ונוהגין לומר דוד מלך ישראל חי וקיים, שמלכותו נמשל ללבנה ועתיד להתחדש כמותה וכנסת ישראל תחזור להתדבק בבעלה שהוא הקב"ה דוגמת הלבנה המתחדשת עם החמה שנאמר שמש ומגן ה' ולכן עושין שמחות וריקודין בקידוש החודש דוגמת שמחת נישואין (בחיי פרשת וישב ודברי עצמו)(רמ"א סימן תכו)
(*) ונוהגין וכו' דוד מלך וכו': עיין בפר"ח שכתב שיש לזה סמך מפ"ב דר"ה דא"ל ר' לר"ח זיל לעין טב וקדשיה לירחא ושלח לי סימנא דוד מלך ישראל וכו' וע"ש בפירש"י (ביאור הלכה)
ונוהגין לומר: "דוד מלך ישראל חי וקיים", והכוונה על זרע דוד. שמלכות בית דוד נמשל ללבנה, כדכתיב בתהלים: "זרעו לעולם יהיה... כירח יכון עולם". כלומר: אף על פי שחשיכה – תאיר אחר כך.(ערוך השולחן)
די מולד וועט זיין דינסטאג פארטאגס 21 מינוט און 6 חלקים נאךפינף...
יהי רצון מלפניך....
איין מינוט, נאך פינף אדער נאך זעקס? אויף די התאחדות לוח שטייט אז די מולד איז 6:21 און אויפן קאמפיוטער לוח שטייט אז די מולד איז 5:21. וואס איז פשט אין די שעה חילוק?
קוקענדיג אביסל מער אויף די פריערדיגע מולדות במשך די יאר, באמערקט זיך אז די התאחדות לוח רוקט דעם לוח לויט די גערוקטע זייגער. דאס מיינט אז ווען אין אמעריקא רוקט מען צו דעילייט סעיווינגס טיים, רוקט זיך די זמן המולד מיט א שעה לויט די נייע זייגער. די קאמפיוטער לוח בלייבט מיטן ריכטיגן זייגער אלע צוועלעף חדשים פון יאר.
כידוע, (אדער אפשר נישט אזוי ידוע...... אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען עס מסביר זיין באריכות בטוב טעם ודעת אי"ה) מיינט די זמן המולד וואס מען רופט עס ווי פאלגענד. די מולד געשעהט ערגעץ וואו אויפן כדור הארץ, און די זמן וואס מען רופט אויס איז וויפיל אזייגער עס איז אין ארץ ישראל בשעת די מולד געשעהט.
דאס מיינט אז ווען אין ארץ ישראל איז דינסטאג 5:21 פארטאגס געשעהט די מולד דארט ווי עס געשעהט.
לפי"ז איז מיר נתעורר געווארן צוויי שאלות. א. פארוואס רוקט זיך דאס לויט ווען אין אמעריקע רוקט מען דעם זייגער, אויב וויל מען זאגן דעם זייגער וואס מען באנוצט זיך דערמיט, וואלט מען געדארפט רוקן די זמן המולד לויט ווען עס רוקט זיך אין ארץ ישראל. ב. היי יאר, לויט די וואס ווארטן אויף ז' שלמים, גייט מען קענען מאכן קידוש לבנה מוצאי שבועות? אויב איז די מולד דינסטאג פארטאגס 5:21 קומט אויס אז אין אמעריקע 10:21 מאנטאג נאכט האלט מען שוין נאך ז' שלמים פון די מולד. די זמן מוצאי יום טוב איז 9:24, ביי די אדמורי"ם ווי נעילת החג פארציהט זיך אביסל נאכן זמן, ביז נאך מעריב וועט מען שוין קענען מאכן קידוש לבנה מוצאי יום טוב בבגדי שבת כראוי וכיאות. אויב איז אבער די מולד 6:21 דארף מען ווארטן אויף 11:21 צו מאכן קידוש לבנה אויב וויל מען האבן ז' שלמים.
נו, גייט מען מאכן קידוש לבנה דעם מוצאי יום טוב שבועות?
מודה אני האט געשריבן:
איינער קאן מיר זאגן די שייכות וואס דוד מלך ישראל האט מיט קידוש לבנה?
