זיס האט געשריבן: די ערשטע זאך וואס מען דארף אריינמופן איז די קאך.
א איד מופט אריין אין די דירה, די ערשטע פאר טעג איז אלעס צופלויגן און עס טוט זיך אן איבערקערעניש. צומאל זוכט מען א גלעזל צו נעמען א טרינק, אדער א טעלער צו עסן אביסל טרויבן דערין, און אז מען טרעפט נישט, אדער אז מען דארף שלעפן פון בוידעם, איז דאס א פיזישע און גייסטישע אומבאקוועמליכקייט.
ווען מיר האבן געמופט אין א מזל'דיגע שעה, האבן מיר געמופט די קאך א טאג פריער, גענומען א טעקסי, און אויסגעפאקט די קאך, די הרחבת הדעת דערפון איז אין לשער. דאס איז שוין אויסער די רואיגקייט אז די קאך כלים האט מער פאטענשל אז עס זאלן זיך נישט צוברעכן בשעת'ן מופן.
זינט דאן האב איך עס שוין געראטן פאר עטליכע חברים און זיי האבן מיר אלע באדאנקט.
טאקע א גוטע עצה, אבער עס איז דא אסאך עצות וואס אונז מענער פאלט ביי און מיר מיינען אז דורך דעם פאטענט וועט די זאך באקומען א גאנץ אנדערע צורה.
די "עם בפני עצמן" וואלט לכאורה קאמענטירט "אז דו ווילסט טראג אהין א באטל ארענדזש דזשוס מיט א אשכול טרויבן, און די שעה וואס דו האסט געוואלט ספענדן צו מופן די קאך עקסטער, העלף מיך ארויס פאקן, צו מיט די קינדער וכדו'"
און געס וואט - זיי וועלן גערעכט זיין אויך. פארגעסט נישט אז זיי נעמען די פאקטישע פרעשאור פון די הויז ווירטשאפט.
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני