הילף און עצות איבער מופן!
אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- געטראנק
איך זיך א גוטע פארלעסליכע היימישע ביליגע מאווינג קאמפאני, וועם וואלט דער עולם רעקאמאנדעט צו נוצן?
- געטראנק
איך האב גענוצט א יאר צוריק בי.פי. מאווינג, איך בין געווען זייער זייער צופרידן פון אים. אן היימישער יונגערמאן, ער הייסט פישמאן. זיין נומ' איז 718-436-9857 ער האט געבעטן ביליג, און זיינע גוים זענען זייער רוהיגע, און נישט געמאכט קיין שום שאדן ב"ה.
איך האב גענומען דערנאך וואס איך האב געהערט פון מיין חבר זייער גוטע עקספריענס מיט אים.

פוילישער האט געשריבן: איך האב גענוצט א יאר צוריק בי.פי. מאווינג, איך בין געווען זייער זייער צופרידן פון אים. אן היימישער יונגערמאן, ער הייסט פישמאן. זיין נומ' איז 718-436-9857 ער האט געבעטן ביליג, און זיינע גוים זענען זייער רוהיגע, און נישט געמאכט קיין שום שאדן ב"ה.
איך האב גענומען דערנאך וואס איך האב געהערט פון מיין חבר זייער גוטע עקספריענס מיט אים.
מיט 2 יאר צוריק האב איך אויך גענוצט ב.פ., זייער צופרידן געווען (איך האלט אבער אז איך האב איבערגעצאלט מיטן טיפ, מען דארף זיך האלטן פעסטער קעגן דעם פורמאן וואס דרייט א קאפ).
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3041
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע:איבעראל
- פארבינד זיך:
פאר דו מופסט נעם אין קאפ אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס מאכט פיל גרינגער דאס מופן,
איינס דערפון איז צו קויפן אזא ראל סערען רעפ, די דינע פלעסטיק וואס ווערט ארום געדרייט ארום א סקיט ודומה,
דאס קויפט מען אין סיי וועלכע לאמבער, אזוי פאקט מען ספרים, לעדלעך ועוד,
מ'דרייט ארום דעם ראל ארום דעם געפאקעכטס און ס'קלעבט זיך צוזאם און ס'איז א מחי',

http://shatzmatz.blogspot.com/
" onclick="window.open(this.href);return false;
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
עצות צום מאפן.
אזוי איך גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג/וואך זיך אריבערצוציען צו א נייע דירה בשעה טובה ומוצלחת, וואלט איך געוואלט הערן אויב איינע פון די חברים דאהי האבן עפעס פראקטישע עצות און סגולות וואס איז גוט צו וויסן ביים מופן. (איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געמופט, כ'מיין צוזאגן אויך נישט אלס קינד...)
איך וועל אנהייבן מיט א פראגע. איך האב געהערט פון עטליכע אידן אז מען איז זיך נוהג אריינצומופען אויף שבת קודש, וואלט איך געוואלט וויסן וואו די מקור דערפון איז?
אזוי ווי מיין דירה ווערט פארטיג אויף אנהויב וואך, האט מיר איינער געגעבן די עצה אז מען לייגט אריין פאר שבת עטליכע עסנווארג אין די דירה, און עס ווערט גערעכנט ווי מען האט זיך דאן אריינגעצויגן, און דערנאך קען מען שוין מופן אינמיטן די וואך. מיר קוקט דאס אויס אביסל מאדנע, וועמען נארט מען דא אויס, אויב איז א סגולה אדער א גוטער יסמן צו מופן לכבוד שבת, צו וואס העלפט אריינלייגן די זאכן.
אויב איינער האט מער אינפארמאציע דערוועגן זאל ביטע מעלדן.
און ווי געזאגט ווארט איך צו הערן פראקטישע עצות און אנוויזונגען פון אידן וואס זענען שוין אדורך דעם מצב.
יישר כח.