עיין דרכי משה הקצר או"ח תכ"ו-
כתב הבחיי פרשת וישב (לח ל) שנוהגין לומר אחר קידוש לבנה דוד מלך ישראל חי וקיים משום שמלכות בית דוד נמשלה לירח ועוד יש לו טעם ע"פ הקבלה כמו שהאריך שם ודע כי כל עניינים אלו שצריכין להיות בשמחה בקידוש החדש וענין הריקודים יש לו סוד גדול בדרך הקבלה וכבר הארכתי בו תודה לאל בפירוש (הגדול) [האגדות] שלי במסכת סנהדרין וכתבתי שכולם הם ענייני שמחת נישואין שהאשה חוזרת ומתחדשת לבעלה כמ"ש לעיל סימן תי"ז (אות א) בשם א"ז (הל' ראש חדש סי' תנד) והוא סוד קידוש החדש והמשכיל יבין:
דעם מוצאי יו"ט, געפינענדיג זיך אין אמעריקא, האב איך זוכה געווען צו מאכן קידוש לבנה אום מוצאי יום טוב, א זאך וואס אין לאנדאן וואלט איך נישט זוכה געווען דערצו. נעמליך דערפאר וואס בשעת עס איז געווען ז' שלמים פונעם מולד, איז אין אמעריקא נאך געווען אנפאנג נאכט (ארום 11:00), מה שאין כן אין לאנדאן איז שוין געווען צופרי.
פאר די וועלכע האבן נישט ארויס דעם ענין, וועל איך עס פראבירן ארויסברענגן בקוצר אמרים. כאטש לפי זכרוני איז עס שוין ערווענט געווארן דא ערגעץ, אבער זייענדיג נוגע למעשה ברענג איך עס נאכאמאל ארויף.
די מולד איז א מציאות וואס געשעהט איינמאל א חודש, ווען די לבנה הייבט אן צו באקומען א שיין פונעם זון, נאכדעם וואס סוף חודש האט זיך דאס צוביסלעך אויפגעהערט. דאס געשעהט נישט אין א געוויסע מדינה, נאר ערגעץ וואו ארום דעם כדור הארץ, ווי אימער די לבנה געפינט זיך דעמאלטס, אמאל אינטן פונעם וועלט, אמאל אויבן פונעם וועלט, א.א.וו.
די "זמן המולד" וואס איז געדריקט אין די לוחות, זענען לויט ווי די אמורא הלל האט מייסד געווען מיט א צוויי טויזענט יאר צוריק, מיט אלע כללים און חשבונות ווי עס ווערט געברענגט אין טור הלכות ראש חודש. דאס איז מיוסד געווארן לויטן זייגער וואס מ'האט זיך דעמאלטס באנוצט אין ארץ ישראל, און ביזן היינטיגן טאג ווערט געדריקט אין די לוחות די זמן המולד מיט איין המשכה פון די דעמאלטס'דיגע חשבון, אזוי אז אפילו ווען מ'האט מיט ארום הונדערט יאר צוריק פאריקט די זייגער אין ארץ ישראל מיט ארום 21 מינוט, זענען די לוחות פארבליבן די זעלבע ווי ביז דאן, און די חשבון פארט ווייטער מיטן אלטן זייגער.
און טאקע אין אלע לוחות אין די גאנצע וועלט, איז געדריקט דער זעלבער זמן המולד, און דאס איז וואס מ'רופט אויס ביי ראש-חודש בענטשען איבעראל. כאטש די זייגער איז פאריקט אין יעדער מדינה אויף איר אייגענעם זייגער, אבער אויפן זמן המולד וואס לויפט אויפן ארץ ישראל'דיגן זייגער, רופט מען אויס איבעראל די זעלבע זמן.
דערפאר קומט אויס אז אויב די מולד איז געווען 5:21 צופרי אויפן ארגינעלן זייגער, איז דאס לויטן היינטיגן זייגער וואס לויפט שטאטעליך מיט 21 מינוט, 5:00 צופרי, און היות די זומער זייגער איז פאריקט מיט נאך א שעה, קומט דאס אויס 6:00, וואס אין אמעריקא איז דעמאלטס 11:00 ביינאכט.
