ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכבוד די בעפארשטייענדע יארצייט בחצרות סאטמאר, מען גרייט זיך צום דרייסיגסטען יומא דהילולא פון מרן רביהקוה"ט זצ"ל אשר כבר נכתב עליו הרבה אודותיו אין אלגעמיין און אפי' ביינונז אויף פארשידענע געביטן, איז אויסגעקומען אז פארשידענע חברים האבן באריגט דעם נושא 'הכולל אברכים באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל' זעיר פה וזעיר שם, היות איך האב ביי מיר א מאמר ארוך אין דעם נושא געשריבען זה לא מכבר, וועל איך מיך ערלויבען עס דא אריינצושטעלן און עפענען א באזונדער אשכול דערוועגן, היות אז מיין ארטיקל גרייכט צו איבער דריי זייטן אין רעגולער פאפיר, פארגין איך איר א מקום נכבד בתוכינו.

איך בעט זייער דורכצולייענען דעם גאנצען ארטיקעל איידער מען קאמענטירט, איך וועל פרובירען צו ענפערן אויף קאמענטארען עד כדי שידי מגעת, אבער איך באשיין אז די נושא זאל ווער אויסגעשמועסט אביעקטיוו, קודם די היסטאריע, דערנאך די פאקטן בהווה און ממילא די סיכום אויב עס איז נישט אין איינקלאנג מיט מיין סך-הכל.

-
אוחילה לקל אחלה פניו, אשאלה ממנו מענה לשון. לאדם מערכי לב ומה' מענה לשון, יהיו לרצון אמרי פי שלא אבוש במעשי ולא אכשל בדרכי ואל יאמר פי דבר שלא כרצוניך.

בנוגע דעם רבינ'ס בליק איבער גיין ארבעטן און נישט גיין אין כולל, איז איינע פון די זאכען אויף וועלכע איך בין שטארק מסופק וויפיל פון זיינע תלמידים האבן באמת משיג געווען זיין מהלך, און דורכ'ן נישט יורד זיין לסוף דעתו הקדושה אנגעזייעט א חורבן מיטן שיקען די פארקערטע מעסעזש צום ציבור החדש אשר לא ידע את יוסף, און איך וועל דייקא מרחיב זיין הדיבור, ווייל עס איז מיר קרוב ללבי, וזה החלי בס"ד.

אין די ערשטע יארען האט דער רבי כידוע נישט מייסד געווען קיין אייגענע כולל אברכים, און געפאדערט פון אינגעלייט עוסק צו זיין על המחי' ועל הכלכלה און ווי ידיד נפשי אב הרחמן הרבד"צ האט שוין מעיר געווען אז אפי' בנש"ק'ליך האבן באקומען דעם מעסעזש אז לא עת האסף המקנה לכו רעו, גייטס ארויס און ברענגט פרנסה, צווישן די באקאנטע אידן אין יענעם עפאכע וואס האבן אויסגעפאלגט דעם רבינ'ס מהלך און זיך נישט אנגעלייגט אויפן ציבור, זענען באקאנט האחים החשובים שליט"א בני הרה"ג מווייצען זצ"ל, ר' אלחנן ט"ב ז"ל, דער דיין הגריח"מ פרי"מ שליט"א, און נאך אזעלכע.

מצד השני, די אינגעלייט וואס דער רבי האט געזעהן אז זיי קענען אויפטאן בתחום החינוך ותרבות האט דער רבי אויך אויפגעפאדערט אלס גאר אינגע אינגעלייט נישט צו הארעווען אויף די אייגענע השלמה, נאר טאן לטובת הציבור, באקאנט אין די קאטעגאריע זענען די חשובע רמ"י ישיבות סאטמאר; ר' אלימלך (הצעיר) לאנדא שליט"א וועם דער רבי האט ממנה געווען אלס מלמד אלס גאר אינגערמאן, ר' ישעי' יעקב שטויבער ר"מ ישיבת שערי תורה ויראה און נאך עטליכע.

דאס איז געווען ביז ווען דער נייער דור נאך די קריג איז אונטערגעוואקסן, דער ציבור איז געוואקסען, עס איז שוין געווען נאך די אונגארישע רעוועלוציע, די סטאביליטעט אין וומ"ס האט זיך שטארק פארבעסערט, מענטשן האבן זיך צוביסליך אויסגעלערנט די שפראך, אנגעהויבן מסחר און אפי' מצליח געווען בתחום הפרנסה און היצט האבן די 'בעיבי-בומערס' אנגעהויבען חתונה האבן, שוין אויפן טאטענס חשבון צומאל, מיט ביידע עלטערן, קיינע רחמנות'ער, געצערטעלט פון זייערע מלחמה-געליטענע עלטערן אא"וו.

דאן האבן טייל אינגעלייט יוצאי ישיבת סאנז סט. נישט פארמאגנדיג קיין אייגענע 'כולל' אנגעהויבען פאשען אין פרעמדע פעלדער, ביהמ"ד עליון, לעיקוואוד, און אנדערע מקומות תורה וועלכע האבן יא פארגעשטעלט לימוד התורה נאך די חתונה אויף די 'ישיבה סטיל', דאס האט כמובן שוין נישט געקענט ארבעטן אז מ'זאל פארבאטן צו גיין ערגעץ אנדערש ווען דער ציבור איז גרויס, און לעומת זה נישט צושטעלן קיין אלטערנאטיווען, האט מען בהתיעצות קדשו ובפקדותו געגרינדעט דעם כולל תחת פיקוחו של הרה"ג דער סעדרעהעלער רב שליט"א [ואחריו] והרה"ג ר' שלום ווייס ז"ל.

דא איז אבער געשאפן געווארן דער קריזיס, דער רבי איז נישט געזונט געווארן, דער כולל איז שוין אפען אבער אין מי שיגדור גדר ויעמוד בפרץ, נישט דא דער איינער שינעוץ חרב בביהמ"ד לאמר הנכנס יכנס והיוצא אל יוצא, עס האט אנגעהויבען הערשן א עירוב פרשיות, אינגעלייט וואס האבן געזאלט גיין שאפען פרנסה האבן זיך אנגעטאן שיעפע טאשען און אריינגעזעצט אויפן ציבור'ס קעסט, ווידער אזאנע וואס וואלטן געקאנט זיין די צוקונפט פונעם יהדות החרדית און מיט אביסל 'סופארט' וואלטן זיי געבליבען און געהארעוועט און היינט געווען די אמת'ע שיינע אידן מיט א ריח של תורה.

