם לעצטן שורה.
צום זאך האט געשריבן: עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין די ביה"ח אין ליאדי ניו ג'ערסיווי עס דא די חלקה פון מתפללי ביה"מ נוסח הארי פון די בראנקס, האב איך באמערקט א אינטערסאנטע זאך נעבן די מציבה פונעם מלאך איז געווען א מציבה וואס ליינט זיך 'פ"נ ר' רובינשטיין' (- לדוגמא, כ'געדענק נישט די לעצטע נאמען) אן קיין ערשטע נאמען, ס'איז מיר געווען א חידוש ווייל די גאנצע מציבה איז געשריבן אויף לשה"ק (וואס ווייזט לכאו' אז ער איז געווען פרומע איד) אבער אן קיין זכר פון זיין ערשטע נאמען.
שמערי בערי האט געשריבן: א איד האט מיר אמאל פארציילט אז ער האט געזעהן א מצבה ווי פאלגענד (בערך):
פה נטמן
שלום עליכם
די גאנצע וועלט איז אויף צרות
איך האב זיי אלע אויף כפרות
מיללער האט געשריבן: שלום עליכם איז געווען מער כופר ווי יידישיסט, אפי' ער זאל רעדן ריין ענגליש טאר מען נישט נאכזאגען זיינע דברי ניאוץ וכפירה.
דער פושע ישראל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט מיט זיין פאום אינאיינעם און געכאפט אזאנע מכות, ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק, זאגט די גמ' גייט ארויף אויף מינים ואפיקורסים, מסיתים ומדיחים, עס איז קיין ספק אז דער פגר האט געהאט א חלק אין אראפפירען טויזענטער ערליכע קינדער פון ערליכע שטובער פון אידישען וועג מיט זיינע ליצנות וניבול פה, ימח שמם וזכרם.