וועגן מופן ער"ש פרעג דיין דיין.
צוויי פראקטישע עצות וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט.
1. ספרים בינד נישט און קיין בענדליך. ס'צופאלט און ס'איז זייער שווער. לייג עס אריין און saran wrap דאס וועט עס האלטן גוט צוזאמגענומען.
2. נעם א צעטיל און לייג ארויף נאמבערס למשל לייג נאמבער איינס, קאך.
נאמבער צוויי, קינדער שטוב.
נאמבער דריי, טוילעט.
נאמבער פיר, דיינונג רום.
אא"וו.
יעצט הענג אויף די צעטיל ביי די נייע דירה ביי די טיר אז די מאווערס זאלן עס קענען זעהן,
יעצט און דיין הויז לייג אויף יעדע זאך א נאמבער. למשל אויף די ספרים שראנק לייג נאמבער פיר, אויף די קינדער בעטן לייג נומבער צוויי. אא"וו.
וואס מ'פארדינט איז אז די מאווערס טראסקענען נישט אלעס אראפ ביים אריין קומען, נאר זיי טראגן עס וואו ס'באלאנגט.
דאס איז וואס איך געדענק פאר יעצט.
אויב וועל איך זיך דערמאנען עפעס וועל איך צוריק קומען אי"ה.

איך ווייס נישט דעם פונקטליכן מקור, אבער ביי אונז פירט מען זיך טאקע אריינצוטראגן פרייטאג א שטיקל ברויט און אביסל זאלץ, און דאס ווערט גערעכנט ווי מען וואוינט שוין דארט (א בחינה פון עירובי תחומין).
געלעגער זאגט גאר גוט וועגן די צעטלעך. מיר האבן געמאכט פארביגע צעטלעך, צב"ש א פינקע צעטל ארויפגעשריבן דערויף "מיידל שטוב", א בלויע צעטל ארויפגעשריבן דערויף "אינגל שטוב" (אלעס אויף ענגליש, כאילו די גוים קענען א שפראך אויסער רוסיש).
שמועס אפ פון פאראויס מיטן מואווינג טראק אויפזעהר וויפיל דו גייסט באצאלן "אריינגערעכנט טיפס". עד היום פארשטיי איך נישט פון וואנעט זיי נעמען די חוצפה צו קומען פרעשורן אין די לעצטע מינוט פאר נאך אפאר מאות לשם "טיפ"! (איך ווייס נישט אויב אלע זענען אזוי, די פירמע וואס איך האב גענוצט איז געווען פיין און וואויל, ביז די טיפ)
וועגן קביעת מזוזות. שמועס אפ מיט א דיין ווען ער האט צייט אראפצוקומען אין די דירה און אנצייגן פונקטליך וועלכע טיהר איז מחויב מדאורייתא, מדרבנן, ספק, לחומרא, און לויט דעם לייג די מזוזות (איך האב 2 סארטן מזוזות, ביי די טירן וואס זענען מער מחויב האב איך געלייגט טייערערע). די ברכה מאכט מען אויף א טיר וואס איז זיכער מחויב מדאורייתא (מען איז נישט מכבד קיינעם מיט די ברכה! מצוה בו יותר).
{איך האף אז דו ציהסט דיך נישט אוועק פון מיר.. צו א קורצע צייט זינט די ערשטע באגעגעניש אונזערע}