האב איך הנאה געהאט, אז ארום 12:00 ביינאכט, שטייענדיג אויפן גאס האב איך באגעגענט נאך אפאר יודעי דבר, און צוזאמען האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, כאטש אן מנין, אבער פארט מיטן פרייליכן געמיט פון מוצאי די געהויבענע דריי-טאגיגע יום טוב, און מיט בגדי שבת כמובא בפוסקים.
וואס איז מיר אבער שווער, איז אויף די וואס האבן מיר פארשריגן אז אויב אויפן לוח שטייט 5:21, זיי מיר נישט קלוגער, און ווארט צו ביזן זמן, וועסטו נישט מאכן מוצאי יום טוב וועסטו כאטש מאכן נאך ז' שלמים...
דאס אליין גייט נאך מיט, נו, נישט יעדער מוז האבן די גרעסטע ידיעה אין די סארט ענינים. אבער וואס איך פארשטיי נישט, אז זיי זאגן נאך פון דעם גדול און יענעם גאון, אז זיי האבן געווארט ביז עס ווערט די מולד אין אמעריקא....
קען מיר איינער אפשר געבן צו פארשטיין וואס דאס מיינט "די מולד אין אמעריקא"??? אמעריקא האט א אייגענעם מולד???
כ'מיין נישט צו אפפרעגן קיינעם, זיי אלע האבן בעסער געקענט לערנען פון מיר, און געווען מער בקי פון מיר הן בשבילי דארעא והן בשבילי דרקיע, איך וויל נאר פראבירן צו פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אפגעלערנט די מולד.
איך וואלט עס פארשטאנען אויף איינער פון די דריי וועגן:
א) זיי פארשטייען אז יעדער מדינה האט זיך א אייגענע מולד, און די לבנה ווערט טאקע געבוירן 24 מאל במשך דעם ערשטן טאג אין חודש, אזוי אז יעדער מדינה אינעם קיילעכדיגן וועלט האט זיך זיין מולד (נישט מסתבר אז נאר אמעריקא זאל באקומען). און טאקע אלע זענען פונקטליך אויפן זמן, למשל דעם חודש סיון איז די מולד איבעראל אין יעדער מדינה ווען דארט קלאפט די זייגער אום 5:21. (אינטרעסאנט איז אבער אז פיל מאל איז די מולד אינמיטן טאג ווען ס'ניטאמאל דא א לבנה, טא וואס געשעהט געמאלטס...?)
ב) זיי פארשטייען אז די מולד וואס איז געדריקט אין די לוחות, איז טאקע אויף די אמעריקאנער זייגער, און דאס האט גארנישט צוטון מיט ארץ ישראל. לויט דעם וואלט מען אפשר געדארפט מודיע זיין פאר די בני ארץ ישראל, אז ביי זיי קומט עס אויס מיט 7 שעה שפעטער, און זיי דארפן טוישן אין זייער לוח די זמן המולד לויט זייערע זמנים (זייערע לוחות זענען דאך לכאורה נאר נאכגעמאכט די אמעריקאנער לוחות... ניין?)
ג) אז די מולד איז עפעס א העכערע זאך, און אין חודש סיון תשע"ח דארף זיין די מולד 5 שעה מיט 21 מינוט נאך חצות הלילה, צו משלים זיין עפעס א געוויסע ספירה וכדומה, און דערפאר דארף דאס ווערן מושלם מדינה ומדינה ככתבה וכזמנה, אין ארץ ישראל לויט איר זמן, אין לאנדאן לויט זיין זמן, און אין אמעריקא לויט די אמעריקאנער זייגער, א.א.וו.
אבער אזוי ווי קיין איינער פון די דריי וועגן זענען עפעס נישט מתקבל על הלב, ווי פארשטענדליך לכל בר דעת, טא וואלט איך זייער געוואלט פארשטיין די סברא פון די וואס האלטן אז מ'האט געדארפט ווארטן פאר ז' שלמים ביז אין אמעריקא איז געווארן 5:21.