עס האט אנגעהויבען קומען בשם דעם רבי'ן אזאנע אומפארשטענדליכע זאצן ווי 'דער רבי זאגט אז ער וויל האבן ערליכע טרעילער דרייווערס' און נישט קיין מגידי שיעור ומרביצי תורה ומעמידי חינוך הטהור, לעומת זה, ווער זיין עלטער זיידע איז געווען א רב אין א פארשטופטען דערפל און אויך נאר ווייל ער איז קודם געווען דארט שו"ב, האט פארשטאנען ברוחב בינתו אז ער איז אן אויסנאם, די טרעילאר-דרייווערס וואס מיטשען זיך אויף פרנסה און זענען 'קובע' עתים לתורה מל' וקבע את קובעיהם נפש, ברויכען זיי אויסהאלטען בעת וואס זיי זעלבסט דינען דעם אייבירשטען אפי' בדברים גשמיים ווי עסן און שלאפן, זייערע טאטעס האבן יא געוואוסט אז אויף 47 סט. נעמט מען גערן אן בנש"ק אויך, אבות אכלו בוסר ושיני בנים תקהינה, און אזוי איז געווארן כאאס.

נאך מיין חתונה, נישט היצט געדאכט, איז מיר אויסגעקומען צו לערנען אין א סאטמארער כולל בחברותא מיט א איד וועלכער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון רבי'ן נאך אין בעדפארד עוו. אין נעפ-מענשאן, האט ער מיר אין א געלעגנהייט געזאגט אז דאס וואס מ'מאכט היינט אזוי אז די ערשטע יאר צו-וויפיל צאלט מען נישט פאר כולל אינגעלייט, אבער אין שיעור למעלה איינמאל איינער איז אויפן פעיראל דער בלייבט דארט עד שיבוא אליהו, איז דער גרעסטער סילוף פון תורת רבינו, פונקט פארקערט, היינט אז א אינגערמאן האט חתונה ביי די קוים אכצן יאר איז ער נאך נישט געונג רייף צו גיין ארויס אליינס זוכען פרנסה מיט די נסיונות וואס הערשן אינדרויסען, נאר די ערשטע 1-2 יאר ברויך ער ממלא זיין כריסו בש"ס ופוסקים (מ'רעדט ווען ער איז א בר הכי, נישט סתם צו טרינקען קאוועס) צו שטעלן א יסוד פאר זיך און זיין צוקונפט.

ווידער אז איינער האלט 5-6 יאר נאך די חתונה ועדיין לא השתלם אז ער זאל קענען זיין טופח ע"מ להטפיח, איז גאר א שטארקער שאלה צו דער ציבור הרחב מוז אזא איינעם אויסהאלטן, אויסער אלס שותפות יששכר וזבולון איז אבער דא א התחייבות פון די בעה"ב צו זעהן אז דער דור העתיד גייט האבן דיינים, רמי"ם ומרביצי תורה, אז יענער איז א פארמעגליך קינד און זיינע שוויגער-עלטערן האלטן אים אויס, מה טוב ומה נעים, אבער סתם צו טראגען א כאלאטל און עסן פעניץ ביי די 28-35 יאר איז נישט אינגאנצן גערעכט.

דאס זעלביגע אנבאלאנגט פאר אזאנע וועם זייער תכונת הנפש זאגט נישט פאר שלגדולת נוצר, ער איז באמת נישט קיין קאליווער וואס גייט דינען דעם ציבור בעתיד, אבער זיין גורל איז אז זיין פאטער האט זוכה געווען צו ווערן א דיין אין א חשוב'ע קהילה נאך יארען הארעוואניע, איז אויסער וואס ער איז גליקליך צו זיין דער זוהן פון האצעפלאצער דיין שליט"א, אויסער דעם וואס לעמפלעך ביי זיינע קינדערס חתונות איז לכאורה א וודאי געוואנדען אין די תקנות בימים ההם, איז ער פטור פון די קללה פון 'בזיעת אפיך תאכל לחם' נאר ער צוטיילט עס אין צווייען 'בזיעת אפיך' דו שוויץ 'תאכל לחם' און איך וועל עסן, וקוה אל ה' חזק, מען איז ממלא דעם כרס בקאוועס ערב ובוקר, און מ'פילט אן די מקוואות נאך זייגער 9 ווען רוב אידען טראגען שוין בלויע העמעדליך נאך א שיעור גמ' רש"י און תפלה בציבור, הערט ער נאך אויס אלע פארשידענע נייעסליך און שמייכלט פון די אנטוויקלונגען אין די אבאמא אדמיניסטראציע וואס וועט ערמעגליכען 200 טאלער פאר פ"ס געניסער פער קינד, אבער פון קיין ושרת עם אחיו וויל ער נישט וויסען.

מה יאמרו הבריות? ווער דארף די כוללים, דאס האט דער רבי געהאלטן, פארדעם האט דער רבי נישט געוואלט קיין כולל, אא"וו, די כולל-אינגעלייט באקומען די קלינגעדיגע טיטלען ווי 'באנק קוועטשערס' און 'קאווע טרינקערס' ווען באמת רעדט מען פון רוב רובם גאר טייערע און איידעלע אינגעלייט וועלכע זענען זיך מייגע אויף תוה"ק און זענען זיך משתלם אין פארשידענע קאמפליצירטע מקצועות, זיי שטעלן פאר די צוקונפטיגע דיינים, דער קיום העתיד שלא תשתכח תורה מישראל.
און נישט דייקא אלע קומען פון אזעלכע שטובער, טייל אידען וואס זיי אליינס האבן נהנה געווען מיגיע כפם זענען אבער זוכה אז זייערע קינדער זענען פון די סאמע שענסטע אינגעלייט מסלתה ומשומנה, אבער ווייל זייערע אזויגערופענע קאלעגעס די טאג שטופערס זענען די וואס דרייען זיך אין די גאסען און כאפן ציגערעטלאך פאר הכנות און קעמען די 'יואליש פיאות' אום פופצענע, קריגט דער גאנצער כולל אזא אויסזעהן.

וויאזוי האט יענער צדיק געזאגט כלפי מעלה, רבוש"ע די הבלי עוה"ז האסטו ארויסגעשטעלט אין די גאסען, און יסורי הגיהנם און קאנסקווענצן האסטו אריינגעשריבען אין ראשית חכמה, פרוביר פארקערט וועסטו זעהן אז מיר וועלן נישט זינדיגען. די נמשל איז מובן מאליו, די שוואכע סחורה דרייען זיך אינדרויסען בעת וואס די טשאטשקעליך זיצען איבערגעבויגען איבער די גמרא און פרוביערן צו לייזען דא א דאלער דורך צולערנען מיט בחור'ליך און דא דורכן לערנען מיט א בעה"ב.

וואס איז די רעזולטאטן, אז א מענטש וואס האט געקריגען אזא קוק אויף די כולל-אינגעלייט זאגט לא יהא חלקי במעל הזה, מיינע זוהן און איידימער צו איך קען זיי אויסהאלטן צו נישט, צו זענען בעלי כשרון אדער פארקערט, נישט אין כולל, דאס האט דער רבי נישט געוואלט, דאס וויל איך נישט, פינטל, זאלען די יעניגע טרינקען קאווע אבער מיינע עליטע קינדער זאלן גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן און האב א שיעור צופרי-און-ביינאכט.