- יוםטובערליך
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד,
אסאך מענטשן מאכן דעם טעות, אז ביי א דירה קען מען ווארטן דרייסיג טאג צו לייגן א מזוזה.
עס איז נאר ביי א דירה פאר רענט.
אן אייגן-געקויפטע דירה איז מחויב מן התורה מיט מזוזה באלד ביים אריינגיין.
איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יענעם טאג אליינס, און ביינאכט געלאפן קויפן איבער א טוץ מזוזות ביי א חשובן סופר.
די מערסטע מחויב מן התורה זענען די שלאף צימערן.
אמאל קען זיך דוכטן אז די הויפט טיר פון הויז איז די מערסטע כבוד, אבער עס קען זיין א קליינע צימערל, האל'עכל, וואס איז נאר ווי א פארצימער און איז נישט אזוי מחויב ווי א שלאף צימער.
אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.
-
אסאך מענטשן מאכן דעם טעות, אז ביי א דירה קען מען ווארטן דרייסיג טאג צו לייגן א מזוזה.
עס איז נאר ביי א דירה פאר רענט.
אן אייגן-געקויפטע דירה איז מחויב מן התורה מיט מזוזה באלד ביים אריינגיין.
איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יענעם טאג אליינס, און ביינאכט געלאפן קויפן איבער א טוץ מזוזות ביי א חשובן סופר.
די מערסטע מחויב מן התורה זענען די שלאף צימערן.
אמאל קען זיך דוכטן אז די הויפט טיר פון הויז איז די מערסטע כבוד, אבער עס קען זיין א קליינע צימערל, האל'עכל, וואס איז נאר ווי א פארצימער און איז נישט אזוי מחויב ווי א שלאף צימער.
אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.
-
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
יוםטובערליך האט געשריבן: אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.
זיך יעצט געכאפט דערוועגן. די מעשה איז אז אלעס איז שוין אפגעפארבט, איז פאראן אן עצה דערצו? מען מוז אפקראצן די פעינט?
אמאל האב איך באמערקט אין א הויז, קאנטאקט פעיפער געמאלן דערויף ציגעל, קען מען יוצא זיין מיט דעם אדער עס איז בלויז לצנות?
א גרויסן יישר כח קרעמער, גלעגער, יו"ט ערליך פאר די עצות!
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל
אויפריכטיג האט געשריבן:יוםטובערליך האט געשריבן: אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.
זיך יעצט געכאפט דערוועגן. די מעשה איז אז אלעס איז שוין אפגעפארבט, איז פאראן אן עצה דערצו? מען מוז אפקראצן די פעינט?
אמאל האב איך באמערקט אין א הויז, קאנטאקט פעיפער געמאלן דערויף ציגעל, קען מען יוצא זיין מיט דעם אדער עס איז בלויז לצנות?
א גרויסן יישר כח קרעמער, גלעגער, יו"ט ערליך פאר די עצות!
ס'איז אנגענומען אין די וועלט אז מען דארף נאר איבערלאזן, אויב סאיז שוין געפעינט דארף מען נישט אראפקראצן. פוק חזי מאי עמא דבר.
די געמאלענע ציגן וכדומה, איז דא וואס מאכן דאס זייער אוועק, אבער אנדערע צייכענען יא צו עפעס מקורות. (דאכט זיך דער באר משה האט א לענגערע שמועס דערוועגן).
סאיז דא א ספר כדענק ניש וויזוי סהייסט (תורת הבית אפשר?, ארויסגעקומען בערך 5-6 יאר צוריק), זייער שיין אויסגעשטעלט אלע ענינים וואס איז נוגע ווען מ'ציט זיך אריין צו א נייע דירה.
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
קרעמער האט געשריבן: שמועס אפ פון פאראויס מיטן מואווינג טראק אויפזעהר וויפיל דו גייסט באצאלן "אריינגערעכנט טיפס". עד היום פארשטיי איך נישט פון וואנעט זיי נעמען די חוצפה צו קומען פרעשורן אין די לעצטע מינוט פאר נאך אפאר מאות לשם "טיפ"! (איך ווייס נישט אויב אלע זענען אזוי, די פירמע וואס איך האב גענוצט איז געווען פיין און וואויל, ביז די טיפ)
דאס מיינסטו?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
די ערשטע זאך וואס מען דארף אריינמופן איז די קאך.
א איד מופט אריין אין די דירה, די ערשטע פאר טעג איז אלעס צופלויגן און עס טוט זיך אן איבערקערעניש. צומאל זוכט מען א גלעזל צו נעמען א טרינק, אדער א טעלער צו עסן אביסל טרויבן דערין, און אז מען טרעפט נישט, אדער אז מען דארף שלעפן פון בוידעם, איז דאס א פיזישע און גייסטישע אומבאקוועמליכקייט.
ווען מיר האבן געמופט אין א מזל'דיגע שעה, האבן מיר געמופט די קאך א טאג פריער, גענומען א טעקסי, און אויסגעפאקט די קאך, די הרחבת הדעת דערפון איז אין לשער. דאס איז שוין אויסער די רואיגקייט אז די קאך כלים האט מער פאטענשל אז עס זאלן זיך נישט צוברעכן בשעת'ן מופן.
זינט דאן האב איך עס שוין געראטן פאר עטליכע חברים און זיי האבן מיר אלע באדאנקט.

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14266
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע:גידולו בכל מקום
עס איז פארהאן א ספר חסידים (מזכרון) אז מען זאל נישט וואוינען אויף א פלאץ וואס איז געשטאנען ליידיג 7 יאר נאר אויב מען איז מייחד א צימער צום לערנען.
דעריבער מאכן מענטשן א ספרים שטוב.
אנדערע שיקן אריין א גוי שלאפן דארט בעפארן אריינמופן, עס איז שוין געווען פעלער וואס דער גוי איז נישט אויפגעשטאנען!
תורה מגינה ומצלת.
איינער קען ברענגען א מקור?

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)