(איך וויל נישט אריינגיין אינעם נושא, צו פארשטיין פשט אין דעם דאס וואס אין מאנכע לוחות אין אמעריקא איז געדריקט די מולד אין די זומער חדשים מיט א שעה שפעטער. וואלטן זיי זיך גערעכנט מיט דעם וואס אין ארץ ישראל איז עס געריקט מיט א שעה, וואלט עס געווען א האלבע צרה, ווייל עס איז דאך סייווי נישט אויסגעהאלטן לויטן היינטיגן זייגער, ווי דערמאנט, אבער די פראבלעם איז אז זיי רעכענען צו דעם שעה ווען אין אמעריקא איז די זייגער פאריקט...)
עפ"י קבלה זאגט מען אויכט ליל ט"ז (כנסת הגדולה, הובא בביה"ל), באקאנט די מעשה פון אפטא רב האט מקדש געווען ליל טז אין א שטאט פון מתנגדים, און מ'האט איהם געוואלט מחרים זיין
א אינטרעסאנטע שיטה איז דא פון הרה"ק ר' שלמה מקארלין זצ"ל אז מען קען זיין מקדש די לבנה ביז 17 מעל"ע פון די מולד, און אזוי האבען זיך געפירט זיינע תלמידים, און די קארלינע און סטאלינע רבי'ס, און די נעשכיזע צדיקים (ע' בספר ברכת אהרן עמ' י"א, ובספר זכרון טוב דף כ' ע"ב אות מ"ג).
נעכטען נאכט בערך 12:30 האט מיר איינער געפרעגט אין אישי אויב ער קען נאך מאכען קידוש לבנה (פארשטייט זיך אז נישט פאר דעם איז מיין אישי קעסטל געמאכט, און טאמער איינער האט א שאלה זאל ער פרעגען א רב (פון זיין קרייז), נאר מען קען אפשר זאגען אז 12'ער קען מען שוין נישט רופען א רב), למעשה בין איך שוין דעמאלטס געשלאפען, און איך האב ערשט היינט צופרי געזען די שאלה, וועל איך אראפברענגען וואס עס שטייט אין כמה ספרים, און די הכרעה למעשה לאז איך איבער פאר די רבנים היושבים על מדין.
לויט די רמ"א (תכ"ו סע' ג') האט מען שוין נישט געקענט מאכען קידוש לבנה, ווייל עס איז שוין נאך חצי כ"ט י"ב תשצ"ג, און אזוי אויך לויט די שו"ע (שם) האט מען שוין נישט געקענט מאכען קידוש לבנה, היות די מולד דער חודש איז געווען מוצ"ש 1:05 (אפילו אז מען האט אויסגערופען די מולד 12:26, וואס דאס מיינט 1:26 לויט די זומער זייגער, רופט מען אבער אויס די מולד לויט די צייט אין קאהיר, וואס איז בערך 21 מינוט נאך די אמת'ע צייט אין א"י, עייןבמועדים וזמנים ח"א סי' י"ט בהערה, ועל מה שמעיר שם על מנהג העולם ע'בקובאו"י כרך י', במאמרו של הגר"י בריזל שליט"א רב קרלין סטולין בג"ז), און אין אמעריקע איז עס 6:05 (ע' במועו"ז הנ"ל, ובשו"ת משנה הלכות חי"א סי' שמ"ד), קומט אויס אז 15 טעג נאך די מולד איז געווען זונטאג נאכט 6:05, אבער עס איז דא א שיטה וואס די כנה"ג ברענגט אז מען מעג מאכען קידוש לבנה ביז נאך 16 טעג פון די מולד (והובא בביה"ל שם ד"ה ולא ט"ז בכלל), און לויט דעם האט מען געמעגט מאכען קידוש לבנה נעכטען נאכט די גאנצע נאכט, (אבער היינט נאכט וועט מען שוין נישט מעגען מאכען קידוש לבנה,) און אזוי האט גע'פסקנ'ט און זיך געפירט למעשה די ישמח משה בשעת הדחק ווען עס איז נישט געווען א לבנה ביז די