און אזוי ווערן ארויסגעשניטען צענדליגער אינגעלייט אן קיין שאנס אפי' צו קענען קריכען דעם תורה-לייטער, זייערע עזר-כנגדנ'ס האבן שוין אויך אפי' דעם רבינ'ס שיטה ארויס, און צוויי ווערטער 'קיין כולל, דרייוון טרעילארס' גיי זיי מסביר אז דער רבי איז געווען אסאך קלוגער פון דעם, ווערסטו אן אויבער-חכם ווייל דער אדער יענער זעלבסט-דערקלערטער מפרסם שיטת רבינו אויף 'קול ענות' האט דאך אליינס געזאגט אנדערש, און ווייל יענער טראגט ר"ת-העמעדער און ער שטעלט אן דעם ברייטען-ביבער הוט ווי דער רבי ביי סידור-קידושין איז ער דאך אוטאמאטיש דעם רבינס יורש עצר וממלא מקומו, ער קען פארקויפען פאר די יואלישליך ווען דער רבי האט זיך געבייזערט און ווען ער האט זיך שטארק צושמייכלט, ער ווייסט אפי' אז ביים רבי'ן איז דאס געווען דאס ארגסטע און אויף דעם האט ער נישט מוחל געווען בזה ובבא, טא ווי קום איך קליינע טוטער צו זאגען וואס דער רבי האט יא אדער נישט געהאלטן.

ועל דא וודאי קא-בכינא, יעדער איז תולה בוקי סרוקי אז דער רבי האט נישט געוואלט איז אידען זאלען לערנען, איי עס איז נישט מסתבר, זיי נישט קיין כופר אדער אויפגעקלערטער די אויך, באלד וועסטו נאך זאגען אז דער רבי האט נישט געהאלטן אז דער אדער יענער גדול הדור איז א שיגץ ווי די היינטיגע אויבער-חכמים...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גאנץ פיין געזאגט, נאר דעם סגנון הכתיבה דארף נאך א תיקון,
וויפיל הרב אב"ד האט מאריך געווען, קען מען מאריך זיין בנושא הכאובה והארוכה עוד יותר ויותר
ווער עס האט צוריק צישמייסען זאל קומען שמייסען......
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בנוגע דער גרינדונג פון דעם סאטמארען כולל איז ווי הרב מיללער האטו שוין ציגעצייכענט נישט געווען אויך די אגענדע פונעם רבין אין די ערשטע יארן,
סאיז דא א שארפע מימירה פונעם רבין וואס ער האט געזאגט דעם בעסערמינער רב ז"ל אז ענדערש זאלען אוועק פאלען 10 וואס וואלטען ווען יא געקענט אויסשטייגען ווי איידער מאכן א כולל אין איינער וואס באלאנגט נישט דארט ווייל גיין ליידיג ברענגט צי צי דאס ערגסטען,
אבער אין די שפעטער יו"ד יארן ווען די אינגעלייטלעך האבן אנגעהויבן פאשען אין די פרעמדע פלעצער מיט פרעמדע השקפות האט ער יא געזען דאס נחיצות צי עפענען דעם כולל דאכט זיך אים שנת תשכ"ב.
אגב זעט מען פון דעם אז דער רבי האט לויט די נתיבות הזמן געקענט טוישן זיין מיינונג ווען סהאט זיך אויסגעפעלט, כאטש אז מזעט ווי שארף ער האט זיך אויסגעדריקט פארן בעסערמינער רב.
היינט צי טאג האלט איך אז סאיז דא נאך א טעם וואס א אינגערמאן דארף אפשר צי בלייבען אין כולל עכ"פ אפאר יאר וויל נישט ווי אמאל ווען מאיז ארויסארבעטען האט דאס געמיינט א נייען מאשין אדער ערגעאנדערשווי אין א פעקטארי איז ליידער היינט דער מצב אז דאס מיינט קאמפיוטער מיט די היינטיגע נאכוויען וואס דאס ברענגט, אז כבין שוין גארנישט זיכער וואס איז ערגער צי גיין ליידיג אין כולל אדער ארויסגיין אין די גאס דאיז ליידער א מצב וואס איבעראל איז ביטער.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כהאב אמאל געהערט א דרשה פון הגה"צ ציעשנוב'ער רב שליט"א (כ'ווייס נישט ווי שטארק אויסגעקאכט ער איז במשנתו של רבינו ז"ל, אבער די ווארט איז אלענפאלס גוט), אין א דרשה וואס ער האט געזאגט פאר יונגעלייט.
אז אין אנהויב האט רבי ז"ל נישט געוואלט מאכן קיין כולל כידוע, אבער ווען מ'איז אים געקומען פארציילן וויאזוי די גאס זעהט אויס און עס איז בעסער אז די יונגעלייט זאלן ווי שפעטער ארויסגיין אין גאס, האט ער מסכים געווען מייסד צו זיין א כולל. אבער היינט צו טאג ווען א יונגערמאן זיצט אין כולל מיט א סעלפאון, און טעקסט זיך ארום אגאנצן טאג, און ווער רעדט נאך אויב עס איז מחובר צום אינטערנעט, וואלט דער רבי זי"ע זיכער פארשפארט דעם כולל, אנשטאט ארויסגיין אין גאס ברענגט מען אריין דעם גאס אין כולל...
ודפח"ח.

אגב. הרב מיללער כ'האלט אז די דארפסט אביסל קלאר שטעלן דיינע ווערטער. עס זעהט אויס ווי די מאכסט ליצנות פון אלע כולל יונגעלייט, ווען אין פאקט זענען דא אסאך חשוב'ער יונגעלייט, וואס פלאגן זיך באמת אויף די תוה"ק און לעבן חיי צער אלעס צוליב תורה, און די וועלט שטייט אויף זיי, דעריבער שטעל עס קלאר נישט מזאל חלילה מיינען אז תורה לערנען איז גארנישט, ודי בזה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב אלף
אתתה סותר עצמך מרישא לסיפא ומסיפא לרישא, התקוששו קשוט עצמך ואח"כ קשוט את מיללער
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיללער מיללער, איך בין ממש באנומען ווי טיעף און קלאר דו ביסט מקיף דעם נושא, און ניין, די לשון דארף - לדעתי - כלל נישט קיין תיקון, זייער געשמאק און אריגינעל.

מכוח מיין באשעפטוגונג איז די נושא שטענדיג עולה על שולחני, דערפאר האב איך פיל געפילעוועט דערינען, און פארשטייט זיך, צוזאמענגענומען היבש חומר אויף די נושא.
און להוי ידוע, כבר דשו בה רבים, פיל גדולי ישראל האבן שוין אוועקגעשטעלט פארשידענע יסודת אויף דעם, און קלארגעשטעלט ווער עס באדארף יא זיין תורתו אומנתו און ווער נישט.

פון מיינע בירורים מיר איז אויסגעקומען דאס פאלגענדע:
1)דער עוורידזש יונגערמאן, וואס פארשטייט אפילו גוט א שטיקל גמרא, דארף מקיים זיין בפשטות דעם רמב"ם און הלכות תלמוד תורה: "טוב תורה עם דרך ארץ, שיגיעת שניהם משתכחת עוון", און דאס איזז אפגעזען צו ער האט פרנסה צו נישט, ואפילו לעשות תורתו ארעי ומלאכתו קבע.

2) ווער עס איז מצליח בלמודו, מיט די תנאים וואס דער שו"ע הרב שטעלט אוועק און הלכות ת"ת פרק ג' ה"ד, דארף בלייבן ביים לערנען, בד"א, ווילאנג ער האט פרנסה, ווען נישט, איז ער מחויב צון גיין ארבעטן, ולעשות מלאכתו ארעי ותורתו קבע.

3) ווער עס איז מוכשר אריינצוגיין און מלאכת שמים ווי חינוך וכדומה, איז מסתבר אז ער מעג בלייבן און כולל, אפילו ער איז נישט מצליח בלימודו כנ"ל, ווי לאנג ער נוצט אויס די צייט כמובן, כדי זיך משלים צו זיין בתורה ויראת שמים, צו זיין ראוי צו טון עבודת הקודש.

איך בין גרייט צו געבן דעקונג אויף יעדן ווארט מיינעם, אז ס'וועט זיין צייט דערצו, וועל איך אי"ה מאריך זיין, כיד ה' הטובה עלי.
אגב. און דעם אשכול איבער דעם לעווערטאווער רבי'ן וואס איך האב נארוואס געעפענט, האב איך אין פלאן צו פארברייטערן איבער די נושא, וויאזוי ער שטעלט דאס אוועק בספריו הק'.

רב מיללער, ביסטו מסכים צו מיינע באהויפטונגען?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יהיה כן האט געשריבן: הרב אלף
אתתה סותר עצמך מרישא לסיפא ומסיפא לרישא, התקוששו קשוט עצמך ואח"כ קשוט את מיללער

די רישא איז געצילט קעגן די ליידיגייערס און די סיפא אויף די לומדים
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאן איך וואוילע אינגעלייט וואס לערנען נישט אין כולל, זענעו טרוד על המחי' ועל הכלכלה פראם 9 טו פייוו ואעפ"כ האקן זיי אריין א 6-7 שעה לימוד התורה טעגליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וויפיל קענסטו? (איך רעדט שוינישט פון פראצענטיאל)
איך קען וואוילע יונגעלייט וואס זיצן אין כולל פראם ניין טו סעווען אין האקן אריין, און ארבעטן 5-4 שעה טעגליך.....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי י"כ, נעם עס נישט פערזענליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זארג נישט איך בין נישט פון די און נישט פון די.
וויזוי זאגט נאר יארמער רב? איך בין א האלבער כולל יונגערמאן און א האלבער באלעבאס, איין האלבע טאג לערן איך נישט, און איין האלבע טאג ארבעטיך נישט..........
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

הרה"ג ר' דוד הכהן ראזענבערג מנהל המחנות רב טוב,

א גרויסער תלמיד חכם, א מחבר פון פיר בענדער שו"ת ספרים,

א יונגערמאן וואס כו"ע מודי אז ער באלאנגט צו זיין אין כולל,
און ער איז טאקע געווען פון די איינצעלע וואס די רבי האט איהם געלאזט בלייבן אין כולל,

פון דעסוועגן דאך, האב איך געהערט בשמו, אז ער האט כסדר געדארפט זיין א סובסטוט אין ת"ת, ווייל אזוי האט מען פון איהם פארלאנגט.

(איך ווייס נאר נישט צו די רבי אליין, האט עס פארלאנגט פון איהם,
מ'קען איהם איבערפרעגען)
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיללער!!!!!!!!,
זייער קלאר און אויפריכטיג, און נארמאל.

למען האמת איז די כולל גרינדונג געוועהן ווען מיינס א נאנטע משפחה מיטגליד זייענדחג א נייטרא תלמוד איז געגאנגען לערנען אין כולל חפץ חיים אונטער ר' מענדל זאקס,
ווען זיין שווואגער האט חתונה געהאט יענער איז שוין געוועהן א סאטמארע תלמוד האט ער געוואלט גיין לערנען צוזאמען מיט זיין שווואגער אין "חפץ חיים"
דאס האט שוין דעם רבי'ן נישט געשמעקט און האט געהייסן מ'זאל גרינדן א אייגענע כולל,

אבער באופן כללי איז טאקע זייער שווער צו געבן א הוראה כללית פאר יעדן יונגערמאן צוגלייך ווואס ער זאל טון נאך די חתונה,

מי יתן והי' ווען עס קען זיין א ועד הכולל וואס זאל מחליט זיין וועלכע יונגערמאן דארף בלייבן ביין לערנען, און ווער נישט, און ווער ער איז שוין רייף ארויס צו גיין פון כולל, (פארשטייט זיך ס'איז פיינע חלומות)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלף בית האט געשריבן: אגב. הרב מיללער כ'האלט אז די דארפסט אביסל קלאר שטעלן דיינע ווערטער. עס זעהט אויס ווי די מאכסט ליצנות פון אלע כולל יונגעלייט, ווען אין פאקט זענען דא אסאך חשוב'ער יונגעלייט, וואס פלאגן זיך באמת אויף די תוה"ק און לעבן חיי צער אלעס צוליב תורה, און די וועלט שטייט אויף זיי, דעריבער שטעל עס קלאר נישט מזאל חלילה מיינען אז תורה לערנען איז גארנישט, ודי בזה.


מיינע ווערטער זענען גענוג קלאר, ולסיכום, יש ויש, עס איז דא אין כולל אינגעלייט וואס ברויכען גיין ארבעטן, און עס דרייען זיך אין ארבעטס-פלעצער אינגעלייט וואס באלאנגען אין כולל, שולדיג אויף ביידע פאקטן איז די צומושעניש וואס מען האט געמאכט בשיטת רבהי"ק זי"ע איבער זיין מיינונג וועגן א כולל.

איך וועל נאך צוריקומען צו די אנדערע קאמענטארען בל"נ.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מקובלני כדברי שאץ מאץ, אז דער רבי האט געגרינדעט כולל ווען אינגעלייט זענען געגאנגען לערנען ביי ר' מענדל זאקס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די דאזיגע נושא האט אין זעך גאר אסאך פרטי פרטים,
וועלכע מען קאן און מען באדארף צו צו נעמען פון איטליכע צדדי צדדים,
וואו עס איז אייך מן הסתם שוין היינט באקאנט שרייב יאך נישט קיין לענגערע ארטיקלן אדער באמערקונגען,
יעך וועל אייך דא ברענגען פון דעם מייסטער שריפט פון מו"ה יודל מענדלזאהן,
און מיין קורצע הערה דערויף וואו אויף פון ידידינו ר' שוועמל [בתוספת ביאור] וועלכע זענען היינט ערשינען אין קרעטשמע ,
יודל מענדלזאהן האט געשריבן: לכבוד געלעגער, אלע מגיבים, און אלע קרעטשמע מיטגלידער הי"ו.

אלס אידישע קינדער, אויפגעצויגן ע"פ תורה, ברויכן מיר קוקן וואס די תורה הקדושה לערנט אונז ביי די נושא, פונקט ווי אין אלע לעבנס געביטן.