זעכצענטער נאכט, ווייל ער האלט אז אויך ביי א שאלה פון א ברכה לבטלה מעג מען זיך פארלאזען בשעה"ד אויף דער שיטה (ע'בשו"ת השיב משה או"ח סי' י"ד, און וואס שטייט דארט י"ז איז א טעות הדפוס, ס'דארף שטיין ט"ז), והחזיק אחריו נכדו בעל הייטב לבבשו"ת אבני צדק או"ח סי' מ"ו(וע' בשו"ת לבושי מרדכי או"ח סי' ע"ב), און אזוי ווייזט אויס נעמט אויך אן בשעה"ד די פריערדיגער קלויזענבורגער רבי בשו"ת דברי יציב או"ח סי' קע"ט ע"ש, [מען דארף נאר וויסען צו אין א פאל ווי איינער האט פשוט פארגעסען צו מאכען קידוש לבנה זאגט מען אויך כדאי הם הני גדולים לסמוך עליהם בשעת הדחק, ולכאו' י"ל שכל דיעבד כשעה"ד דמי, וצ"ע], און אזוי נעמט אן מיט א פשטות די שואל ומשיב (מהדו"ק ח"ג סו"ס קנ"א), (אבער בשו"ת חת"ס ח"א סי' ק"ב זעהט מען אז ער פארלאזט זיך אויף דער שיטה נאר בשעת א מגיפה אז די עולם זאל נישט האבען עגמת נפש, ע"ש, אבער ער האט א אנדערע מחודש'דיגע שיטה אז מען קען מקדש זיין די לבנה "אפילו לכתחילה בשעת הדחק" ביז 18 שעות נאך חצי כ"ט י"ב תשצ"ג), ווי אויך איז דא א שיטה אז מען רעכענט די 16 טעג (אדער א האלבער חודש) לויט אונזערע טעג פון די חודש, און נישט לויט די מולד (ע' בבני יששכר מאמרי ר"ח מאמר א' אות י"ג, ובספר נוצר חסד על אבות במשנה אל תעשה עטרה להתגדל בה, הובאבשו"ת בית ישראל (לחתן הרה"ק ר' ישעיה'לע קערעסטירער זצ"ל) או"ח סי' פ', ע"ש בכל הסימן), וואס לויט דעם קען מען אויך מקדש זיין די לבנה היינט נאכט, און ווי אויך איז דא די שיטה פון הרה"ק ר' שלמה קארלינער זצ"ל אז מען קען זיין מקדש די לבנה ביז 17 מעל"ע פון די מולד (זעהטדא), וואס לויט דעם קען מען אויך מקדש זיין די לבנה היינט נאכט, איז ממילא זעהט אויס למעשה אז (אויב מען איז נישט א קארלינער חסיד) מען זאל מקדש זיין די לבנה היינט נאכט אן די שם ומלכות (נאר בהרהור, ע' פמ"ג בפתיחה להל' ברכות אות ב', הלק"ט ח"ג קמ"ו, דע"ת סו"ס רט"ו, שו"ת מנח"י ח"ה סי' ק'), וע' במה שהביא @סטאוו יא פיטא לפני כמה תגובות.
זעה איך אז אין מאנטריאל האט מען צוליב די קערפיו מקדש געווען די לבנה היינט בעוד היום גדול, וואס איז דער פשט דערין? בפשטות להלכה איז לילה א מעכב משא"כ מנין איז בלויז א הידור
דאס איז וואס שטייט אין כף החיים (סי' תכו סקמ"J) אחר ברכת הלבנה צריך לנער את שולי הבגדיםכדי להבריח החיצונים והקליפות שנברחו מקטרוג הלבנה. מבו"ש דף כ"א ע"א. פע"ח שער י"ט פ"ג, מ"א ס"ק י"א. א"ר סוף אות ד'ומורי ז"ל היה מנער כנפות הטלית קטן כי הוא בגד המלכות כנודע, פע"ח שם, ש"ץ דף רל"ג ע"ב:
בודק זיין די ציצית האט נישט קיין קלארע מקור. א טעם דערויך ברענגט דער הר צבי (סי' יב) "ושמעתי טעם על המנהג שמוציאיו את הציצית בזמן קדוש הלבנה משום שבקדוש לבנה אנו אומרים ויהי אור הלבנה כאור החמה ואז יהיו חייבים בציצית גם בלילה".