מיר וועלן אנהויבן מיט א באקאנטע פסוק אין תהילים: "אשרי כל ירא ה' ההולך בדרכיו, יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך" (תהלים קכח: א,ב), און אלע ווייסן דאך וואס חז"ל זאגן דערויף: "ואמר רבי חייא בר אמי משמיה דעולא גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמיםדאילו גבי ירא שמים כתיב אשרי איש ירא את ה' ואילו גבי נהנה מיגיעו כתיב יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך. אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא. ולגבי ירא שמים וטוב לך לא כתיב ביה" (ברכות דף ח עמוד א).

איר הערט ווערטער? גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים! ווען מען פרעגט זיך נאך למשל פאר שידוך, לויט חז"ל, וואלט מען געדארפט פרעגן אט אזוי: דער טאטע פונעם מדובר\ת (אדער גאר דער בחור אליין?!...) איז א נהנה מיגיע כפו? אנשטאט צו פרעגן: ס'איז א שיינע משפחה? שיינע אידן? אזעלכע וואס ליידן אויף די פּעפּערטעהאוזען סינדראום? אזוי? דער טאטע איז גאר א מגיד שיעור? פשי'הא!

ניין! חז"ל זאגן אונז, אז וואויל איז דעם טראק-באס דרייווער, פלאמבער, בוק-קיפער, ביזנעס מאן וכדו'. נישט דער וואס איז מצפה לשולחנם של אחרים.

מסכת פאה האט איר געלערנט? די גאנצע מסכת בא'ארבעט די מצוה פון איבערלאזן פאה פאר ארימעלייט. אבער ענדע מסכת לאזן חז"ל איבער א שארפע ווארנונג פאר אלע וואס נעמען "ווייל מען גיבט, און ווייל אלע נעמען": מי שיש לו חמשים זוז והוא נושא ונותן בהם, הרי זה לא יטול. וכל מי שאינו צריך לטול ונוטל, אינו נפטר מן העולם עד שיצטרך לבריות.
און דער וואס דארף יא, אבער עקשנ'ט זיך צו גיין גראד, און זיך צו האלטן אויף די אייגענע פיס, אויף אים זאגט דער משנה: וכל מי שצריך לטול ואינו נוטל, אינו מת מן הזקנה עד שיפרנס אחרים משלו, ועליו הכתוב אומר (ירמיה יז) ברוך הגבר אשר יבטח בה' והיה ה' מבטחו.
וכל מי שאינו לא חגר, ולא סומא, ולא פסח, ועושה עצמו כאחד מהם, אינו מת מן הזקנה עד שיהיה כאחד מהם, שנאמר (משלי יא) ודרש רעה תבואנו, ונאמר (דברים טז) צדק צדק תרדף.

פארשטייט איר שוין? יא! עס לוינט זיך צו זיין פון די וואס נעמען נישט. קיין פראגע נישט!

ר' עובדי' מברטנורא איז מסביר ווען מעג מען יא נעמען? אבל אם אין מעשה ידיו מספיקין לו ומסגף עצמו בחיי צער קרובין למיתהעל זה אמרו (ירושלמי פאה) כל הצריך ליטול ואינו נוטל הרי זה שופך דמים ואסור לרחם עליו. נאר ווען מען לעבט אזוי נעבעכ'דיג, ממש חיי צער קרובין למיתה, נאר דער מעג נעמען. פארשטייט זיך אז ביי געוויסע לייט, נישט קענען ערלויבן צו ליעסן די לעצטע מאדעל יוקאן, איז אויך בגדר חיי צער קרובין למיתה...

אויך דער רמב"ם פסקנט אזוי להלכה סוף הלכות מתנות עניים פרק י':

טז [יח] לעולם ידחוק אדם עצמו, ויתגלגל בצער, ואל יצטרך לברייות, ואל ישליך אדם עצמו על הציבור; וכן ציוו חכמים ואמרו, עשה שבתך כחול, ואל תצטרך לברייות. ואפילו היה חכם ומכובד, והעני--יעסוק באומנות, ואפילו באומנות מנוולת; ולא יצטרך לברייות: מוטב לפשט עורות הנבילות בשוק, ולא יאמר לעם, חכם אני וגדול אני וכוהן אני, פרנסוני; ובכך ציוו חכמים.

יז גדולי החכמים--היו מהם חוטבי עצים, ונושאי הקורות, ושואבי המים לגינות, ועושין הברזל והפחמים; ולא שאלו מן הציבור, ולא קיבלו מהם כשנתנו להם.

יח [יט] כל מי שאינו צריך ליטול, ומרמה את העם ונוטל--אינו מת מן הזקנה עד שיצטרך לברייות, והרי הוא בכלל "ארור הגבר אשר יבטח באדם" (ירמיהו יז,ה). וכל מי שצריך ליטול, ואינו יכול לחיות אלא אם כן נוטל, כגון זקן או חולה או בעל ייסורין, ומגיס דעתו ואינו נוטל--הרי זה שופך דמים, ומתחייב בנפשו; ואין לו בצערו, אלא עוונות וחטאות.

יט וכל מי שצרך ליטול, וציער עצמו ודחק את השעה, וחיה חיי צער, כדי שלא יטריח על הציבור--אינו מת מן הזקנה עד שיפרנס אחרים משלו, ועליו ועל כיוצא בו נאמר "ברוך הגבר, אשר יבטח בה'" (ירמיהו יז,ז).

וואס? איר ווארט אויף א פירוש? עס איז נאך דא וואס צוצולייגן? די פראגראמען זענען דען נישט בגדר "יטריח על הציבור"? ולא יאמר לעם, חכם אני וגדול אני וכוהן אני, פרנסוני. א קלייניגקייט? איך בין דאך עפעס א שיינער איד, א בנש"ק'ל, אן אייניקל פון רבי'ן ר' ..., גיב געלט!

און לאמיר זעהן וואס רש"י הק' זאגט אויף די ווערטער פונעם תנא ר' יוסי בן יוחנן: "יהי ביתך פתוח לרווחה ויהיו עניים בני ביתך" (מסכת אבות, פרק א, משנה ה). "כלומר אל תרבה עבדים ושפחות לשרתך אלא הבא עניים במקומם וישרתוך ותקבל עליהם שכר". רש"י פארשטייט מיט א פשטות, אז דער ארימאן דארף גרייט זיין צו ארבעטן אלס פראסטער באדינער ביים רייכן, נאר כדי צו פארדינען אפאר דאלער...

דער רמב"ם שרייבט גאר שארף קעגן די וואס לעבן א כולל סטייל לעבן, אויפ'ן חשבון פונעם רייכן פעטער: "כל המשים על לבו שיעסוק בתורה ולא יעשה מלאכה ויתפרנס מן הצדקה הרי זה חלל את השם ובזה את התורה וכבה מאור הדת וגרם רעה לעצמו ונטל חייו מן העולם הבא. לפי שאסור ליהנות מדברי תורה בעולם הזה. אמרו חכמים כל הנהנה מדברי תורה נטל חייו מן העולם. ועוד צוו ואמרו אל תעשם עטרה להתגדל בהן ולא קרדום לחפור בהן. ועוד צוו ואמרו אהב את המלאכה ושנא את הרבנות וכל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילה וגוררת עוון. וסוף אדם זה שיהא מלסטם את הבריות" (משנה תורה, הלכות תלמוד תורה, פרק ג, הלכה י).
און ווי מיר ווייסן, איז דער הייליגער רמב"ם טאקע געווען א נאה דורש און א נאה מקיים.

דער בית יוסף איז אביסל מיקל, אין פאל פון רבנים און מרביצי תורה וועלכע האבן א פאסטן אין וועלכע זיי געבן זיך אפ מיט'ן ציבור, נישט נאר א טיטל, און אויך נאר ווען די תלמידי חכמים האבן נישט קיין אנדערע מקור פרנסה: "ואלמלא כן חס ושלום היינו כאובדים בעניינו ואין לך צורך צבור גדול ממה שצריכין להעמיד ביניהם מורה צדק...הכלל העולה שכל שאין לו ממה להתפרנס מותר ליטול שכרו ללמד בין מהתלמידים עצמן בין מן הצבור. וכן מותר לו ליטול שכר מהצבור לדון או מהבעלי דינין" (פירוש ה"כסף משנה", שם).

אפילו דער ארימאן וואס נעמט בלית ברירה, איז אויך מחויב זיך אנצושטרענגען "מיט אלע כוחות" לויט דעם כלי יקר אויפ'ן פסוק "כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו וחדלת מעזוב לו עזוב תעזוב עמו" (שמות כג: ה):
"לומר לך דווקא שרוצה להיות עמך במלאכתו ורוצה להקים עמך אז אתה מחויב לסייע לו אבל אם יושב לו ואומר הואיל ועליך מוטל הדבר חייב אתה להקים לבד על כן אמר וחדלת מעזוב לו כי מלת לו אין במשמעותו עמו כי מותר לך לחדול מעזוב לו כשאין רוצה להיות עמך במלאכתו. ומכאן תשובה על מקצת עניים בני עמינו המטילים את עצמם על הציבור ואינן רוצים לעשות בשום מלאכה אף אם בידם לעשות באיזו מלאכה או איזה דבר אחר אשר בו יכולין להביא שבר רעבון ביתם וקוראים תיגר אם אין נותנים להם די מחסורם כי דבר זה לא צוה ה'כי אם עזוב תעזוב עמו הקם תקים עמו. כי העני יעשה כל אשר ימצא בכוחו לעשותואם בכל זאת לא תשיג ידו אז חייב כל איש מישראל לסעדו ולחזקו וליתן לו די מחסורו אשר יחסר לו ועזוב תעזוב אפילו עד מאה פעמים" (כלי יקר, שמות, שם).

פארשטייט זיך אז דאס דארף נישט דינען א תירוץ נישט צו געבן פאר'ן ארימאן, ווייל "זאל ער גיין ארבעטן", אזוי ווי חז"ל זאגן (ירושלמי מסכת פאה פרק ח') ...אמרו הואיל ולא זכינין ביה בחייו ניטפל ביה במיתותיה כי מיטפלון ביה אשכחון כיס דינרי' תלוי ביה אמרו הדא דא"ר אבהו א"ר אלעזר צריכין אנו להחזיק טובה לרמאי שבהן שאילולי הרמאין שבהן היה אחד תובע צדקה מן האדם ולא נותן לו מיד נענש.

היוצא לנו מזה: מיר דארפן טאקע געבן צדקה אן קיין אונטערשייד. אבער נעמען? דאס שוין נישט!
שוועמל האט געשריבן: ישר כוח ר' יודל פארן שיינעם קובץ...
מיר האבן די אלע מימרות שוין געלערענט (ווער געדענקט נישט די תמחוי?), חזרה שאדט נישט.
לא יפחות מן התמחוי, קינון ותמחוי אין מס' שבת, עני שאין לא מה לאכול חייב בקידוש
ביקסאד האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן: דער רמב"ם שרייבט גאר שארף קעגן די וואס לעבן א כולל סטייל לעבן, אויפ'ן חשבון פונעם רייכן פעטער: "כל המשים על לבו שיעסוק בתורה ולא יעשה מלאכה ויתפרנס מן הצדקה הרי זה חלל את השם ובזה את התורה וכבה מאור הדת וגרם רעה לעצמו ונטל חייו מן העולם הבא. לפי שאסור ליהנות מדברי תורה בעולם הזה. אמרו חכמים כל הנהנה מדברי תורה נטל חייו מן העולם. ועוד צוו ואמרו אל תעשם עטרה להתגדל בהן ולא קרדום לחפור בהן. ועוד צוו ואמרו אהב את המלאכה ושנא את הרבנות וכל תורה שאין עמה מלאכה סופה בטילה וגוררת עוון. וסוף אדם זה שיהא מלסטם את הבריות" (משנה תורה, הלכות תלמוד תורה, פרק ג, הלכה י).
און ווי מיר ווייסן, איז דער הייליגער רמב"ם טאקע געווען א נאה דורש און א נאה מקיים.
איז דען דער יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עון נאר א שיינע פאר שלאג ?

איז אהוב את המלאכה ושנא את הרבנות דען א סתירה מיט כל מי שהגיע להוראה ואינו מורה ?

נאר וואו אסאך פון די רבנים אין די קרייזן פון ארצות המזרח, וואס האבן מקיים כירא שמים היוצא ידי שניהם.

ווייל וועמען דען האט מען אן געווארענט הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם ?



לדעתי איז אבער די שמועס נישט נאך א קוק ווינקל און המשך צו דעם געהענגעל,
נאר די גאנצע דערהער וואס ר' יודל מענדלזאהן האט דא ארויף געברענגט איז א גאנצע פרישע נושא און נייע ענין,
דעריבער געהער עס נישט דא, נאר ענדערש באדארף מען עפענען א נייע געהענגעל דער פאר אין ידיעות התורה.
פלוני האט געשריבן: ‫אונטערשטע שורה: קיינמאל אין די היסטאריע פונעם אידישן פאלק איז נישט געווען אזא מושג, פון טויזענטער אידן וואס זיצן און לערנען אויפ'ן חשבון פון אנדערע. אויב יא, איז עס געווען געציילטע פון יעדע עדה, אבער נישט קיין גאנצע עדות פון אזוי פיל מענטשען. קיין איין סאסייעטי איז נישט אויסהאלט-באר אויף אזא אופן. און מיר ווייסן דאך וואס דער רבי זי"ע מיינונג איז געווען אויף דעם. און א חכם איז ער געווען, נישט ווי די וואס האבן איינגעפירט די באנק קוועטשעריי.....
ביקסאד האט געשריבן: א סאסייעטי . . . איין שבט לוי אין מצרים
וואו אויך וועל יאך דא צו צייכענען צו איטליכע ארטיקלן וואס זענען א דירעקטע פועל יוצא פון דעם היינטיגן סיסטעם,
וועלכע זענען לעצטענס געווארן פאר עפנטליכט, יאך בעהט מען זאל אויך לעזען די צענדליגע תגובות והערות.
עד מתי נעבוד ובני זוגנו יישבו וילמדו בכולל ?

חתן מה אתה מסתיר מהכלה ? אפשר לוותר על המסת או על השטר?

נשים דעתן קלה ? ‫ה"בינה יתירה" בפג תוקף ?
אויף דעם איז מן הסתם געזאגט געווארן דער תירוץ מאכט נאך שווערער די קשיא.
‫את באמת אשת אברך או פרובוקטורית ?
מיר וועלן שוין נישט בארירן דעם נושא אז דער זכר דארף זיין דער משפיע, ועוד,
אדער דער חילוק פון היינט און וואו אזוי עס האט אויס געזעהן דער מצב אפילו אין ארץ ישראל, און דער פועל יוצא דער פון, וואס איז בארירט געווארן אין דעם געהענגעל פון "געלעגער" וואס יאך האב דאס ערשטע צו געצייכענט, ווייל עס איז איין גרויסע ראד וואס בארירט דעם דרך החיים [?] ביי דעם גאנצן היימישן ציבור, אולי עוד נחזור להרחיב את הדיבור ונפרט ביותר.



די גאנצע באשרייבונג האט נישט מיט דעם געהענגעל פון "ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל" דייקא,
אם תמצאו לנכון, אתם יכולים להפרידו.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

מיללער!
A1
זייענדיג אינעם עבר א כולל יונגערמאן עטליכע יאר כיהודא ועוד לקרא ביסטו גערעכט ביז גאר
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

עס איז כדאי אריין צו קוקען וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט אויף די משנה אין אבות אויף אל תעשה עטרה להתגדל בה, ולא קרדום לחפור בה. זייער זייער שארף.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נאטורלעך, יודל מענדלזאהן:
איך קריג נישט מיט אייך אינעם למעשה, אבער זייט וויסן אז:
דער רמב"ם אין הלכות שמיטה ויובל פרק יג, הלכה יא' שרייבט דעם באקאנטן " ולא שבט לוי בלבד, אלא כל איש ואיש מכל באי העולם אשר נדבה רוחו אותו והבינו מדעו להיבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעובדו לדעה את ה', והלך ישר כמו שעשהו האלוהים, ופרק מעל צווארו עול החשבונות הרבים אשר ביקשו בני האדם--הרי זה נתקדש קודש קודשים, ויהיה ה' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים; ויזכה לו בעולם הזה דבר המספיק לו, כמו שזיכה לכוהנים וללויים. הרי דויד אומר "ה', מנת חלקי וכוסי--אתה, תומיך גורלי" (תהילים טז,ה)", ותוכן דבריו שם, אז יעדער איד וואס וויל זיך אוועקגעבן פאר די תורה מעג דאס אוודאי טון, און אויף פרנסה זאל ער נישט זארגן, ועוד דברים נפלאים עיי"ש.
ועיין יו"ד סי' רמ"ו סעיף כא, וואו פונעם רמ"T איז משמע אז מען מעג יא נעמען געלט פונעם ציבור, דער שך אויף'ן פלאץ ברענגט פון מהרש"ל, אז אזוי ווי מ'זעהט אז חכמי ישראל האבן זיך יא געפירט צו נעמען א תמיכה, קען מען דאס נישט אסר'ן. און כ'מיין סאיז דא א פרישה דארט וואס שרייבט, אז ווען נישט תלמידי חכמים וואלטן זיך מתפרנס געווען מן הציבור וואלט שוין געווען שחכת התורה.
הכלל, מראה מקומות איז דא אויף אלע צדדים, און מכריע זיין דארף מען מיט א מהלך, און פסק'נען דארף א מורה הוראה.

הקיצור, איך זאג נישט אז דער כולל סיסטעם איז גוט כמו שהוא, נאר אזוי ווי כמה מחברינו שיחיו האבן שוין געשריבן אז ס'ווענדט זיך אין די מציאות הדברים, ולא ראי זה כראי זה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נאטורליך האט געשריבן: עס איז כדאי אריין צו קוקען וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט אויף די משנה אין אבות אויף אל תעשה עטרה להתגדל בה, ולא קרדום לחפור בה. זייער זייער שארף.


קוקט זייט מוחל דעם יעב"ץ אויפן ארט (אין די פרקי אבות אין די ווילנא גמ'), וכבר הלכו בה נמושות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הרב מיללער.
בעפאר איך ליין דיין תגובה, האב איך אלץ געהאט צוויי קושיות וואס איז מיר נאך אלץ נישט קלאר עד היום.
אמאליגע דורות איז אויך געווען אזא זאך ווי 'ישיבה' דארט וואו בחורים און אברכים האבן געלערענט. טא וואס איז דער עצם המצאה פונעם "כולל"?
איך בין נישט קיין רב און איך ליין נישט קיינע כתובות, אבער אין מיין כתובה שטייט קלאר ואנא אפלח ואיזין יתיכי אויף וואס איך האב מקבל קנין געווען בשני עדים. טא וויאזוי ברעכט מען דעם צוזאג?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הרב מילער שליט"א, כ'קען אייך נישט גענוג זאגן ווי גוט איר זאגט, דער גאנצער כולל אישו דארף א תיקון וויכטיגער ווי דער העלט קעיר סיסטעם אין אמעריקע.

דאס אז מ'דארף האבן א כולל איז טויזענט פראצענט זיכער, עט-ליסט ביי מיר. אינגעלייט האבן חתונה און מ'קען גרינג אריינפאלן אינעם שמעלץ-טאפ וואס קען ברענגן צום ערגסטן. אני לכשעצמי האב נישט אריינגעטרעטן אין עולל קיין איין טאג נישט און די חרטה געפילן איז עד אין לשער. כ'האב מער תירוצים ווי איר מיינט, און אפשר גוטע אויכ'ט, אבער דער פאקט אז נאך די חתונה האמיר נישט געגעבן צייט אפאר חדשים צו קומען צו זיך און געלאפען ארבייטן איז זייער ווייטאגליך.

אפאר יאר נאך מיין חתונה האב איך גערעדט צו א אינגערמאן וואס כ'קען מעיד זיין אויף אים אז ער האט נישט געלערנט אין כולל... דערציילט ער אז פאר זיין חתונה ווען ער איז אריין זיך געזעגענען ביים רבין ז"ל דער ברך משה, ס'איז געווען אינמיטן די נ' יארן, האט דער רבי אים געזאגט: דארפסט נישט לערנען א גאנץ יאר, אבער פאר א דריי חדשים זיי אין כולל. דאן האב איך זיך געכאפט ביים קאפ אז ס'וואלט נישט געשאדט.

עניוועי, היינט זאג איך פאר יעדן אינגערמאן, טריי עס אויס, אוב ס'איז נישט פאר דיר, געב עס אפאר חדשים און זיך דיר א נארמאלער דזשאב, נישט ארבייטן עבודת הפרך און נישט האבן קיין רויאיגע מינוט, וועסט אי"ה ארבייטן פאר די קומענדיגע 45 יאר ביזן ריטייערמענט (ווי ס'קוקט איצטערט אויס וועט נישט זיין מיט וואס צו ריטייערן, סאשעל סעקיוריטי ווערט נישט בעסער, במילא קען מען לענגער ארבייטן) און יעצט איז די צייט פאר לעבן רויאג. קיינער ווייס נישט וואס ס'ערווארט אים אין לעבן, און ס'איז אלץ געשמאק צוריקצוקוקן אויף גוטע רואיגע כולל צייטן.

און שוועמעל האט געשריבן
אמאליגע דורות איז אויך געווען אזא זאך ווי 'ישיבה' דארט וואו בחורים און אברכים האבן געלערענט. טא וואס איז דער עצם המצאה פונעם "כולל"?


כ'אטאטשיר א שטיקעל פון שו"ת דברי חיים יו"ד ח"ב סימן מ"ז ווי ער שרייבט ווי ס'האט אמאל אויסגעקוקט. אמאך איז נישט געווען קיין ישיבת, מ'איז געזיצען אין קלייזעל און געהארעוועט. ס'איז א אנדערע וועלט און מ'דארף ארבייטן אביסל מער ווי אמאל אז מ'זאל נישט פארפאלן ווערן.

נאר וואזשע דען? כולל דארף א תיקון! ס'דארף זיין רעגולעיטעט. אזוי ווי איר פארשטייט אז די בענק סיסטעם טויג נישט, ס'דארף אבער נישט ווערן אויפגעלעזט, ס'מוז אנגיין. אזוי להבדיל איז מיט די כוללים, ס'דארף האבן א תיקון אער ס'איז נאך אלץ בעסער ווי גארנישט.

כל זה כתבתי לענ"ד. יעדער מעג מחולק זיין.
אטעטשמענטס
Pages from Divrei Chiam - 1-2.pdf
(88.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 221 מאל
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

לעניית דעתי איז איינע פון די סיבות וואס האט געמאכט דעם רבי'ן זיין סקעפטיש איבער כוללים, דער פאקט אז דער רבי האט קיינמאל נישט געגליכן ווען בחורים אדער אינגעלייט ווערן א 'יש' מכח דעם וואס ער לערנט/קען לערנען.
כידוע פאר סאטמארער תלמידים איז אין סאטמאר קיינמאל נישט פארגעקומען קיין 'חלוקת פרסים', קיין מעמד 'כבוד התורה', וכו', זעלטן [אדער קיינמאל ]זענען געדרוקט געווארן קובצים מיט חידושים, וכו'.
איך וועל נישט זיין ראדיקאל און זאגן אז דער רבי זיך מתנגד געווען, אדער ארויסגעגעבן א הוראה דערקעגן, אבער עס האט אים קלאר נישט געשמעקט.

פארוואס טאקע? די פשוטע סברא איז ווייל יודע צדיק נפש בהמתו, ער האט גוט געקענט זיין עולם, און פארשטאנען אז טאמער זאל איינער זיך פילן מער און ברייטער פונעם אלגעמיינעם ציבור, וועט דאס אים טרייבן צו צווייפלען אינעם רבי'נס מהלך און שיטה, וכמעשה שהי' שפעטער אין די יארן.

לענינינו, דער רבי האט נישט געוואלט אוועקשטעלן א פלאץ וואס קען זיין א פאטענשאל פראבלעם פאר אים, און אפי' ווען יא כולל, זאל עס זיין מינימאל, ד"ה, נישט צו לאנג זיצן דארט.

נישט אז דער רבי האט נישט געוואלט דער עולם זאל לערנען, בהחלט נישט, לערן טאקע יא, אזוי וואו ער האט געזאגט פאר א אינגערמאן וואס איז געקומען פרעגן צו ער זאל גיין ארבעטן אדער בלייבן אין כולל, האט אים דער רבי געפרעגט וויפיל שעה א טאג ער לערנט, זאגט דער אינגערמאן, 6 שעה, זאגט אים דער רבי, שוין גיי ארבעט, אלס ארבייטער קענסטו אויכעט לערנען זעקס שעה.

איך אנערקען אז די נושא איז דעליקאט, כ'האב פרובירט צו זיין אויפריכטיג, אין ווארט צו הערן אייער מיינונג.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר' יוסלמאן:
("ויהי ה' את יוסף ויהי יוסף אישמצליח", (בראשית לט, ב,) איז אייער ניק געבויעט אויף דיזער מליצה?)
יוסלמאן האט געשריבען: אפאר יאר נאך מיין חתונה האב איך גערעדט צו א אינגערמאן וואס כ'קען מעיד זיין אויף אים אז ער האט נישט געלערנט אין כולל... דערציילט ער אז פאר זיין חתונה ווען ער איז אריין זיך געזעגענען ביים רבין ז"ל דער ברך משה, ס'איז געווען אינמיטן די נ' יארן, האט דער רבי אים געזאגט: דארפסט נישט לערנען א גאנץ יאר, אבער פאר א דריי חדשים זיי אין כולל. דאן האב איך זיך געכאפט ביים קאפ אז ס'וואלט נישט געשאדט.

ואס איר זאגט איז, אז כולל איז ווי סענטראל בוקינג, ביז מען טרעפט א לאנג טערמיניגע מקום, לייען - ארבעט, האלט מען זיך אויף דארטן.
פארשטיי איך ריכטיג?
לויט דעם קומט אויס אז ס'האט נישט מיט יששכר צו מיט זבולין, ממית עצמם באהלו של תורה, ות"ת כנגד כולם, וכהנה רבות.

און אנדערע ווערטער, איר זענט מצדד ווי שיטת דע חברים היקרים, וואס האלטן אז כולל, אויף צום לערנען, איז גענצליך אומוויכטיג.

פראטאקאלירט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שטארק זיך האט געשריבן: לויט דעם קומט אויס אז ס'האט נישט מיט יששכר צו מיט זבולין, ממית עצמם באהלו של תורה, ות"ת כנגד כולם, וכהנה רבות.
פראטאקאלירט.


דאס דארף נאך א עקסטרע אפהאנדלונג, צי די היינטיגע כולל סיסטעם האט מיט 'יששכר און זבולון' אין דער צייט ווען כולל געלט קלעקט ניטאמאל אויף צען פראצענט וויפיל ס'פעלט אויס צום לעבן.
(מען טאר דאס נישט זאגן הויך, ווייל דאן קענען זיך אלע כוללים ח"ו שוין שפארן.......)

שטארק זיך האט געשריבן: לויט דעם קומט אויס אז ס'האט נישט מיט יששכר צו מיט זבולין, ממית עצמם באהלו של תורה, ות"ת כנגד כולם, וכהנה רבות.
פראטאקאלירט.


די ווארט 'פראטאקילירט' קומט נישט דא אהער, דא איז נישט קיין [קהל'ס...] מיטינג, דא טראכט מען נאר הויך......
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום זונטאג אוגוסט 16, 2009 12:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”